‫פֿון רעדאַקציע

אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט אין דער מערבֿדיקער וועלט געלעבט אַ גוטן טאָג די וויסנשאַפֿט, וועלכע איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאָרשן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די סיבות פֿון אַזאַ מצבֿ דאַרף מען ניט באַזונדערס דערקלערן — דער אידעאָלאָגישער פֿראָנט האָט זיך תּמיד גענייטיקט אין כּלערליי אינטעלעקטועלער סחורה: אַנאַליטישע איבערזיכטן, היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען, פּראָגנאָזן וכ׳. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן מלוכישע און פּריוואַטע קוואַלן ברייטהאַרציק פֿינאַנצירט פֿאָרש-צענטערס, צײַטשריפֿטן, דאָקטאָר-אַרבעטן און אַנדערע מינים פֿאָרמען פֿון אַקאַדעמישן לעבן. עפּעס אַ חלק פֿון די דאָזיקע געלטער פֿלעגן איבערפֿאַלן אויף ייִדישע ענינים. אַ דאַנק דעם האָבן ייִדישע היסטאָריקער און אַנדערע געלערנטע אין הילכות סאָוועטאָלאָגיע אַנטוויקלט אַ ברייטע טעטיקייט און אויפֿגעבויט אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר ווײַטערדיקע דורות אַקאַדעמיקער.

מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק האָט זיך די קאַלטע מלחמה פֿאַרענדיקט, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע. איז, דאַכט זיך, גוט. אָן אַ שיעור ענערגיע איז ניט אומזיסט אַרײַנגעלייגט געוואָרן אין דעם פּראָצעס פֿון ווײַזן בולט דעם אמתן פּרצוף פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם. אַ סבֿרא, אַז עפּעס אַ ראָלע האָבן די געלערנטע אויך געשפּילט אין ברענגען צום סוף די צעטיילונג פֿון דער וועלט אויף דעם סאָוועטישן בלאָק און זײַן צד-שכּנגד. אָבער וואָס פֿאַר אַ פּאָדיאַקע האָט די אַקאַדעמישע וועלט באַקומען? זייער אַ פּשוטע, דהײַנו: מע האָט גענומען פֿאַרלירן אַן אינטערעס צו אַזאַ מין טעטיקייט, און דער קוואַל פֿון געלט איז אַלץ טריקענער און טריקענער געוואָרן.

אויף אַ קורצער צײַט האָט די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע וויסנשאַפֿט אויפֿגעלעבט אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון לעאָניד נעווזלין, וואָס איז צוזאַמען מיט מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי געוואָרן פֿאַנטאַסטיש רײַך פֿון דעם רוסישן "שוואַרצן גאָלד" — נאַפֿט. דער דאָזיקער הײַנטצײַטיקער מאָנטע-קריסטאָ פֿלעגט אַרײַנגיסן ממשותדיקע געלטער אין ייִדישע פֿאָרש-צענטערס אין עטלעכע לענדער. אָבער דאָס האָט זיך אויך פֿאַרענדיקט. לעצטנס האָט מען איבערגעגעבן, אַז נעווזלין, וואָס באַהאַלט זיך אויס אין ישׂראל פֿון דער גאָר ניט בלינדער רוסישער פֿעמידע, האָט "אַנאָנים געגעבן" (און גלײַך וועגן דעם דערציילט!) געלט אויף לאָפּעטעס און אַנדערע זאַכן פֿאַר לעשן שׂרפֿות אין וועלדער פֿון רוסלאַנד.

ווער ווייסט, אפֿשר זײַנען דאָס געווען די ממתּקים, וואָס דער ביליאָנער האָט אָפּגעשפּאָרט פֿון אויפֿהערן פֿינאַנסירן אַ צאָל פּראָיעקטן. למשל, פֿון פֿאַרמאַכן דעם זשורנאַל Jews in Eastern Europe and Russia. מע האָט די אויסגאַבע ליקווידירט ניט געקוקט אויף דער וויכטיקער ראָלע, וועלכע זי האָט יאָרנלאַנג געשפּילט אין דער אַקאַדעמישער וועלט. בערנאַרד מיידאָפֿס שווינדלערײַ האָט אויך חרובֿ געמאַכט אייניקע קאָמפּאָנענטן פֿון דעם געביט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָרשונגען.

אָבער דער הימל איז, פֿון דעסטוועגן, ניט אין גאַנצן בײַ דער ערד. די טעג האָבן מיר באַקומען אַ בשׂורה-טובֿה: בײַם יד-ושם, אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר חורבן-פֿאָרשונג (המכון הבין-לאומי לחקר השואה), איז געעפֿנט געוואָרן אַ נײַער צענטער — פֿאַר פֿאָרשן די געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן. די הויפּט-ריכטונגען פֿון דער אַקאַדעמישער טעטיקייט פֿונעם צענטער זײַנען פֿאָרשונגען פֿון:

די מערכה פֿון די ייִדן, וועלכע די צווייטע וועלט-מלחמה האָט פֿאַרכאַפּט אויף די נאַצי-אָקופּירטע טעריטאָריעס;

די ייִדן אין דער רויטער אַרמיי און אין דעם סאָוועטישן הינטערלאַנד;

די סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי די ייִדן;

די השפּעה פֿונעם חורבן אויף דער סאָוועטיש-ייִדישער און דער נאָך-סאָוועטיש-ייִדישער אידענטיטעט.

דער צענטער פֿאַר פֿאָרשן די געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן, בראָש מיט דר. אַרקאַדי זעלצער, וועט פֿירן זײַן פֿאָרש-אַרבעט אין די געביטן פֿון געשיכטע און סאָציאָלאָגיע, ליטעראַטור און אָפּבילדנדיקע קונסטן, קינאָ און טעאַטער, רעליגיע און ייִדישע אידענטיטעט. יונגע געלערנטע און דאָקטאָראַנטן וועלן באַקומען אַ מעגלעכקייט צו קומען קיין ירושלים, אין יד-ושם, און אַרבעטן מיט די רײַכע קאָלעקציעס פֿון דאָקומענטן וועגן חורבן.

איינער פֿון די פּראָיעקטן, מיט וועלכע עס באַשעפֿטיקט זיך איצט דער צענטער, איז די צונויפֿשטעלונג פֿון אַ פּרטימדיקער, אינטערנעץ-צוטריטלעכער ביבליאָגראַפֿיע. זי וועט אַרײַננעמען ניט נאָר ביכער, אָבער אויך אַרטיקלען אין זאַמלונגען און זשורנאַלן. אַ חוץ דעם, פּלאַנירט מען צו אָרגאַניזירן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן, ווי אויך אַרויסגעבן זאַמלונגען אַרטיקלען און דאָקומענטן.