ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", וואַרפֿן זיך אין די אויגן אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן דעם אונטערשייד צווישן דעם ייִדישן לעבן אין דער אַלטער היים און דעם נײַעם, אַמעריקאַנער נוסח פֿון ייִדישקייט, ווי אויך — און דאָס איז אפֿשר אין אַ גרעסערער מאָס — באַשרײַבונגען וועגן דעם, ווי עס האָט זיך געפֿירט "בײַ די לײַט", דאָס הייסט בײַ די "עכט-אַמעריקאַנער". איך האָב אויסגעקליבן צוויי אַזעלכע אַרטיקלען און גענומען פֿון זיי אויסצוגן; ווײַל פֿריִער האָט די צײַטונג געדרוקט אַ סך לענגערע אַרטיקלען ווי איצט.
דער ערשטער אַרטיקל איז געשריבן דורך מאַקס ווײַנרײַך, וועלכער האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג סײַ אין וויסנשאַפֿט און סײַ אין זשורנאַליסטיק. אייניקע פֿון זײַנע צײַטונג-אַרטיקלען האָבן געטראָגן אַן אַקאַדעמישן כאַראַקטער, אָבער ער האָט אויך זייער אַ סך געשריבן אויף פּאָליטישע און סתּם שטייגערישע טעמעס. איך האָב תּמיד הנאה פֿון לייענען ווײַנרײַכס זשורנאַליסטישע מאַטעריאַלן. בײַ אים איז אַלץ געווען אויף אַן אָרט: די סטרוקטור פֿונעם טעקסט, דער אינהאַלט גופֿא, די לעקסיק. געשריבן מיט זיבן, אַכט צי אַפֿילו מער יאָרצענדליק צוריק, קלינגען זײַנע פּובליקאַציעס זייער הײַנטצײַטיק, כאָטש אייניקע פֿראַזעס וואָלט ווײַנרײַך אַליין שפּעטער פֿאָרמולירט, בלי-ספֿק, עטוואָס אַנדערש. למשל, ער וואָלט ניט אָנגעשריבן, אַז מע פֿאָרט "אויף אַן אויטאָ", נאָר גענוצט אַן אַנדער פּרעפּאָזיציע — "מיט אַן אויטאָ".
וואָס שייך דעם צווייטן מחבר, פּ. — צי פֿ. — אײַנבינדער, ווייס איך נאָר, אַז זײַנע אַרטיקלען אויף שטייגערישע טעמעס פֿלעגן זיך אָפֿט באַווײַזן אין דער צײַטונג. קיין גרויסער סטיליסט איז אײַנבינדער, אַ פּנים, ניט געווען. אייניקע זאַצן זײַנע האָב איך געמוזט אַ ביסל צוגלעטן און "אויסגלײַכן". מיר שײַנט, אַז זײַנע נאָטיצן וועגן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין אַן "עכט-אַמעריקאַנער" סבֿיבֿה אַנטפּלעקן די מינאָריטעט-קאָמפּלעקסן, וואָס זײַנע געווען (און אָפֿט מאָל בלײַבן) כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַן אימיגראַנט.
גענאַדי עסטרײַך
"נו, וואָס דערציילט איר עפּעס וועגן אַמעריקע?"
פֿון מאַקס ווײַנרײַך
"פֿאָרווערטס", דעם 17טן נאָוועמבער 1929
דאָס וואָס איך גיי איצט שרײַבן איז ניט קיין אויספֿאָרשונג חלילה און אַפֿילו ניט קיין אַרטיקל. עס איז פּשוט אַ מיטל יוצא צו זײַן אַנטקעגן די הונדערטער מענטשן מיט וועלכע איך באַגעגן זיך זינט איך האָב צוריק געשטעלט דעם פֿוס אויף אייראָפּעיִשער ערד. 10 מענטשן פֿון יעדע צען פֿרעגן אַלץ דאָס אייגענע: "נו, וואָס דערציילט איר וועגן אַמעריקע?" איז איידער ענטפֿערן יעדערן באַזונדער און בשעת-מעשׂה נעמען אויסגראָבן פֿון זכּרון עפּעס אַן איינצלהייט, וועל איך בעסער צונויפֿנעמען מײַנע אײַנדרוקן און פּרוּוון זיי אַרויסזאָגן שריפֿטלעך. אי פֿאַר מיר וועט דאָס זײַן בעסער, אי פֿאַר די פֿרעגער, וואָס ווילן טאַקע הערן אַן ענטפֿער. און די טעמע אינטערעסירט דאָך ניט נאָר מײַנע גוטע פֿרײַנד; איך גלייב, עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז קיין זאַך רופֿט ניט אַרויס אַזאַ אינטערעס בײַ די אייראָפּעער ווי אַמעריקע. בײַ איינע, בײַ אונדזערע ייִדן למשל, איז עס די בענקשאַפֿט נאָך דעם לאַנד, וווּהין זיי וואָלטן אַלע אַוועק, ווען מען וואָלט ניט פֿאַרשלאָסן די טויערן; בײַ די דײַטשן, איז אַמעריקע דער בײַשפּיל, נאָך וועלכן מען זוכט נאָכצוגיין מיט גרויס באַגײַסטערונג, און מען האַלט שוין אַזוי ווײַט אין דעם נאָכגיין, אַז אויטאָמאַטן מיט ריגליס [Wrigley’s] קײַגומי הענגען שוין אויף אַלע בערלינער גאַסן... מיט איין וואָרט, אַלע ווילן הערן אײַנדרוקן פֿון גאָלדענעם לאַנד. וויל איך פּרוּוון דערציילן, וואָס איך האָב זיך אָנגעזען און אָנגעהערט פֿאַר פֿיר מאָנאַט צײַט.
מיר דוכט, אַז ווען איך וואָלט געווען ניט מער ווי אַ פּאָר וואָכן, וואָלט איך גאַנץ ווייניק געהאַט וואָס צו דערציילן. אַנדערשוווּ, ווען מען דערזעט אַ זאַך צום ערשטן מאָל, ווײַזט זי אויס פֿרעמד, און דערנאָך ווערט מען צוביסלעך צוגעוווינט; מיט אַמעריקע איז פֿאַרקערט. צום אָנהייב האָט זיך מיר געדוכט: וואָס איז דאָ דער מער מיט ניו-יאָרק? נו, איז ניט קיין 8 אָדער 10 גאָרן, נאָר 15 צי 25! אַגבֿ, זײַנען דאָך די גאָרנס אַ ביסל גענאַרטע, ווײַל די סופֿיטן זײַנען אַ סך נידעריקער ווי אין די גרויסע הײַזער אין אייראָפּע. און איך פֿלעג זיך אַפֿילו באַרימען פֿאַר מײַנע גוטע פֿרײַנד אין ניו-יאָרק (פֿאַרשטייט זיך זייער פֿאָרזיכטיק, וואָרעם זיי האָבן שטאַרק פֿײַנט, אַז מען גיט ניט אָפּ זייער אַמעריקע דעם גאַנצן כּבֿוד): "איר, ליבע פֿרײַנד — אַזוי האָב איך צו זיי געטענהט — מעגט טאַקע נתפּעל ווערן פֿון ניו-יאָרק, ווײַל איר זײַט געקומען אַהער מיט אַ יאָר 20–25 צוריק פֿון סמאָרגאָן צי פֿון פּינטשעוו. פֿריִער האָט איר געמיינט, אַז די וועלט ענדיקט זיך בײַ דער ראָגאַטקע [שטאָט-גרענעץ], און דאָ זײַט איר מיט אַ מאָל אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם גרויסן קאָך. אָבער איך, וואָס איך האָב ביז ניו-יאָרק געזען בערלין, פּאַריז, לאָנדאָן, רוים, וואַרשע און מאָסקווע, פֿאַר וואָס זאָל איך דאָ אַזוי אַראָפּפֿאַלן? טראַמווײַען, און הייבמאַשינען און אונטערבאַנען, און וואַנעס האָבן מיר אין אייראָפּע אויך."
איך בין זיך אָבער מודה, אַז מײַן באַרימעניש איז געווען ניט באַרעכטיקט. עס איז פֿאַראַן פֿון וואָס נתפּעל צו ווערן; ווען מען לעבט זיך אײַן אַ ביסל, באַנעמט מען דאָך אַ סך בעסער. די איינצלנע פֿאַקטן פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבן זײַנען אפֿשר טיילמאָל די זעלבע ווי אין אייראָפּע. אָבער די צונויפֿשטעלונג פֿון די פֿאַקטן איז אַן אַנדערע, און ממילא איז די סומע אַן אַנדערע פֿאַר דעם אויג און פֿאַר דעם אויער.
צום בײַשפּיל: אייראָפּע ווייס אויך וואָס אַן אויטאָמאָביל איז; אַפֿילו אין ווילנע זײַנען אויך פֿאַראַן אפֿשר צוויי הונדערט טעקסיס. און מען פּראָגרעסירט: אין 1923 האָט פּוילן געהאַט פֿיר טויזנט אויטאָמאָבילן און אין 1928 שוין גאַנצע צוויי און צוואַנציק טויזנט. אָבער מען וועט באַלד פֿאַרשטיין דעם אונטערשייד, אויב מען וועט זיך פֿאָרשטעלן, אַז פֿון אַלע 29 מיליאָן אויטאָמאָבילן, וואָס זײַנען פֿאַראַן איבער דער גאַנצער וועלט, פֿאַרמאָגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַליין בײַ 23 מיליאָן. יעדער זעקסטער מענטש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אַן אויטאָמאָביל. און עס זײַנען פֿאַראַן שטעט, ווי דעטרויט אַ שטייגער, וווּ איין אויטאָמאָביל קומט אויס אויף צוויי מענטשן. קענט איר זיך אויסמאָלן דאָס בילד פֿון אַ גאַס אין אַן אַמעריקאַנער שטאָט, אויב איר וועט האָבן אין זינען, אַז אין ניו-יאָרק זײַנען די גאַסן אין דורכשניט ניט ברייטער ווי אין אַ גרויסער שטאָט פֿון אייראָפּע.
* * *
נאָר איך האָב זיך געלאָזט אַוועקרײַסן אַ ביסל צו פֿרי פֿון מײַן באַגײַסטערונג פֿאַר דעם אויטאָמאָביל, ווײַל דער דין איז דאָך, אַז מען זאָל אָנהייבן שילדערן די פּראַכט פֿון ניו-יאָרק פֿון אירע וואָלקנקראַצערס. אַלזאָ, לאָמיר לאָזן די אויטאָס אויף אַ ווײַלע. אָבער מיר וועלן זיך נאָך אומקערן צו זיי, וואָרעם "די מאַשין" שפּילט אין דעם לעבן פֿון דעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער אַ גרעסערע ראָלע, איידער בײַם רוסישן פּויער אַ פּאָר שיך.
די רײַזנדע וואָס שרײַבן וועגן ניו-יאָרק באַזינגען אַלע דעם ערשטן אײַנדרוק פֿון די וואָלקנקראַצערס, ווען מען פֿאָרט צו צו די אַמעריקאַנער ברעגן. איך האָב אין פֿלוג דערשפּירט נאָר די "אומרעגלמעסיקייט" פֿון די געבײַדעס, וואָס רעכענען זיך ניט איינער מיטן צווייטן און קראַצן דעם הימל ווער אַ ביסל נידעריקער ווער אַ ביסל העכער. דעם טעם און די אומפֿאַרגלײַכלעכע שיינקייט האָב איך דערפֿילט אַ סך שפּעטער, ווען איך האָב זיך באַפֿרײַט פֿון דער גרויסער מאַסע, וואָס האָט געדרוקט אויף מיר, און אויסגעלערנט זיך צו קוקן אויף יעדן בנין באַזונדער.
ווען איך וואָלט געווען אַ פֿרעמדן-פֿירער אין ניו-יאָרק און איך וואָלט געדאַרפֿט ווײַזן פֿאַר געסט די מערקווירדיקייטן פֿון דער שטאָט, וואָלט איך יעדן גאַסט באַלד פֿון שיף גענומען אויף איינער פֿון די צוויי גרויסע אײַזנבאַן-סטאַנציעס: גרענד סענטראַל אָדער פּענסילוואַניע. דער אָנבליק פֿון אַן אייראָפּעיִשן וואָקזאַל אַנטקעגן די דאָזיקע פּאַלאַצן איז אַזוי ווי פֿון אַן עופֿהלע אין וויג ביז עוג-מלך-הבשן. דאָס זײַנען מער ווי פּאַלאַצן. דאָס זײַנען טעמפּלען. הוילע מאַרמאָר פֿון אַלע זעקס זײַטן. אַ שטאָלצע איינפֿאַכקייט אין די ליניעס. גרויס, אַז מען ווערט שיִער פֿאַרבלאָנזשעט. מיט אָן אַ שיעור אויסגאַנגן אין פֿאַרשיידענע גאַסן, צו דער סאָבוויי, צו די דערבײַיִקע האָטעלן, צו די צוגן. אַ געהויבענע שטילקייט הערשט דאָרטן, ווײַל די שטימען ווערן פֿאַרלוירן אין דעם ריזיקן פּלאַץ. און דאָ איז ניט מעגלעך, אַז מען זאָל צוקלעפּן וועלכע עס איז צעטלעך אָדער באַקאַנטמאַכונג סתּם צו דער וואַנט, ווי מען טוט דאָס אויף די וואָקזאַלן אין פּאַריז אָדער אין בערלין. דאָס וואָלט געווען אַ פֿאַרשוועכונג פֿון דער פּראַכט.
קיין קלויסטערס און פּאַלאַצן, מיט וועלכע מען זאָל זיך קענען באַרימען, האָט מען אין אַמעריקע ניט געבויט, און ווען מען גיט אַ קוק אויף "דעם העכסטן קלויסטער פֿון ניו-יאָרק", לעבן ברוקלין ברידזש, נעמט אָן אַ רחמנות אויף דעם גאָט, וואָס מען האָט אים דאָ נעבעך אַזוי פֿאַרשטופּט אין אַ ווינקעלע. אויף וויפֿל איך זע, זײַנען די סטאַנציעס די מאָנומענטאַלסטע געבײַדעס, וואָס ניו-יאָרק האָט אַרויסגעבראַכט. און גערעכט איז אפֿשר דער פֿראַנצויזישער שרײַבער, וואָס זאָגט: עס איז ניט קיין צופֿאַל, אַז דאָס שענסטע, וואָס אַמעריקע האָט ביז איצטער באַשאַפֿן, זײַנען דווקא הײַזער, פֿון וועלכע מען פֿאָרט ווײַטער. פֿאַרקער, באַוועגונג, רירן זיך פֿון אָרט איז דאָ דער עיקר.
געוואַלד, וואָס עס טוט זיך אויף די גאַסן און אין פֿאַרשיידענע באַנען אין דער "קוועטש-צײַט", צווישן 7 און 8 אין דער פֿרי און אַרום 5 נאָכמיטאָג! דער עולם פֿלייצט דעמאָלט פֿון און צו דער אַרבעט, און וויפֿל קאָמוניקאַציע-מיטלען די שטאָט פֿאַרמאָגט איז דאַן אַלץ ווינציק. די סאָבוויי פֿירט, לאָקאַלע צוגן און עקספּרעס-צוגן; די עלעווייטער-צוגן; די סטריט-קאַר פֿאָרט כּסדר, כּמעט אַ וואַגאָן נאָך אַ וואַגאָן; הײַנט די מענטשן, וואָס וווינען ווײַטער הינטערן שטאָט, אפֿשר עטלעכע מיליאָן, פֿאָרן אַרויס מיט די גרויסע אײַזנבאַן-צוגן, און ס׳איז אַלץ ווייניק. אומעטום איז ענג, דערשטיקט צו ווערן.
אויף אַ סך ליניעס פֿאָרן נאָך חוץ דעם "באָסעס" (אָמניבוסן), און הונדערטער טויזנטער מענטשן פֿאָרן אויף אויטאָמאָבילן. אָבער אויף אַ מאַשין קען פֿאָרן נאָר דער, וואָס האָט צײַט, ווײַל די גאַסן זײַנען אין יענע שעהען אַזוי פֿאַרלייגט און פֿאַרשטאָפּט, אַז אויף מײַלן ווײַט איז דער רוקן פֿון איין אויטאָמאָביל האַרט צוגערוקט צום פֿאָרנט פֿון אַ צווייטן, און עס קומט אויס מער צו שטיין ווי צו פֿאָרן. צוויי מאָל האָב איך פֿאַרשפּעטיקט צו וויכטיקע באַגעגענישן צוליב דעם, וואָס איך האָב גענומען אַ טעקסי אַנשטאָט צו גיין צופֿוס; שפּעטער בין איך שוין געוואָרן קליגער.
די שטופּעניש נעמט זיך פֿון דעם, וואָס אין צענטער שטאָט, דאָרטן וווּ די וואָלקנקראַצערס שטאַרצן צום הימל, וווינען ניט קיין סך מענטשן. אַרבעטן אַרבעט מען אין שטאָט, וווינען וווינט מען אַנדערשוווּ. אין דורכשניט האָט יעדערער מסתּמא אַ שעה צו פֿאָרן צו און פֿון זײַן אַרבעטס-פּלאַץ. ענערגיע און כּוח גייט אַוועק אויף דעם אַ סך, נאָר דערפֿאַר קען מען וווינען אין אַ שענערן שטאָט-טייל, וווּ דירות זײַנען ביליקער און די לופֿט איז ריין.
ווי אַזוי איז אַמעריקע געפֿאַלן אויף דעם וואָלקנקראַצער-סטיל? מען האָט דאָס געפּרוּווט דערקלערן מיט די ספּעציעלע באַדינגונגען פֿון ניו-יאָרק. די עצם שטאָט, די "סיטי", שטייט אויף אַן אינדזל, וואָס לאָזט זיך ניט פֿאַרגרעסערן, און אַזוי ווי אַלע גרויסע געשעפֿטן מוזן זײַן אין צענטער, האָט מען גענומען בויען אויף אַרויף. אַגבֿ, האָט זיך דאָס טעכניש גרינגער געלאָזן דורכפֿירן, וואָרעם גאַנץ ניו-יאָרק שטייט אויף פֿעלדזן, וואָס זײַנען אימשטאַנד אויסצוהאַלטן כאָטש הונדערט שטאָק.
עס קען גרײַלעך זײַן, אַז פֿאַר ניו-יאָרק איז דאָס אמת. אָט זעען מיר דאָך, אַז מען האַלט אין איין אָפּראַמען פֿון צענטער שטאָט די פֿיר- און פֿינף- און זעקס-גאָרנדיקע הײַזער; אַנשטאָט זיי שטעלט מען אַוועק דרײַ מאָל און זעקס מאָל העכערע. ביז איצטער איז דער העכסטער בנין אין ניו-יאָרק די וווּלוווירט-בילדינג [Woolworth Building, ביז 1930 איז עס געווען דער העכסטער בנין אין דער גאָרער וועלט]. און פֿון דעם זיבן-און-פֿופֿציקסטן גאָרן מאַכט מען אַ גאַנצן צימעס: מען מוז באַצאָלן 50 סענט פֿאַרן אַרויפֿגיין אויפֿן טורעם, און מען פֿאָרט אַרויף אַהין פֿריִער מיט איין הייבמאַשין און דערנאָך מיט אַ צווייטער. און אַז מען איז אויבן, הייסט מען אײַך בלײַבן ניט מער ווי פֿופֿצן מינוט, ווײַל עס זײַנען דאָ נאָך בעלנים צו קוקן אויף ניו-יאָרק. אָבער מען נעמט שוין בויען עפּעס העכערס: גראָד אין דער צײַט, ווען איך בין געווען אין אַמעריקע, האָבן די טשיינין בראָדהערס [Chanin Brothers] (אין דער היים, אין טשערניגאָוו צי אין מאָהילעוו, האָבן די ברידער געהייסן כאַנין און זײַנען נאָך ניט געווען פֿון די גבֿירים) אָפּגעקויפֿט אַ גוואַלדיקן פּלאַץ און קלײַבן זיך אויפֿצובויען דאָרטן אַ געבײַדע פֿון 62 גאָרנס. און עס איז אייגנטלעך ניטאָ קיין גרונט, פֿאַר וואָס עס זאָל ניט אויפֿשטיין אין אַ יאָר אָדער צוויי אַרום אַ וואָלקנקראַצער פֿון הונדערט גאָרנס.
וועגן דעם "גוואַלדיקן פּלאַץ" מוז איך נאָך צוגעבן, אַז אין אַמעריקע, יעדנפֿאַלס אין ניו-יאָרק, איז מען אין פּלאַץ אָן אַ שיעור שפּאָרעוודיקער און קאַרגער איידער אין אייראָפּע. ערד וועגט מען אויף אַ גאָלד-וואָג. דער נאָרמאַלער פֿראָנט פֿון אַ הויז איז פֿינף און צוואַנציק פֿוס, און טאָמער פֿאַרנעמט אַ הויז 100 פֿוס פֿון אַ גאַס, רעכנט זיך דאָס פֿאַר פֿיר נומערן. פֿון דעם נעמט זיך די באַצייכענונג פֿון אַמעריקאַנער הײַזער-נומערן, וואָס איז פֿאַר דעם אייראָפּעער ניט אַלע מאָל פֿאַרשטענדלעך: 173–175 איסט בראָדוויי אין דעם אַדרעס פֿון "פֿאָרווערטס" מיינט, אַז די געבײַדע פֿון אונדזער צײַטונג פֿאַרנעמט צוויי נאָרמאַלע הײַזער-פּלעצער.
נאָר לאָמיר זיך אומקערן צום ענין וואָלקנקראַצער. דאָס, וואָס איז ריכטיק וועגן ניו-יאָרק — אַז עס איז ענג — איז ניט ריכטיק וועגן אַנדערע שטעט, וואָס ליגן ניט אויף קיין אינדזלען און וואָלטן זיך געקענט פֿאַרגינען צו צעלייגן זיך אין דער לענג און אין דער ברייט ווי בײַם טאַטן אין ווײַנהויז. און פֿונדעסטוועגן זעען מיר אין אַלע שטעט פֿון אַמעריקע, גרעסערע און קלענערע, אַזאַ טענדענץ צו בויען אין מיטן שטאָט די ריזן-געבײַדעס. אַ ביסל איז דאָס אפֿשר אַ נאָכמאַכונג נאָך ניו-יאָרק. אָבער דער עיקר האָט מען דערקענט, אַז עס איז טאַקע פֿאַראַן אַ שטיק באַקוועמקייט אין דעם, ווען מען קען האָבן אַלע וויכטיקע פּריוואַטע פֿירמעס און די וויכטיקסטע שטאָטישע אינסטיטוציעס קאָנצענטרירט אין איין פּונקט. אין משך פֿון טאָג איז מען דאָ, מען טוט דאָ אָפּ אַלע געשעפֿטן, מען זעט זיך מיט אַלע נייטיקע מענטשן, און נאָך פֿינף אַ זייגער פֿאָרט מען אַוועק צו זיך אַהיים און מען איז פּטור פֿון אַלצדינג.
* * *
איבעריקס, ניטאָ קיין אייביקס אונטער דער זון. ניט ווייניק האָבן זיך אונדזערע אַמעריקאַנער בײַ זייערע וויזיטן אין דער אַלטער היים אָנגעבאַרימט, אַז זיי ווייסן אַ גרענעץ צווישן געשעפֿט און פּריוואַט-לעבן: ניט נאָר סוחרים און פֿאַבריקאַנטן, נאָר אויך אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים און צאָן-דאָקטוירים פֿאַרטיקן זיך אָפּ מיט זייערע קונדן אין די "אָפֿיסעס", און נאָך דער באַשטימטער צײַט איז אויס אָפֿיס, וועט איר דעם מאַן בשום-אופֿן ניט געפֿינען. לאָזט זיך אָבער אויס, אַז דער סדר איז שוין אויך דערעסן. אין די נײַע גרויסע הײַזער, וואָס מען שטעלט זיך איצט בויען אַרום דער זעכציקסטער גאַס און ווײַטער אַרויף, וועלן שוין זײַן פֿאַראייניקט געשעפֿטס-וווינונגען מיט פּריוואַטע דירות. מען קען דאָך דרייען דעם דישעל ווי מען וויל. איצטער איז די טענה: "ווי אַזוי קען איך וווינען לעבן מײַן אָפֿיס? איך דאַנק גאָט, וואָס איך פּטור אָפּ די געשעפֿטן און כאַפּ זיך אַרויס פֿון דאָרטן: אַוועקגעפֿאָרן אַהיים, און אַרויסגעשלאָגן פֿון קאָפּ ביז מאָרגן." נאָר די מענטשן, וואָס וועלן באַצאָלן די גרויסע דירה-געלט אין די נײַע הײַזער, וועלן טײַטשן דעם פּסוק פֿאַרקערט: "וואָס טויג מיר צו פּטרן אַ שעה אין דער פֿרי און אַ שעה פֿאַרנאַכט אויפֿן פֿאָרן? פֿאַרשלאָסן מײַן אָפֿיס, אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן העכערן גאָרן, און שוין בין איך בײַ זיך אין דער היים." הײַנט גיי טרעף ווער איז גערעכט!
דערווײַלע איז נאָך אָבער דער וואָלקנקראַצער מיט געשעפֿטלעכע וווינונגען דער הערשנדיקער טיפּ הויז אין די צענטערס פֿון די שטעט. אין טייל ערטער, ווי אין באָסטאָן, צום בײַשפּיל, וווּ מען וויל לאָזן וואַקסן די שטאָט אין דער ברייט, איז אַפֿילו פֿאַרבאָטן צו קריכן אין דער לופֿטן העכער פֿון אַ געוויסער הייך. דוכט זיך, צוועלף גאָרנס איז אין באָסטאָן די מאַקסימאַלע צאָל.
|
פֿונעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו: אַ טיפּישער אַמעריקאַנער פּסח־סדר, די משפּחה דין, אַטלאַנטיק־סיטי, ניו־דזשערזי, 1920ער יאָרן. |
|
וואָס אַ ליטוואַק זעט אין אַן עכט-אַמעריקאַנער הויז
פֿון פ. אײַנבינדער
"פֿאָרווערטס", דעם 25טן יולי 1926
אין מײַן ליטווישן שטעטל האָב איך דאָס ניט געזען. אין ניו-יאָרק, שיקאַגאָ און אַנדערע שטעט מיט גרויסע אימיגראַנטן-קוואַרטאַלן האָב איך דאָס אויך ניט געזען. איך האָב געדאַרפֿט פֿאַרפֿאַלן ווערן אין אַ דורכויס-אַמעריקאַנער שטאָט ערגעץ אין דער וועסט, און זײַן אַן אָפֿטער גאַסט אין עכט-אַמעריקאַנער הײַזער, אום צו זען וואָס עס הייסט אַ שטילער, סטאַטעטשנער היים-לעבן. מיך, דעם ליטוואַק, האָט דאָס אינטערעסירט אומגעהײַער.
אין אַזאַ שטאָט ווי ניו-יאָרק, און הויפּטזעכלעך אויף דער גאַס, גלײַכן זיך אַלע אויס. עס איז אַ געמיש פֿון אַלעליי פֿעלקער אויף דער וועלט און אַ צוזאַמענלויף פֿון אַלערליי לאַנדסלײַט פֿון דער וועלט, און מענטשן באַגעגענען זיך בײַ דער אַרבעט און אין ביזנעס. נעמט מען זיך איבער אייגנשאַפֿטן איינע בײַ די אַנדערע. גאַנץ אַנדערש איז דאָס אָבער אין אַ שטאָט, וווּ די באַפֿעלקערונג איז ניט קיין געמישטע. אין אַזאַ שטאָט זעט מען אַ גאַנץ אַנדער אַמעריקע.
* * *
אין בין געווען אַ גאַסט פֿאַר דינער (וועטשערע) אין אַ הויז, וווּ עס זײַנען געווען נאָך צוועלף אײַנגעלאַדענע געסט. די פֿאַמיליע, וועמענס געסט מיר זײַנען געווען, איז באַשטאַנען פֿון פֿינף — אַ פֿאָטער און אַ מוטער, אַ יונג-פֿאַרהײַראַטע טאָכטער מיט איר מאַן, וואָס וווינען צוזאַמען מיט אירע עלטערן, און אַ בוי (ייִנגל), פֿון אַ יאָר זיבן-אַכט, דער מיזיניק פֿונעם הויז. עס איז אַלזאָ געווען אַ גרויס-באַזעצטער טיש, מיט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער. אַ טייל געסט זײַנען געווען אײַנגעלאַדענע פֿון די עלטערן, און אַ טייל פֿון דעם יונגן פּאָרפֿאָלק. די "פּאַרטי" איז אויך געווען פֿאַרשיידן דורך דעם פֿאַרשיידענעם שטאַנד פֿון די געסט. דער באַלעבאָס אַליין איז אַ געוועזענער קאָנגרעסמאַן; איצט איז ער אַ פֿי-הענדלער. פּראָפֿעסיאָנעל איז ער אַפֿילו אַ לאָיער, אָבער זײַן פּראַקטיק האָט ער אויפֿגעגעבן, ניטאָ קיין גרויס געלט אין דעם. דער איידעם איז אַ יונגער דערפֿאָלגרײַכער ביזנעסמאַן אין שטאָט. צווישן די געסט זײַנען געווען מײַן-פּראָספּעקטאָרס, אַ מענעדזשער פֿון אַ דעפּאַרטמענט-סטאָר, אַ פֿאָרמאַן פֿון אַ באַן-שאָפּ, און אַ שריפֿטזעצער אין אַ צײַטונג פֿון דער שטאָט. כּמעט אַלע מענער, און אויך די פֿרויען האָבן געהאַט אַ פּאָר יאָר קאָלעדזש-בילדונג.
איך בין ניט נאָר געווען דער איינציקער ליטוואַק, נאָר טאַקע אויך דער איינציקער ייִד אין דער געזעלשאַפֿט. דאָס וואָלט געדאַרפֿט ווירקן, אַז איך זאָל זיצן ווי אַן "אָנגעצויגענער", מיט עפּעס אַ צוריקגעהאַלטנקייט אין מיר. פֿאָרט אַ פֿרעמדער צו זיי, סײַ אין שטאַנד און סײַ מיט מײַן דערציִונג. נאָר דאָס איז שוין אַן אַנדער ענין. מען האָט מיך איינפֿאַך ניט געלאָזט זיך פֿילן פֿרעמד. גראָד מײַן "פֿרעמדקייט" האָט געצויגן אַ טיף-פֿרײַנדלעכן אינטערעס צו מיר, און ווען איך האָב געמאַכט אַ באַמערקונג, אַז בײַ אונדז ייִדן, ליטוואַקעס, איז אַ "פּאַרטי" גאַנץ אַנדערש, האָט מען געזוכט מיט אַלערליי געשפּרעכן צו דערגיין בײַ מיר אין וואָס די "אַנדערשקייט" באַשטייט.
די "אַנדערשקייט" פֿון אַ משפּחה-צוזאַמענקונפֿט אין אַן עכט-אַמעריקאַנער הויז האָב איך דערשפּירט גלײַך ווי איך בין אין הויז אַרײַנגעקומען. עס איז מיר ניט געווען דאָס ערשטע מאָל אַרײַנצוקומען אין אַן אַמעריקאַנער הויז; אַמעריקאַנער "אַנדערשקייט" האָב איך געזען אויך פֿריִער. אָבער דאָס מאָל איז עס געווען מערער, שטאַרקער, שאַרפֿער און קענטיקער. עס איז געווען אין אַ שטאָט פֿון אין גאַנצן דרײַסיק טויזנט אײַנוווינער, וואָס פֿאַר אַמעריקע איז דאָס אַ קליין שטעטל. און אין אַמעריקאַנער קליינע שטעטלעך פֿילט מען ווי מען וואָלט געווען אין אַ גאַנץ אַנדער וועלט. עס איז ניטאָ קיין וועלטלעכקייט אין אַזעלכע ערטער, כאָטש די מענטשן האָבן אַ בילדונג, לייענען צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער, און האָבן בכלל אַ מאָדערנעם בליק אויפֿן לעבן.
עס איז געווען אַ מאָדנע שטילקייט אין הויז, ווען איך בין אַרײַנגעקומען, כאָטש דאָס הויז איז געווען פֿול מיט מענטשן. עס איז געווען ווינטער, און אַלע האָבן זיך אַרומגעזעצט אַרום דעם קאַמין פֿון גאַסטצימער. דער פֿײַער האָט געקנאַקט אויפֿן האָלץ, וואָס האָט זיך געטריקנט אַ גאַנצן זומער. ווער פֿון די געסט האָט גערייכערט אַ סיגאַר. דער באַלעבאָס אַליין האָט גערייכערט אַ פּיפּקע. עמעצער האָט עפּעס דערציילט. און אַלע זײַנען געזעסן אַרום און זיך צוגעהערט צו דעם דערציילער, און עס איז געווען שטיל.
אַ מאָדנע שטילקייט...
פֿון דער געשיכטע האָט מען זיך ווײַלעווײַז צעלאַכט. דער געלעכטער איז געווען אַ נאַטירלעכער; אָבער אַ קורצער. אָפּגעלאַכט אַ ווײַלע, און ווידער איז שטיל געוואָרן. אַזוי ווי מען וואָלט פֿריִער אײַנשטודירט, ווען צו לאַכן און ווען אויפֿצוהערן צו לאַכן...
אַ הויז מיט מענטשן, און מען רעדט, און עס איז שטיל...
נאָך איצט דוכט זיך מיר, אַז איך הער דאָס קנאַקן פֿון דעם פֿײַער אינעם קאַמין, און די שטילקייט פֿון יענעם הויז. דער ליטוואַק אין מיר האָט זיך געוווּנדערט. ער האָט זיך דערמאָנט אָן משפּחה-צוזאַמענקונפֿטן אין זײַן שטעטל. אויך אָן "פּאַרטיס" אין פֿאַרשיידענע הײַזער אין ניו-יאָרק און אַנדערע אַזעלכע שטעט אין אַמעריקע. אונדזערע מענטשן, ווען מען קלײַבט זיך צוזאַמען אין אַ הויז, איז אַ גאַנצער יריד. ספּעציעל נאָך, ווען די מענטשן קענען זיך איינע די אַנדערע, זײַנען קרובֿים, איז דאָך אַוודאי אַ געפּילדער. אַפֿילו בײַ די אינטעליגענטסקע מענטשן איז אַ גערודער. און ווי איז דאָס שייך, אַז אַם ווייניקסטן צוויי מענטשן זאָלן ניט רעדן אויף איין מאָל? אָדער עמעצער זאָל ניט אונטערברעכן אַ צווייטן בעת ער רעדט?
איז דאָס טאַקע קענטיק אַנדערש בײַ עכט-אַמעריקאַנער.
זיצט אַ קאָמפּאַניע צוזאַמען בײַ איין טיש, מעג די קאָמפּאַניע זײַן ווי גרויס, שווײַגן אַלע, ווען איינער רעדט. ווען דער איינער ענדיקט, רעדט אַן אַנדערער. און וויל איינער שטעלן אַ פֿראַגע דעם וואָס רעדט, וואַרט ער ביז יענער קומט צו אַ געוויסן פּונקט. און טאָמער ברענט אים די פֿראַגע, און ער פֿילט, אַז ער מוז די פֿראַגע שטעלן גלײַך, בעט ער פֿריִער אַנטשולדיקונג און דערלויבעניש.
איך האָב עס באַמערקט סײַ ווען מיר אַלע זײַנען געזעסן אַרום דעם קאַמין און סײַ ווען מיר זײַנען שוין געזעסן בײַם טיש.
און אַלע אין דעם הויז, סײַ די פֿאַמיליע און סײַ די געסט, סײַ די מענער און סײַ די פֿרויען, אַלע זײַנען גראָד געווען רעדעוודיקע. דורכן נאָכמיטאָג און אָוונט, די צײַט וואָס די "פּאַרטי" האָט אָנגעהאַלטן, איז אויסגעקומען אַלעמען צו רעדן. און אַלע האָבן גערעדט אינטערעסאַנט. אָבער קיינער האָט קיינעם קיין מאָל ניט אונטערגעבראָכן.
קען מען דאָך מיינען, אַז אַזאַ האַלטונג איז צו פֿיל פֿאַרשלאָפֿן. ניין. עס איז ניט געווען קיין איין לאַנגווײַליקער מאָמענט. דער גערייד איז געווען ווי דאָס שפּילן פֿון אַ גאַנץ אייגנאַרטיקן אָרקעסטער מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע אינסטרומענטן, וואָס ווען מען שפּילט אויף איין אינסטרומענט, שווײַגט אַ צווייטער.
געווען בײַ אַ "פּאַרטי" פֿון אַ פֿאַמיליע מיט קרובֿים און זײַטיקע פֿרײַנד, און ניט דער פֿאָטער און ניט די מוטער האָבן געזוכט זיך אויסצופֿײַנען מיט זייער ייִנגסטן בוי — דאָס איז דאָך עפּעס אַ נײַעס פֿאַר אונדזערן אַ מענטשן.
בײַ אונדזערע מענטשן האַלטן טאַטע-מאַמע אין איין לויבן דאָס קינד, ווען מען קומט זיך צוזאַמען. דאָס קינד איז אַ גרויסער חכם... דאָס קינד איז אַ "וווּנדערקינד"... און דאָס קינד מוז טאַקע ווײַזן, וואָס עס קען. מען מאַכט אים צו שפּילן אויפֿן פֿידל. מען מאַכט אים צו דעקלאַמירן. און פֿאַרשטייט זיך, אַז געסט מוזן צוגעבן, אַז פֿון דעם קינד וועט "אויסקומען" עפּעס וווּנדערלעכס. אין אַן עכט-אַמעריקאַנער פֿאַמיליע איז דאָס ניט אַזוי.
נאָר איין שוואַכקייט איז יאָ דאָ אין עכט-אַמעריקאַנער הײַזער. מען מוטשעט ניט קיין געסט מיט חנדלען זיך מיט די קינדער; דערפֿאַר מוטשעט מען זיי מיט חנדלען זיך מיט עפּעס, וואָס די עלטערן טוען.
איז עס אַ קרענק בײַ אַמעריקאַנער, אַז עלטערע פֿרויען זאָלן זײַן מאָלערינס. אין זייער אַ סך הײַזער האָב איך באַגעגנט אַן אַלטע מאַמע, אָדער אַ באָבע וואָס וווינט בײַ אייניקלעך, וועלכע האָט אַ שוואַכקייט צו זײַן אַן "אַרטיסטין". אויף דער עלטער איז ניטאָ וואָס צו טאָן, מיט אַ לעבן-מאַכן איז מען באַזאָרגט, מאָלט מען בילדער. איך נעם זיך ניט אונטער צו זאָגן, צי זייער שאַפֿן איז קונסט אָדער ניט. אָבער בילדלעך מאָלן זיי פֿאָרט. געוויינטלעך מאָלן זיי "נאַטור-בילדער" — אַ בוים, אַ באַרג, אַ וואַסערל. מען מאָלט. און ווען עס קומען געסט, גיט מען זיי באַלד אַ "טריט" — מען ווײַזט זיי די געמעלעכצן. מיט דער גאַנצע "סטודיע", מיט די פּענדזלען און פֿאַרבן, וואָס איז אין אַ ווינקל פֿון אַ ליכטיקן צימער. און מען דערוואַרט, אַז די געסט זאָלן דאָס באַוווּנדערן. בײַ דער "פּאַרטי" האָט יעדער גאַסט געמוזט באַקוקן און באַטאַפּן די מאָלערײַען פֿון דער באַלעבאָסטע פֿון הויז און, פֿאַרשטייט זיך, יעדע ווײַלע אויסרופֿן:
"איזנ׳ט דהיס גרעיט!"
"איזנ׳ט דהיס וואָנדערפֿול!"
איך האָב אויך געמוזט ווערן אַ קונסט-קריטיקער. אַ ברירה האָב איך געהאַט? איר ווייסט דאָך דאָס ווערטל: אַ ליטוואַק, ווען מען דאַרף, ווערט ער אַפֿילו אַן אַם.
אָבער צו מער פֿון אַלץ איז מײַן אינטערעס געווען געצויגן צו דער האַלטונג פֿון אַלעמען בײַם עסן.
איך האָב אײַך שוין דערציילט פֿון דער שטילקייט אין הויז, כאָטש דאָס הויז איז געווען פֿול מיט מענטשן. דאָס איז נאָך קענטיקער געווען בעת אַלע זײַנען געזעסן אַרום טיש. מען האָט געגעסן אַ וועטשערע פֿון אַכט מאכלים. עס איז אַלזאָ געווען צו בײַטן טעלער מיט לעפֿל און מעסער מיט גאָפּל. זיבעצן מענטשן מיט זיבעצן גענג געשיר — און קוים אַ קלינגערײַ פֿון די געשיר. שטיל, סטאַטעטשנע איז געווען. כּמעט קיין איין קלאַפּערײַ פֿון טעלער מיט לעפֿל.
און קיינער האָט ניט געגעסן מיט ביידע הענט.
מען געברויכט ביידע הענט בײַם צעשנײַדן פֿלייש, אָדער בײַם באַשמירן פּוטער אויפֿן ברויט. אָבער ווען דאָס איז אָפּגעטאָן, לייגט מען אַוועק דאָס מעסער אויפֿן טעלער, פֿון וועלכן מען עסט, און מען עסט מיט איין האַנט — די צווייטע איז אַראָפּגעלאָזט אויפֿן שויס אונטערן טיש. זײַנען אַזוי געזעסן זיבעצן מענטשן, און בלויז זיבעצן הענט זײַנען געווען טעטיק — ניט צוויי מאָל זיבעצן!
און עס איז אויך ניט געווען ווי אונדזערע ליטווישע מאַמעס וואָלטן סערווירט אַ טיש. לאָמיר נעמען דאָס סערווירן פֿלייש ווי אַ בײַשפּיל. מען האָט ניט אויסגעלייגט קיין באַזונדערע פּאָרציעס אין קיך און נאָך דעם דערלאַנגט יעדערן זײַן פּאָרציע. מען האָט אויך ניט געבראַכט צום טיש קיין גרויסן טעלער מיט פֿלייש און געלאָזן יעדערן נעמען וואָס און וויפֿל ער האָט געוואָלט. דאָס פֿלייש בײַ דער וועטשערע איז געווען "ראָוסט העם". דערלאַנגט איז געוואָרן דער באַלעבאָסטע אויף אַ גרויסן טעלער אַ גרויס שטיק שינקע. די באַלעבאָסטע האָט פֿאַר אַלעמען אין די אויגן צעשניטן באַזונדערע פּאָרציעס פֿון דער שינקע און זיי אויסגעטיילט צו אַלעמען — איבערגעבנדיק דורך איין גאַסט צום צווייטן פֿון איין ברעג טיש ביזן אַנדערן.
בײַם אויסטיילן די פּאָרציעס פֿלייש איז אַ ווײַלע געוואָרן אַ גרויס געלעכטער. גענומען האָט זיך עס פֿון דעם, וואָס די באַלעבאָסטע איז געווען אין אַ פֿאַרלעגנהייט, צי זי זאָל אויך מיר אָנבאָטן שינקע. בין איך דאָך עפּעס אַ ייִד... פֿרעגן מיך גלײַך דירעקט האָט זי ניט געוואָלט, טאָמער וועט זי שוין מיטן פֿרעגן אַליין באַליידיקן מײַן ייִדישקייט. זי האָט מיך דערפֿאַר געפֿרעגט פֿאַרשטעלט:
צי האָב איך שוין ווען געגעסן אַזאַ שינקע, ווי זי גרייט דאָס צו...
איך האָב פֿאַרשטאַנען דעם וווּנק, און דער ליטוואַק אין מיר האָט אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער. אַלע האָבן נאָך דעם געלאַכט. אָבער מײַן ליטווישע לאַכן איז ניט געווען ווי זייערער.