- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
1. דעפֿיציט או "פֿרייַער מאַרק" גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק) ווען איך האָב זיך באַשעפֿטיקט מיט דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף דעם בייזן גערײַסערײַ, אין בריוו און אַרטיקלען, צווישן דעם רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, און כּלערליי באַקאַנטע פֿיגורן פֿון אויסלאַנד. זיי, ווי פֿאָרשטייער פֿון דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט, האָבן באַשולדיקט די סאָוועטישע רעגירונג אין פֿירן אַן אַנטי-סעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן ייִדישע “ספּעקולאַנטן". די טענה איז געווען, אַז מע האָט ספּעציעל באַשולדיקט ייִדן, כּדי אַרויסרופֿן בײַם ברייטן סאָוועטישן עולם די נייטיקע, דאָס הייסט אַנטי-סעמיטישע, געפֿילן. די רייד גייט וועגן די געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט מיט אַרום פֿופֿציק יאָר צוריק, אין די פֿריִע 1960ער יאָרן, בימי ניקיטאַ כרושטשיאָוו. אינעם נאָכוואָרט צו דעם ערשטן נומער "זאַמלביכער" האָבן די רעדאַקטאָרן אַזוי דערקלערט די קאָנצעפּציע פֿון זייער פּראָיעקט׃ "דער ייִדישער לייענער איז פֿאַראַן. איבער גאָרער וועלט איז ער דאָ, אַזוי ווי די ליטעראַטור אונדזערע איז אַ ליטעראַטור פֿון דער גאָרער וועלט." אַזוי אַרום איז דער באַגריף פֿון אַלוועלטלעכקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געוואָרן דער ערשטער פּרינציפּ פֿון דער נײַער אויסגאַבע. אָפּאַטאָשו און לייוויק האָבן בדעה געהאַט צו בויען אַ ליטעראַרישע טריבונע, "וווּ ייִדישע שרײַבער, אָן אונטערשיד פֿון וווינאָרט, זאָלן אונטער איין דאַך קענען געפֿינען פּלאַץ פֿאַר גרעסערע אַרבעטן, און וווּ נײַע אויפֿקומענדיקע טאַלאַנטן זאָלן קענען אין מער רחבֿות מאַניפֿעסטירן זייערע כּוחות". ספּעציעל האָבן זיי אויסגעדריקט אַ וווּנטש, "אַז אין די זאַמלביכער זאָלן זיך אויך באַטייליקן די ייִדישע שרײַבער פֿון ראַטנפֿאַרבאַנד, כּדי ס׳זאָל אָפּגעשאַפֿט ווערן די מחיצה, וואָס צעטיילט אונדזער ליטעראַטור." דער צווייטער פּרינציפּ האָט באַשטימט די אידעיִשע ריכטונג פֿון דער אונטערנעמונג׃ "צו קאָנצענטרירן די שרײַבער, וואָס האָבן אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צום מענטשן און צום גאַנצן אַרום. אַ באַציִונג, וואָס דריקט זיך אויס אין ליבע צום רעוואָלוציאָנערן סאָציאַליסטישן אײַנשטעל." דער ייִדישער קאָמפּאָנענט פֿון זייער פּראָגראַם האָבן זיי באַצייכנט ווי "המשך"; דאָס הייסט, די אָנגעהעריקייט צו דעם "אַלטן און טראַגישן פֿאָלק". אָבער דאָס האָט ניט געהייסן אַן אָפּגעריסנקייט פֿון דער גרויסער וועלט׃ "דאָס ייִדישע אין אונדז איז — די גרויסע וועלט אין אונדז." צווישן היסטאָריקער האָט מען ליב צו רעדן וועגן "לאַנגע" און "קורצע" יאָרהונדערטער. פֿאַר ייִדן האָט זיך אַזאַ מין "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אָנגעהויבן אין 1881, מיט דעם הרגענען פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, וואָס האָט גורם געווען די פּאָגראָמען און אַנטי־ייִדישע גזירות. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען די מאַסן־עמיגראַציע לעבֿר־הים און דער אידעאָלאָגישער קער צו נאַציאָנאַליזם. דער "קורצער" 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, ווען די ייִדישע מאַסן אין רוסלאַנד האָבן זיך, צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גלות, אַקטיוו אַרײַנגעטאָן אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דעם מלכות. אין 1921, ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג האָט זיך געשפּאָלטן אויף די מער (צי גאָר) סימפּאַטישע צו די באָלשעוויקעס און די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע צו זיי גרופּעס, האָט דער הויפּטשטראָם פֿון "פֿאָרווערטס" זיך אַפֿיליִיִרט מיט דעם ייִדישן סאָציאַליסטישן פֿאַרבאַנד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין יענעם יאָר און פֿאַראייניקט די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע. און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן אויף לאַנגע יאָרן — דער "פֿאַרבאַנד" און די רעדאַקציע זײַנען געווען זייער ענג פֿאַרבונדן, ניט געקוקט אויף די רײַבונגען וואָס פֿלעגן זיך צו מאָל מאַכן צווישן די שותּפֿים. דאָס הייסט ניט, אַז אַנדערע ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן זיך אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער צײַטונג. אין דעם "פֿאַרבאַנד" זײַנען געווען ניט ווייניק בונדיסטן פֿון אַ מאָל און פֿון הײַנט. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך מיט דער צײַט באַטראַכט און זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייערע "אַלט-היימישע" בונדיסטישע פּרינציפּן, געוואָרן מער אַמעריקאַנישע סאָציאַליסטן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז אין משך פֿון 15 יאָר האָט מיטן "פֿאַרבאַנד" אָנגעפֿירט נחום כאַנין, וועלכער איז געווען אַן אָנגעזעענער בונדיסט אין דער אַלטער היים, און אַז אַקטיוו אין דעם "פֿאַרבאַנד" איז געווען ברוך וולאַדעק, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" — אַ מענטש מיט אַ לעגענדאַרן נאָמען אין די בונדיסטישע קרײַזן. צוערשט איז דער "נעגער" געווען סתּם אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש, אַ מאָדנער בן־אָדם מיט אַ מאָדנעם אויסזען. אָבער בהדרגה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַלץ טיפֿער אײַנגעלעבט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט מיט אירע השׂגות און הלכות, האָט די נעגערישע געשטאַלט באַקומען קלאָרערע צורות. עס לאָזן זיך אויסצייכענען דרײַ אָדער פֿיר עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון אָט דער געשטאַלט׃ אַ פּאָליטישער, אַ קולטורעל־רעליגיעזער, און אַן עראָטישער. ייִדן, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע קלישעען ווען עס קומט צו די "גויים", און דער סטערעאָטיפּיש־״ייִדישער״ קוק אויף די שוואַרצע אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געהאַט צוויי צדדים. היות ווי אַ סך ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט, האָבן זיי געהאַט אַ סך מיטלײַד צו די שוואַרצע קרבנות פֿון ראַסן–דיסקרימינאַציע. אין די היסטאָרישע סוזשעטן, מיט וועלכע איך אַליין האָב זיך באַשעפֿטיקט, האָט זיך עפּשטיין "באַוויזן" עטלעכע מאָל: ווי אַן ערנסטער ליטעראַטור-קריטיקער אין די יאָרן ערבֿ און בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ער האָט געוווינט אין אַמעריקע; ווי אַ בונדיסטישער טוער אין אוקראַיִנע אין די רעוואָלוציאָנערע יאָרן; ווי דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער קאָמוניסטישער צײַטונג "דער עמעס"; ווי אַ שליח פֿון קאָמינטערן, געשיקט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו העלפֿן שטעלן אויף די פֿיס די ייִדישע קאָמוניסטישע באַוועגונג; ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט"; ווי דער סעקרעטאַר פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון זײַן צײַטונג "אייניקייט". מע ציטירט אויך עפּשטיינס זכרונות וועגן דעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי — זיי האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען עפּעס אַ צײַט אין זומער 1925, בשעת מאַיאַקאָווסקיס נסיעה קיין אַמעריקע. קיין אַמעריקע איז עפּשטיין צום ערשטן מאָל אָנגעקומען אין יאָר 1909. צו יענער צײַט איז ער שוין געווען אַן אויסגעפּרוּווטער טוער פֿון "בונד", געזעסן אַ פּאָר מאָל אין תּפֿיסה. דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין צפֿון-רוסלאַנד, פֿון וואַנען ער איז אַנטלאָפֿן קיין אויסלאַנד. עפּעס אַ צײַט האָט ער געוווינט אין מערבֿ-אייראָפּע, געאַרבעט אין דער סבֿיבֿה פֿון אַנדערע רוסישע עמיגראַנטן. ער האָט אויך געמאַכט ערשטע פּרוּוון אין ליטעראַרישער טעטיקייט, געמאַכט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון רוסיש אויף ייִדיש. ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך גלײַך צוגעכאַפּט צו דעם רײַכן מענטשלעכן שטאָף, וואָס זיי האָבן אַנטדעקט אין ניו־יאָרק, און באַוווינט אירע גאַסן, פּלעצער און פּאַרקן מיט פֿאַרשידענע ייִדישע טיפּן. הגם דער צענטער פֿון ייִדישן ניו־יאָרק איז געווען אויף דעם לאָוער־איסט–סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט די ייִדישע ליטעראַטור גיך באַהערשט אַנדערע געגנטן אויך. דער ערשטער דור ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער איז הײַנט מערסטנס פֿאַרגעסן, אָבער דווקא זיי האָבן פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר דער אייגנאַרטיקער ניו־יאָרקער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זיי האָבן געשריבן פֿאַרן פּראָסטן מאַסן־עולם, און האָבן זיך געסטאַרעט צו קאָמבינירן הומאָר מיט באַרעוודיקייט. איינער פֿון די פּאָפּולערסטע און פּראָדוקטיווסטע דערציילער פֿון יענער תּקופֿה איז געווען ישׂראל־יוסף זעווין (1872—1926), וואָס האָט געשריבן אונטערן פּען־נאָמען תּשר״ק. ער האָט באַקומען אַ פֿילזײַטיקע ייִדישע און אַלגעמיינע דערציִונג אין רוסלאַנד און געקומען קיין אַמעריקע אין 1889, וווּ ער האָט אויספּראָבירט פֿאַרשידענע פּרנסות ביז ער האָט געפֿונען אַן אָרט פֿאַר זיך אין דער צײַטונג "ייִדישעס טאַגעבלאַט". אין זײַנע פֿילצאָליקע הומאָרעסקעס און דערציילונגען האָט ער באַשריבן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן. ער האָט אויך געשריבן פֿאַר העברעיִשע און ענגלישע צײַטונגען. די פֿראַגע פֿון וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט צי — פּינקטלעכער — ריטועלקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינטערעסירט מיך שוין פֿון לאַנג, כאָטש מע קען ניט זאָגן, אַז איך פֿאָרש ערנסט דעם פֿענאָמען. אָבער דער דאָזיקער פֿענאָמען וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". ס’איז קלאָר, אַז דער יונגער, אַמעריקאַנער געבוירענער דור ייִדן האָט, בדרך-כּלל, ניט איבערגענומען די קולטור, וואָס זייערע זיידעס און עלטערן האָבן געהאַט געבראַכט פֿון דער אַלטער היים. האָט מען געזוכט אַנדערע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, און די רעליגיעזע פֿאָרמען זײַנען געווען אויפֿן בעסטן אופֿן צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן. וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, וואָס האָט געהייסן נפֿתּלי-הערץ כּהן, האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט — פּינקטלעכער, דערהערט ווי עס דאַרף צו זײַן — בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק. קאַרען אויערבאַך, דעמאָלט אַ דאָקטאָראַנט פֿון בראַנדײַז-אוניווערסיטעט, האָט געשריבן וועגן אים, און איך האָב געגרייט איר אַרטיקל פֿאַרן זשורנאַל "צוקונפֿט" (אַרויס אין פֿרילינג-זומער נומער, 2007). אויף קאַרענס אַרטיקל זײַנען טיילווײַז באַזירט אויך מײַנע איצטיקע נאָטיצן. מע דאַרף גלײַך זאָגן, אַז קיין שרײַענדיקער נאָמען איז נפֿתּלי-הערץ כּהן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ניט געווען. דערצו נאָך, איז זײַן לעבנסוועג דורכגעגאַנגען אין עטלעכע לענדער, אַזוי אַז קיין אָנגעוואַרעמט אָרט האָט ער אין קיין געאָגראַפֿיש-באַגרענעצטער ליטעראַרישער סבֿיבֿה ניט איבערגעלאָזט. אָבער זײַן לעבנסוועג גופֿא איז געווען אַזוי טראַגיש, אַז דאָס אַליין פֿאַרדינט, מע זאָל וועגן אים — און אויך וועגן זײַנע ווערק — ניט פֿאַרגעסן.
Harriet Murav. אין אַ לעקציע, וואָס ער האָט געהאַלטן אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין דעם דריטן יוני 1930 האָט דוד בערגעלסאָן פֿאַרגליכן די סאָוועטישע ליטעראַטור "צו אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן לויפֿנדיקן שנעל־צוג. מיר שטייען אויף אַ וואָקזאַל און עס דערגייען צו אונדז קלאַנגען פֿונעם אָרקעסטער אינעם לויפֿנדיקן, איילנדיקן צוג. עס זענען אָפּגעריסענע, נישט־פֿאַרענדיקטע קלאַנגען. אָבער מיר, וואָס שטייען אויפֿן וואָקזאַל, האָבן דעם חשק זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אָט דעם אײַלנדיקן צוג." געמיינט האָט ער, אַז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד לויפֿט פֿאָרויס אין דער צוקונפֿט ווי אַן עקספּרעס־באַן, בעת די קאַפּיטאַליסטישע וועלט שטייט פֿאַרפּלעפֿט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. די סאָוועטישע ליטעראַטור שפּילט איר אייגענע מוזיק, וואָס מען קאָן הערן בלויז איינצלנע קלאַנגען דערפֿון. די דאָזיקע מאָדערניסטישע מעטאַפֿאָר, מיט וועלכער בערגעלסאָן האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעקציע, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן דעם עלנטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן און אַמעריקע, דינט ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער שטודיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַוו. ווי אַלע בערגעלסאָנס אימאַזשן, האָט זי אַ טאָפּלטן באַטײַט, און איר אינעווייניקע סתּירותדיקייט ווערט אַנטפּלעקט אינעם גאַנג פֿון מוראַווס גרינדלעכער און טיפֿזיניקער פֿאָרשונג. י. ל. פּרץ האָט באַזוכט די הויפּט־שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע צוויי מאָל, אין 1907 און אין 1911. ביידע באַזוכן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך עפֿנטלעכן אינטערעס. די זאַלן, וווּ פּרץ האָט גערעדט, זײַנען געווען פֿולגעפּאַקט. וועגן זײַנע באַזוכן האָבן געשריבן ייִדישע און רוסישע צײַטונגען, און מיט יאָרן שפּעטער האָבן וועגן דעם דערמאָנט אין זייערע זכרונות זײַנע מיטצײַטלער. די דאָזיקע געשעענישן טראָגן אויף זיך אַ בולטן שטעמפּל פֿון יענער אָנגעשפּאַנטער צײַט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אויפֿלעבונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע. 1907 צום ערשטן מאָל איז פּרץ אײַנגעלאַדן געוואָרן קיין פּעטערבורג דורך דער אָרטיקער בונד־אָרגאַניזאַציע פֿאָרצולייענען זײַנע ווערק אויף אַ ליטעראַריש־מוזיקאַלישן אָוונט אינעם קליינעם זאַל פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע דעם 24סטן פֿעברואַר פֿון 1907. אַלע אַנדערע אָנטיילנעמער זײַנען געווען פֿון פּעטערבורג׃ דער באַקאַנטער דאָקטאָר און כּלל־טוער אַבֿרהם בראַמסאָן, דער שרײַבער מרדכי (מאַרק) ריוועסמאַן, דער פֿאָלקלאָריסט זוסמאַן (זינאָווי) קיסעלהאָף, ווי אויך אייניקע באַקאַנטע מוזיקער און דער סטודענטישער כאָר פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אפֿרים שקליאַר. מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ער האָט זיך באַוויזן אין דעם סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה און דאָס האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַשטימט זײַן גורל פֿון אַ צײַטשריפֿט, וואָס איז געוואָרן (און בלײַבט) מער באַקאַנט פֿאַר זײַן אידעאָלאָגישער ראָלע איידער אַ פֿאָרום פֿון ייִדישער ליטעראַטור. מיר איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן דעם מאָסקווער זשורנאַל שרעקלעך פֿײַנט געהאַט, כאָטש זיי האָבן אים קיין מאָל ניט געלייענט צי — צוליב ניט קענען ייִדיש — אַפֿילו ניט געקענט לייענען. דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן טענות, כאָטש, אַ חוץ אַן אויסגעשפּראָכענער סאָוועטישקייט, האָט ער אין זיך געטראָגן דעם סימבאָליזם פֿון דער סאָוועטישער "גאָלדענע קייט" — עס זײַנען דאָך אין מאָסקווע פֿריִער געווען אַזעלכע צײַטשריפֿטן: "סאָוועטיש" און "היימלאַנד". איך געדענק ווי אין די ערשטע טעג פֿון 1990, ווען איך בין צום ערשטן מאָל געווען געקומען קיין ישׂראל, האָט מיך איינער אַ זשורנאַליסט געפֿרעגט, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט צוגעבן צום טיטל אַ פֿראַגע-צייכן: "סאָוועטיש היימלאַנד?" עפּעס אַ "שאָטן" פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ליגט אויף מיר אויך. הגם איך האָב געאַרבעט אין דעם זשורנאַל שוין אין מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס צײַטן, ווען מע האָט אַפֿילו ניט באַמערקט מײַן סטאַטוס פֿון אַ "רעפֿוזניק", לייען איך פֿון מאָל צו מאָל, דער עיקר אין אינטערנעץ, ווי עפּעס אַ חכם-בלילה באַשולדיקט מיך אין דעם שרעקלעכן זינד פֿון זײַן אַסאָציִיִרט מיט דעם מאָסקווער זשורנאַל און זײַן רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס. |