|
אַהרן ווערגעליס רעדט צו די געסט, סײַ פֿון דער פֿרעמד, סײַ פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע זײַנען געקומען אין דער רעדאַקציע לכּבֿוד דעם 25סטן יוביליי פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", 1986 |
|
מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ער האָט זיך באַוויזן אין דעם סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה און דאָס האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַשטימט זײַן גורל פֿון אַ צײַטשריפֿט, וואָס איז געוואָרן (און בלײַבט) מער באַקאַנט פֿאַר זײַן אידעאָלאָגישער ראָלע איידער אַ פֿאָרום פֿון ייִדישער ליטעראַטור. מיר איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן דעם מאָסקווער זשורנאַל שרעקלעך פֿײַנט געהאַט, כאָטש זיי האָבן אים קיין מאָל ניט געלייענט צי — צוליב ניט קענען ייִדיש — אַפֿילו ניט געקענט לייענען.
דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן טענות, כאָטש, אַ חוץ אַן אויסגעשפּראָכענער סאָוועטישקייט, האָט ער אין זיך געטראָגן דעם סימבאָליזם פֿון דער סאָוועטישער "גאָלדענע קייט" — עס זײַנען דאָך אין מאָסקווע פֿריִער געווען אַזעלכע צײַטשריפֿטן: "סאָוועטיש" און "היימלאַנד". איך געדענק ווי אין די ערשטע טעג פֿון 1990, ווען איך בין צום ערשטן מאָל געווען געקומען קיין ישׂראל, האָט מיך איינער אַ זשורנאַליסט געפֿרעגט, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט צוגעבן צום טיטל אַ פֿראַגע-צייכן: "סאָוועטיש היימלאַנד?"
עפּעס אַ "שאָטן" פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ליגט אויף מיר אויך. הגם איך האָב געאַרבעט אין דעם זשורנאַל שוין אין מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס צײַטן, ווען מע האָט אַפֿילו ניט באַמערקט מײַן סטאַטוס פֿון אַ "רעפֿוזניק", לייען איך פֿון מאָל צו מאָל, דער עיקר אין אינטערנעץ, ווי עפּעס אַ חכם-בלילה באַשולדיקט מיך אין דעם שרעקלעכן זינד פֿון זײַן אַסאָציִיִרט מיט דעם מאָסקווער זשורנאַל און זײַן רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס די "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע" האָט אין די 1990ער יאָרן פֿינאַנציעל אונטערגעהאַלטן די רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", וועלכע האָט זיך דעמאָלט גענומען אַן אַנדער נאָמען — "די ייִדישע גאַס". מע האָט עס געטאָן ניט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות, חלילה. דער "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרבליבן אַנטי-סאָוועטיש, ווי ער איז געוואָרן אין די 1920ער יאָרן. מע האָט פּשוט אָפּגעשאַצט דעם פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ פֿון דעם זשורנאַל און זײַנע פֿאַרדינסטן פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור.
עפּעס — בלי-ספֿק זייער אַ קליינע — ראָלע האָט אָפּגעשפּילט מײַן "מבֿינות". אין נאָוועמבער 1991 האָט מיך די דעמאָלטיקע אָנפֿירונג פֿון דער "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע" געבעטן צו געפֿינען אַן אַלטערנאַטיוו צום הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס, אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אַסאָציאַציע האָט אין יענער צײַט געשאַפֿן אַ קאָמיטעט מיטן שליחות צו העלפֿן דער ייִדישער קולטור אין רוסלאַנד. איך האָב שוין דאַן געוווינט אין ענגלאַנד, אָבער ס׳האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז פֿון ניו-יאָרק בין איך טאַקע געפֿאָרן קיין מאָסקווע. האָב איך זיך אַרומגעקוקט און, ווי איך האָב עס צוגעזאָגט, אָנגעשריבן אַ שטיקל באַריכט פֿאַר דער "אַסאָציאַציע". מײַן אויספֿיר איז געווען, אַז קיין אַלטערנאַטיוו צו ווערגעליסן האָט זיך ניט באַוויזן.
איך בין ניט שטאַרק עלטער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". ווי אַ נײַן-יאָריק ייִנגל געדענק איך די פֿרייד פֿון מײַנע עלטערן, ווען ס’איז אָנגעקומען דער ערשטער נומער פֿון דעם זשורנאַל. צום ערשטן מאָל זינט די 1940ער יאָרן האָבן זיי געהאַלטן אין די הענט אַ פֿריש-געדרוקטן ייִדישן טעקסט. נאָך מער: קיין אַלט-געדרוקטער ייִדישער טעקסט איז בײַ אונדז אויך ניט געווען (אַ חוץ דעם זיידנס ספֿרים), ווײַל די גאַנצע ביבליאָטעק איז ערגעץ פֿאַרפֿאַלן געוואָרן בעת דער מלחמה.
דער סאָציאַלער באַטײַט פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" איז נאָך ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן. מיט זײַן גאַנצער סאָוועטישקייט, איז דער זשורנאַל געווען אַ ייִדישער, לכל-הפּחות, אַ "גענוג ייִדישער" פֿאַר אַ סך סאָוועטישע ייִדן. עס האָט אויך געהאָלפֿן, אַז דאָס איז געווען אַן אָפֿיציעלע סאָוועטישע אינסטיטוציע, אַן אָרגאַן פֿון דעם מעכטיקן שרײַבער-פֿאַראיין. איך געדענק, אַ שטייגער, ווי אַ בריוו פֿון דער רעדאַקציע, וואָס איך האָב געגעבן אַ יונגן געלערנטן, האָט אים געהאָלפֿן צו קריגן אַ צימער אין האָטעלן פֿון אוקראַיִנע, וווּ ער האָט עפּעס געפֿאָרשט. איין מאָל האָט מײַן בריוו אַפֿילו געהאָלפֿן צו קריגן אַן אָרט אויף אַ ייִדישן בית-עולם פֿאַר אַ פֿאַרשטאָרבענעם מחבר פֿונעם זשורנאַל.
אָבער דאָס זײַנען אַנעקדאָטן. ניט צו פֿאַרגלײַכן מער ממשותדיק איז געווען די ראָלע פֿונעם זשורנאַל אין אונטערהאַלטן די ייִדישע אידענטיטעט בײַ טויזנטער סאָוועטישע תּושבֿים. די מומע מינע, מײַן מאַמעס עלטערע שוועסטער, האָט געלייענט נאָר דעם זשורנאַל, קיין אַנדערע זאַכן האָט זי ניט אָנערקענט. און זי איז געווען ניט די איינציקע. איך האָב געקענט אויך מענטשן, וועלכע פֿלעגן באַקומען דעם זשורנאַל, כאָטש לייענען ייִדיש האָבן זיי אָדער ניט געקענט, אָדער קוים געקענט. דער זשורנאַל האָט פֿאַר זיי געשפּילט אַ סימבאָלישע ראָלע. איך רעד שוין ניט וועגן די מחברים. וווּ נאָך וואָלטן זיי געדרוקט זייערע לידער, דערציילונגען, ראָמאַנען, עסייען? דער קעשענעווער פּראָזאַיִקער יחיאל שרײַבמאַן האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז אַ דאַנק דעם זשורנאַל האָט זיך ווידער באַוויזן ייִדישע ליטעראַטור, בעת פֿריִער, אין די 1950ער יאָרן, זײַנען געווען נאָר יחידים — ייִדישער שרײַבער.
עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו מעסטן דעם בײַטראָג פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" בלויז לויט דער צאָל לייענער זײַנע. מע מוז אויך ניט פֿאַרגעסן וועגן דער וויכטיקייט פֿון האָבן אַ סאָוועטישע אינסטיטוציע, וועלכע האָט געקענט פֿאַרכּשרן אַ ווערק צי אַ קולטור-אונטערנעמונג. אַ ראָמאַן, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דעם זשורנאַל, האָט געהאַט אַ בעסערן שאַנס אַרויסצוגיין ווי אַ בוך אויף ייִדיש און צו זײַן איבערגעזעצט אויף רוסיש, אוקראַיִניש צי אַן אַנדער שפּראַך. אַגבֿ, ביכער, איבערגעזעצטע פֿון ייִדיש אויף רוסיש, האָבן געהאַט אַ טיראַזש פֿון דרײַסיק טויזנט צי אַפֿילו מער קאָפּיעס. און זיי פֿלעגן זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן אין ביכער-געשעפֿטן.
וואָס שייך דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף פֿון דעם זשורנאַל, איז ער, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ סאָוועטישער, אָפֿט מאָל — היפּערטראָפֿירט סאָוועטישער. ווי אַלע ליטעראַרישע זשורנאַלן, האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" ניט געקענט האָבן קיין אייגענע אידעאָלאָגישע סטראַטעגיע. דאָס לאַנד (בראָש מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי) האָט געבויט קאָמוניזם, און יעדער זשורנאַל האָט געמוזט אויך בויען — דאָס הייסט, שרײַבן וועגן בויען — די אוטאָפּיע. דאָס לאַנד האָט באַשולדיקט די ציוניסטן אין פֿאַרברעכנס קעגן דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג, האָט יעדע צײַטשריפֿט געמוזט טאַנצן אונטער דעם זעלבן ניגון. אַנדערש האָט קיין רעדאַקטאָר ניט געקענט בלײַבן אויף זײַן אָרט.
דאָס מיינט ניט, אַז אַלע מאָסקווער, און בכלל סאָוועטישע, זשורנאַלן און זייערע רעדאַקטאָרן זײַנען געווען פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן. די אַלגעמיינע סטראַטעגיע, אָדער די גענעראַל-ליניע, האָט פֿון דעסטוועגן איבערגעלאָזט עפּעס אַ רוים פֿאַר טאַקטישע אונטערשיידן. אייניקע זשורנאַלן האָבן געהאַט אַ בעסערן שם אין ליבעראַלע קרײַזן, בעת אַנדערע זײַנען געווען מער קאָנסערוואַטיוו. מענטשלעכע באַציִונגען האָבן אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. יעדער רעדאַקטאָר איז דאָך געווען אַ בשׂר-ודם, וואָס האָט עפּעס ליב געהאַט און עפּעס פֿײַנט געהאַט; געוויסע שרײַבער האָבן געהערט צו זײַנע פֿרײַנד און מיט געוויסע שרײַבער האָט ער געהאַט אַלטע צי פֿרישע חשבונות. אין דעם זין איז דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל געווען מיט די לײַטן גלײַך.
און דאָך איז ער געווען אַנדערש. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט, אין פֿאַרגלײַך מיט ניט-ייִדישע אויסגאַבעס, געקענט טאַקע זײַן "טאַקטיש" אַ סך מער ייִדישלעך; אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער געמוזט זײַן ניט צו פֿאַרגלײַכן מער פֿאָרזיכטיק "אויפֿן ייִדישן פֿראָנט". בפֿרט נאָך, אַז די גאַנצע סבֿיבֿה האָט זייער גוט געדענקט דעם טײַערן פּרײַז, וואָס מע האָט געקענט באַצאָלן פֿאַר זײַן אידעאָלאָגיש פֿאַרדעכטיקט. ווי אַ ייִדישער פֿאָרום האָט דער זשורנאַל בשום-אופֿן ניט געקענט אויסמײַדן דעם כּבֿוד פֿון ווערן אַן אָנטיילנעמער אין אַנטי-ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. אַזאַ איז געווען דער באַשלוס פֿון דעם צענטראַלן קאָמיטעט, דהײַנו: "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געגעבן געוואָרן אַן אָרט אין דעם גרויסן סאָוועטישן אַנטי-ציוניסטישן כאָר.
איך האָב ניט קיין סטאַטיסטיק (זי עקזיסטירט אַפֿילו ניט), אָבער איך בין זיכער, אַז גאָר ניט ווייניק לייענער פֿונעם זשורנאַל זײַנען געווען אַנטי-ציוניסטיש געשטימט. איבערגעגעבענע קאָמוניסטן, מיט אַנטי-ציוניסטישע איבערצײַגונגען, זײַנען געווען אויך צווישן די מחברים. בכלל, צווישן סאָוועטישע ייִדן זײַנען גאָר ניט אַלע געווען הייס פֿאַרליבט אין ישׂראל. איך אַליין האָב געהאַט אַ פֿעטער, מײַן טאַטנס ברודער, און אַ מומע, מײַן מאַמעס שוועסטער, מיט וועלכע מײַן טאַטע האָט זיך תּמיד געקריגט, טאַקע מכּוח ישׂראל. זיי זײַנען געווען האַרטע קעגנער פֿון דער ייִדישער מדינה און, דער עיקר, איר פּאָליטיק. מע דערציילט אַפֿילו (איך בין שוין דעמאָלט געווען אין ענגלאַנד און געהערט נאָר קלאַנגען פֿון מײַן היימשטאָט), אַז די מומע, שוין אַ פֿינף-און-אַכציק-יאָריקע, האָט אומישנע אַרײַנגעשלונגען צענדליקער פּילן, כּדי ניט פֿאָרן מיט אירע קינדער קיין ישׂראל. צעטיילט און צעקריגט זײַנען דאָך געווען — און בלײַבן — אויך אַ סך ברידער און שוועסטער מחוץ רוסלאַנד.
אידעאָלאָגישע קאָנפֿליקטן האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט אויסגעמיטן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". מע דאַרף דאָך ניט פֿאַרגעסן, אַז די סבֿיבֿה אַרום דעם זשורנאַל איז געווען ניט קיין ריין סאָוועטישע. צווישן די מחברים זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין פּוילן, רומעניע, ליטע און לעטלאַנד. זיי האָבן געקוקט אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן. צווישן די "ריין-סאָוועטישע" זײַנען אויך געווען גאָר פֿאַרשיידענע מענטשן, אין וועלכע דער חורבן און די גולאַג-תּקופֿה האָט איבערגעלאָזט פֿאַרשיידענע שפּורן.
אָבער פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג אין די לעצטע יאָרן פֿון דעם זשורנאַל און פֿון לייענען כּלערליי מאַטעריאַלן וועגן די פֿריִערדיקע יאָרן, האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די הויפּט-סיבה פֿון די קאָנפֿליקטן, בפֿרט צווישן דעם שעף-רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס און די מחברים, איז אָפֿט מאָל, צי אַפֿילו בדרך-כּלל, געווען אַ פּערזענלעכע. קריגערײַען צווישן רעדאַקטאָרן און מחברים פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין דער געשיכטע פֿון ס’רובֿ צײַטשריפֿטן. מיר דאַרפֿן ניט גיין צו ווײַט: דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אַב. קאַהאַן האָט געהאַט שווערע צי אַפֿילו אוממעגלעכע באַציִונגען מיט צענדליקער שרײַבער.
דער ענין פֿון ווערגעליסן איז, אָבער, אַנדערש, ווײַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען דער איינציקער זשורנאַל. אַ סאָוועטישער שרײַבער, וואָס האָט אַ קלאַפּ געטאָן מיט ווערגעליסעס טיר, האָט קיין אַנדער טיר ניט געהאַט. קיין "טאָג", "מאָרגן-זשורנאַל" צי "מאָרגן-פֿרײַהייט" זײַנען אין מאָסקווע, און אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, ניט געווען. די פּראָווינציעלע צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז געווען אין גאָר אַן אַנדער ליגע.
און נאָך איין וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער געשיכטע: די סבֿיבֿה איז פֿאַרבליבן אָן אָנערקענטע אויטאָריטעטן. די מלחמה און, דער עיקר, רדיפֿות פֿון סטאַלינס תּקופֿה, האָבן ניט איבערגעלאָזט קיין איין שרײַבער, וואָס זאָל האָבן אַ פֿעסטן שם אין ליטעראַרישע קרײַזן. איך האָב מיט אַ צײַט צוריק געשריבן וועגן דעם קאָמיטעט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1938 צו פֿײַערן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד דעם 80סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. ווען מע קוקט אויף דער רשימה ייִדישע שרײַבער, וואָס זײַנען געווען גענוג באַוווּסט מע זאָל זיי אַרײַננעמען אין אַזאַ בכּבֿודיקן קרײַז, געפֿינט מען דאָרטן ניט קיין איין מענטש, וואָס זאָל האָבן דערלעבט ביז 1961.
די רדיפֿות האָבן ניט נאָר אַנטקעפּט די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה, אָבער נאָך מער, זיי האָבן אויך אָפּגעסמט די אַנטמאָספֿער אין איר. די שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם גולאַג, האָבן אָפֿט מאָל געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף די קאָלעגן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אויף דער פֿרײַ. נאָך מער: וועגן אייניקע שרײַבער האָט מען גערעדט, אַז זיי האָבן מיטגעאַרבעט מיט דער געהיימער פּאָליציי. אַזעלכע חשדים האָבן, פֿאַרשטייט זיך, אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף די באַציִונגען.
* * *
די געשיכטע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור געהערט ניט הײַנט צו "הייסע" ענינים. דער עלטערער דור געדענקט עס נאָך, אָבער דער ייִנגערער דור קען, בדרך-כּלל, קיין איין נאָמען ניט פֿון דער סבֿיבֿה פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". שמואל גאָרדאָן און שירה גאָרשמאַן זײַנען די שרײַבער, וואָס אייניקע פֿאָרשער שרײַבער וועגן זיי. אַלכּסנדר ליזען און יוסף בורג ווערן ניט אין גאַנצן פֿאַרגעסן, טיילווײַז, אַ דאַנק דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון זייערע ווערק. הערשל פּאָליאַנקעס 100־יאָריקער יוביליי איז גאַנץ ברייט אָפּגעמערקט געוואָרן אין אוקראַיִנע. דאָ און דאָרטן ווערן דערמאָנט אַנדערע מחברים פֿונעם זשורנאַל. אַהרן ווערגעליס הערט ניט אויף אַרויסצורופֿן עפּעס אַן אינטערעס.
|
|
|
פֿון מאָל צו מאָל, געוויינטלעך בעת אַ וועטשערע נאָך אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, פֿרעגט מען מיך צי ווערגעליס איז טאַקע געווען אַזוי שלעכט, ווי מע דערציילט וועגן אים. ענטפֿער איך, אַז מיר איז שווער צו זײַן אָביעקטיוו. איך האָב אים געקענט שוין "נאָך אַלעמען", ווען די מלחמות, וועלכע ער האָט געפֿירט, האָבן זיך כּמעט אַלע פֿאַרענדיקט. צו אונדז — צו מיר און אַנדערע (דעמאָלט) יונגע מענטשן — האָט ער זיך באַצויגן גאָר ניט שלעכט צי אַפֿילו גוט, אַ סך בעסער איידער צום עלטערן דור.
כאַראַקטעריש, אַז ווען ער האָט זיך ערנסט צעמזיקט און געמוזט בלײַבן אין דער היים נאָך אַ שווערער אָפּעראַציע, בין איך געווען דער מענטש, וועמען ער פֿלעגט בעטן צו קומען צו אים, אין דער דירה לעבן דעם מאָסקווער סאָאָפּאַרק — צו ברענגען מאַנוסקריפּטן, רעדן וועגן זיי, צונויפֿשטעלן די נומערן וכ’. פֿרײַנד צווישן ייִדישע שרײַבער האָט ער אין יענע יאָרן ניט געהאַט. בכלל, איז ער געווען אַ גאַנץ איינזאַמער מענטש. אין 1979 האָט ער אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס האָט, אַ פּנים, איבערגעגעבן די שטימונג זײַנע:
איך בענק נאָך אײַך
אין אָנדענק פֿון משה טייף,
מאָטל גרוביאַן, שיקע דריז
חבֿרים מײַנע בײַ דעם ווײַן און בײַם געוויין
און בײַ דער לוסט
און בײַ דעם גלוסט — חבֿרים מײַנע,
איר זײַט אַוועק
און מיך געלאָזט אַליין —
איך האָב צו אײַך אַ טענה.
איך בענק נאָך אײַך.
אין מיר די בענקשאַפֿט וואָיעט בײַ דער נאַכט.
אויף מיר די ענגשאַפֿט לויערט, ווען איך וואַרט,
ווען כ’קאָן פֿון איינזאַמקייט מײַן לעבן ניט באַוואָרענען,
ווײַל שוין פֿאַרריכטן קאָן מען איצטער גאָרניט...
די שײַן, וואָס איז פֿאַרלאָשן, מיך באַשײַנט.
פֿון אונדזער קרײַז איך בין פֿאַרבליבן איינער.
איך הער נאָך הײַנט דעם רעש,
און ס’טרייסלט מיך נאָך הײַנט,
ווי אין אַ וואָגן
אויף אַ וועג מיט שפּיציקע שטיינער.
געווען דער וואָגן איז געמאַכט מיט פֿיל פֿאַרשטאַנד,
ער האָט אויך איבער הימלען זיך געטראָגן,
און מיט אַ מאָל האָט איר זיך, אָדלערס, אויסגעשפּאַנט
און איבערגעלאָזט
מיך
בײַם וואָגן.
חבֿרים מײַנע! נאָענט נאָך איז דער אַמאָל,
אין אים איך זע נאָך אַלץ, און כ’ווער פֿון אַלץ מבֿולבל.
די העכסטע פּרײַז אַצינד פֿאַר דעם איך צאָל,
וואָס ערשט ניט לאַנג געשאַצט מיר האָבן וואָלוול.
אַ קלייניקייט, אַ שפּאַס, וואָס מיר דערמאָנט אין אײַך,
פֿאַרשיכּורט מײַן געמיט, עס נאָיען אַזש די אבֿרים.
מײַן יעדן שפּאַן מיט אײַערן כ’פֿאַרגלײַך,
מײַנע חבֿרים.
איך בענק נאָך אײַך.
אין מיר די בענקשאַפֿט וואָיעט בײַ דער נאַכט.
אויף מיר די ענגשאַפֿט לויערט, ווען איך וואַרט,
ווען כ’קאָן פֿון איינזאַמקייט מײַן לעבן ניט באַוואָרענען,
ווײַל שוין פֿאַרריכטן קאָן מען איצטער גאָרניט...
איך נעם צונויף
אײַערע טיפֿקייטן און פֿלאַכקייטן, די אמתן און די געמאַכטקייטן,
איך פּרוּוו אין איין געשטאַלט אײַך איצט צונויפֿנעמען,
צונויף-דרײַען,
מיט מײַנעם, מיטן אייגענעם געשטאַלט צונויפֿפֿירן,
צונויף-פֿירן,
און עס באַקומט זיך, ווי מע וואָלט דרײַ רענדלעך
וועלן אויסלײַען,
ווײַל ס’איז באַוווּסט די פּרײַז פֿון פֿערטן אויספֿירלעך.
כ’וואָלט בעסער שוין פֿאַרלאָרן אײַך אין דער טראַנשיי,
כ’וואָלט בעסער פֿון אַן אומזיניקן אומגליק אײַך פֿאַרלאָרן.
אָ, זאָל מען מוחל זײַן מײַן מאַנצבילישן געשריי,
אָ, וויי צו מײַנע יאָרן.
בײַ ליאַמעס ייִנגלשע, אין הייליקער הולטײַסטווע,
אין אָט דער קורצער צײַט, ווען מענטש איז נאָך אָן זאָרג,
ווען ס’איז שוין מינץ פֿאַראַן און נאָך ניטאָ קיין טײַסטער —
מיר האָבן איינס בײַם אַנדערן גענומען פֿרייד אויף באָרג.
און ס’האַרץ מיר האָבן אויסגעביטן אויף דעם ניגון,
וואָס אַלע מאָל האָט אים פֿאַרשריבן דער פֿון אונדז,
ווער ס’האָט געוואַגט זיך אָפּזאָגן פֿון פֿאַרגעניגן
לטובֿת קונסט.
איך בענק נאָך אײַך.
אין מיר די בענקשאַפֿט וואָיעט בײַ דער נאַכט.
אויף מיר די ענגשאַפֿט לויערט, ווען איך וואַרט,
ווען כ’קאָן פֿון איינזאַמקייט מײַן לעבן ניט באַוואָרענען,
ווײַל שוין פֿאַרריכטן קאָן מען איצטער גאָרניט...
שוין אַן עלטערער מענטש, פֿלעגט ער ליב האָבן דערציילן מעשׂיות פֿון זײַן לעבן. אייניקע פֿון זיי האָב איך געהערט פֿון אים צו עטלעכע מאָל. געדענק איך ווי אַ מאָל האָט ער זיך צערעדט וועגן די קאָלעגן זײַנע, בפֿרט אין די אַמאָליקע צײַטן. דעמאָלט האָט ער דערמאָנט עפּעס אַ פֿאַרזאַמלונג, נאָך וועלכער ער איז אַרויס אין דרויסן און, כאָטש ס’איז געווען ווינטערדיק קאַלט, האָט ער ניט גלײַך דערפֿילט, אַז דעם מאַנטל האָט ער פֿאַרגעסן אָנצוטאָן. מיר שײַנט, אַז אָנהייב יוני האָב איך סוף-כּל-סוף געלייענט אַ סטענאָגראַם טאַקע פֿון יענער זיצונג.
די רייד גייט וועגן דער זיצונג אין דעם שרײַבער-פֿאַראיין דעם 29סטן נאָוועמבער 1962. דער פֿאָרזיצער איז געווען דער באַקאַנטער רוסישער שרײַבער קאָנסטאַנטין פֿעדין. צונויפֿגערופֿן איז זי געווען ווײַל 16 ייִדישע שרײַבער (די פֿולע רשימה איז מיר ניט באַקאַנט) האָבן זיך געוואָנדן צו דעם פֿאַראיין, בעטנדיק, אין תּוך אַרײַן, מע זאָל פֿאַרבײַטן דעם רעדאַקטאָר. די אָפּאָזיציע האָט זיך פֿאָרמירט נאָך איידער דער זשורנאַל איז געשאַפֿן געוואָרן. איר סאַמע דרייסטער פֿאָרשטייער איז געווען דער דיכטער יוסף קערלער. אין די 1970ער יאָרן איז זײַן נאָמען געווען גאַנץ ברייט באַוווּסט. ער איז געווען זייער אַקטיוו ווי אַ "רעפֿוזניק" און שפּעטער, שוין אין ישׂראל, ווי אַן אַנטי-קאָמוניסטישער ייִדישער שרײַבער.
דעם 29סטן האָט דער ערשטער גערעדט דער רעדאַקטאָר. ווערגעליס האָט דערציילט, אַז דעם באַשלוס וועגן אַרויסגעבן דעם זשורנאַל האָט דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אָנגענומען דעם 9טן פֿעברואַר 1961, און שוין דעם 1טן מאַרץ האָט די רעדאַקציע אָנגעהויבן אַרבעטן. צו דער צײַט פֿון דער זיצונג אין נאָוועמבער 1962 זײַנען אַרויס אַכט צי נײַן העפֿטן פֿונעם זשורנאַל, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט 95 ייִדישע מחברים. ווערגעליס האָט פֿאַרפּינקטלעכט, אַז צווישן זיי זײַנען געווען 56 מיטגלידער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. 22 מחברים זײַנען געווען מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
די גרעסטע גרופּע מחברים, 39 מענטשן, האָט געוווינט אין מאָסקווע. די סאָוועטיש-ייִדישע ליטעראַטור-טעטיקייט האָט נאָך פֿאַר דער מלחמה אָנגעהויבן ווײַזן סימנים פֿון מאָסקווע-צענטרישקייט. אין דער הויפּטשטאָט האָט זיך דאָך געפֿונען, למשל, דער בעסטער ייִדישער טעאַטער און דער ייִדישער פֿאַרלאַג "דער אמת". אָבער די קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע ליטעראַרישע כּוחות אין מאָסקווע איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק אין די 1940ער יאָרן, ווען דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט איז געוואָרן דער ברויטגעבער פֿאַר צענדליקער שרײַבער און זשורנאַליסטן.
דער טיראַזש פֿון דעם זשורנאַל איז אין יענער צײַט געווען 25,000 קאָפּיעס. אָבער ווערגעליס האָט דערקלערט, אַז אַ סך פֿון די קאָפּיעס פֿלעגן, אין דער אמתן, ניט דערגיין צום לייענער. בעת אַריבער 7 טויזנט קאָפּיעס פֿלעגט מען שיקן אין אויסלאַנד און בערך 8 טויזנט פֿלעגן זיך צעגיין צו אַבאָנעמענטן, זײַנען די איבעריקע כּמעט 10 טויזנט געווען אויסגערעכנט אויף קיִאָסקן. אָבער מע האָט זיי ניט שטאַרק צעכאַפּט. האָט ווערגעליס געבעטן, מע זאָל אָפּשאַפֿן, אָדער לכל-הפּחות, צו העכערן די באַגרענעצונג פֿון אַבאָנעמענטן, די 8 טויזנט, וואָס עפּעס אַ באַשלוס האָט דערווײַל דערלויבט אָנצונעמען.
אין זײַן אַרײַנפֿיר-וואָרט האָט ווערגעליס אַרײַנגעשטעלט אויך אַ שטיקל פּראָגראַם, וועלכע ער האָט געזען פֿאַרן זשורנאַל:
כּדי ניט פֿאַרוואַנדלען זיך אין נאַציאָנאַלע דאָן-קיכאָטן, מוז מען איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל אָנערקענען, אַז ס’איז פֿאַרבײַגעגאַנגען די צײַט פֿון "ראָמאַנען וועגן ייִדישן לעבן", מיט זייערע שטרענג באַגרענעצטע נאַציאָנאַלע דלתּ אַמות, ווײַל אין אונדזער לאַנד איז אויף אייביק פֿאַרשוווּנדן די נאַציאָנאַלע איזאָלירטקייט פֿון ייִדן. דער שמאָלער, לויט זײַן לעבנס-מאַטעריאַל, "ראָמאַן פֿון ייִדישן לעבן" דאַרף אָפּגעבן דאָס אָרט דער גרויסער טעמע, אין וועלכער דער ייִד פֿאַרנעמט זײַן נאַטירלעך אָרט — דאָס זעלבע אָרט, וואָס ער פֿאַרנעמט אין לעבן גופֿא.
דאָס איז געווען ווערגעליסעס "פֿערדל" — צו רעדן און שרײַבן וועגן הײַנטצײַטיקייט. דאָס איז געווען אַ וויכטיקע טעמע פֿאַר ס’רובֿ ייִדישע שרײַבער, אָבער דעם 29סטן נאָוועמבער האָט מען גערעדט וועגן אַנדערע זאַכן, קודם-כּל וועגן ווערגעליסן גופֿא. יוסף קערלער האָט געוואָרפֿן דעם ערשן שטיין:
...ס’רובֿ אונדזערע שרײַבער זײַנען געווען שטאַרק באַומרויִקט, ווען אַהרן ווערגעליסן האָט מען געשטעלט פֿאַרן הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". נאָך איידער מע האָט דעם דאָזיקן פּאַרשוין ("ליטשנאָסט") באַשטימט אויף דער שטעלע, איז אַ היפּשע גרופּע שרײַבער אַוועק צו די סעקרעטאַרן פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין מאַרקאָוו און וואָראָנקאָוו. מיר האָבן זיי דעמאָלט געוואָרנט, אַז אַהרן ווערגעליס איז לחלוטין ניט קיין פּאַסיקער קאַנדידאַט אויף דער שטעלע פֿון הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל, וואָס מוז שפּילן אַ ראָלע ניט נאָר אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער אויך אין אויסלאַנד.
אַהרן ווערגעליס איז אַ מענטש אָן אינערלעכן גלײַכגעוויכט, מיט אַ מאַניאַקאַלער נטיה פֿון איבערשאַצן זײַנע שאַפֿערישע מעגלעכקייטן און זײַן געזעלשאַפֿטלעך ממשות.
אַהרן ווערגעליס איז אַ קאַריעריסט, וואָס איז גרייט אויף אַלץ צוליב זײַן קאַריערע. ... אין זײַן צײַט איז ווערגעליס געווען אַ שרעקלעכע פֿיגור. הײַנט, אין דעם ליכטיקן זון-אויפֿגאַנג פֿון דעם היסטאָרישן 22סטן צוזאַמענפֿאָר [פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי], זעט ער אויס נעבעכדיק און לעכערלעך. אָבער אונדז איז, צום באַדויערן, ניט צום געלעכטער.
[...]
מע מוז זאָגן, אַז דער זשורנאַל פֿירט דורך בכּיוון די פּאָליטיק פֿון פֿאַרשווײַגן ניט נאָר די תּקופֿה פֿון סטאַלינס קולט, נאָר אויך פֿון די היטלער-אַכזריותן קעגן דער באַפֿעלקערונג אין די יאָרן פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה. ווי אַן אויסנאַם קען מען, אפֿשר, אָנרופֿן די לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכע נאָטיצן פֿון דעם ריגער געטאָ, וואָס האָבן זיך געוואַלגערט אין דער רעדאַקציע שיִער ניט פֿון דעם סאַמע ערשטן טאָג פֿונעם זשורנאַל.
ס’איז באַוווּסט, אַז די פּוילישע חבֿרים האָבן צוריק געשיקט די אַלע באַשטעלטע קאָפּיעס פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" נומ’ 4. זיי האָבן עס געטאָן ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס דער זשורנאַל האָט מיט קיין וואָרט ניט דערמאָנט דעם 19טן יאָרטאָג פֿון דעם העראָיִשן אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, בעת די ייִדישע פּראָגרעסיווע פּרעסע פֿון דער גאָרער וועלט האָט ברייט אָפּגעמערקט די דאָזיקע וויכטיקע דאַטע, מאָביליזירנדיק דערמיט די געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג קעגן דעם נעאָ־פֿאַשיזם, רעוואַנשיזם און דער סכּנה פֿון נוקלעאַלער מלחמה.
אַ הייסער וויכּוח האָט זיך געפֿירט ווײַטער. אייניקע שרײַבער זײַנען געווען קעגן ווערגעליסן, אַנדערע זײַנען געווען פֿאַר ווערגעליסן. עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וואָס האָבן אָנגערופֿן געוויסע חסרונות פֿון ווערגעליסעס כאַראַקטער, אָבער האָבן געהאַלטן, אַז ער מוז בלײַבן אויף זײַן שטעלע. גערעדט האָט מען אויך וועגן דעם, אַז איין זשורנאַל איז ווייניק פֿאַר אַזאַ עולם ליטעראַטן. די ענגשאַפֿט פֿון דעם זשורנאַל האָט אַרויסגערופֿן נאָך מער ניט-צופֿרינדקייט, ווײַל די רעדאַקציע האָט פּשוט ניט קיין מעגלעכקייט צו באַפֿרידיקן יעדן מחבר.
מיט וואָס האָט זיך דער שמועס פֿאַרענדיקט? מיט גאָרנישט. ריכטיקער — מע האָט אַרויסגעלאָזט די פּאַרע. ווערגעליס איז פֿאַרבליבן דער רעדאַקטאָר ביזן סוף פֿון דעם זשורנאַל.
אַרום 1990, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין דער רעדאַקציע, איז געווען אַ פּרוּוו אים אַראָפּצוּוואַרפֿן. אַני-הקטן האָב געשפּילט די ראָלע פֿון אַ קאָכלעפֿל אין דעם גאַנצן געשעפֿט. צו יענער צײַט האָט ווערגעליס שוין קיין שטיצע כּמעט ניט געהאַט. אָבער דער פּראָצעס פֿון אַראָפּוואַרפֿן האָבן מיר ניט פֿאַרענדיקט, כאָטש אַ מעגלעכקייט אַזאַ איז, אַ פּנים, געווען. דער יונגער דור, איך בתוכם, איז געזעסן אויף די וואַליזקעס. און עפּעס אַ רחמנות האָב איך צו ווערגעליסן געפֿילט. בפֿרט נאָך, אַז — צו זאָגן דעם גאַנצן אמת — האָט ער אויסגעזען ווי די איינציקע באמת אינטערערסאַנטע פּערזענלעכקייט צווישן די איבעריקע (אָפֿט מאָל מענטשלעך בעסערע) עלטערע שרײַבער.
קוקנדיק צוריק, בין איך צופֿרידן, אַז דער זשורנאַל איז פֿאַרבליבן אין ווערגעליסעס הענט. דאָס איז געווען זײַן אויסגאַבע, מיט אַ שם, וועלכן ס’וואָלט געווען זייער שווער צו בײַטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ניט נאָר דער יונגער דור, נאָר די גאַנצע רוסיש-ייִדישע וועלט איז געזעסן אויף די וואַליזקעס אָדער האָט זיך שוין גערוקט דרום-צו צי מערבֿ-צו. ס’איז פֿאַקטיש ניט געווען פֿאַר וועמען צו שרײַבן און ווער ס’זאָל שרײַבן.