- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די טראַגעדיע, וואָס איז געשען דעם 22סטן יולי, אין אָסלאָ, איז באַלד פֿאַרשפּרייט געוואָרן אונטערן נאָמען "בלוטיקער פֿרײַטיק". אַזאַ מין נײַעס צעפֿליט זיך הײַנט אַזוי גיך, אַז ביז מע גיט אַ פּינטל מיט אַן אויג, איז זי שוין אַרומגעוואַקסן מיט טויזנטער קאָמענטאַרן. אַזוי איז געשען אויך נאָכן שרעקלעכן אויפֿרײַס לעבן דעם בנין פֿון דער נאָרוועגישער רעגירונג. קיין שום אָנווײַזן, ווער עס שטייט הינטער דעם טעראָריסטישן אַטאַק איז נאָך נישט געווען, אָבער אין די בלאָגן, אין די קורצע טעלעוויזיע־ידיעות איז דער אַטאַק שוין אָנגערופֿן געוואָרן "נאָרוועגישער 11טער סעפּטעמבער". געמיינט האָט עס נישט אַזוי די צאָל קרבנות (וואָס זײַנען נאָך צו יענער צײַט נישט באַוווּסט געווען), נאָר דעם פֿאַרנעם און חשד, אַז די טעראָריסטן דאַרף מען זוכן צווישן די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער. צו דערקלערן, פֿאַר וואָס דווקא זיי, האָט מען נישט באַדאַרפֿט: ס'איז דען נישט קלאָר — זיי האָבן דאָך פֿאַרפֿלייצט גאַנץ אייראָפּע און שטרעבן אײַנשטעלן דאָרט זייער אָרדענונג. אָט אַזאַ מאָמענטאַלע רעאַקציע אויף טעראָריסטישע אַטאַקן איז אין די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער באַוווּסטזײַן, און זי געפֿינט באַלד אַן ענטפֿער — זייערס שטיקל אַרבעט! אין דער זעלבער צײַט, רופֿט אַ מאַסן־מאָרד אַרויס אַן ענטפֿער־רעאַקציע. אַזוי, למשל, האָט דער דאָקטער ברוך גאָלדשטיין, ווי אַ רעאַקציע אויפֿן מאָרד פֿון זײַן חבֿר, אַ פֿאָטער פֿון 15 קינדער, וואָס די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן אים דערהרגעט, געענטפֿערט מיט זײַן אייגענעם טייטלעכן אַטאַק: צעשאָסן 29 און פֿאַרוווּנדעט איבער הונדערט מוסולמענישע מתפּללים אין חבֿרון, אין מערת־המכפּלה. ווען מע זאַמלט אָן אַ ריזיקן באַרג פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, בלײַבט די קשיא, ווי אַזוי זאָל מען אַלץ אײַנסדרן, מע זאָל קענען געפֿינען וואָס מע וויל? ווען די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט באַלד נאָך דער גרינדונג פֿונעם ייִוואָ אין 1925, האָבן צענדליקער — דערנאָך הונדערטער — זאַמלערס איבער גאַנץ פּוילן גאָר אין גיכן אָנגעהויבן אַרײַנשיקן אַהין פֿאָלקלאָר. ייִדישע וויצן האָט מען אַרײַנגעשיקט אין די טויזנטער און די אַספּיראַנטקע, נחמה עפּשטיין, איז געווען דער מענטש צווישן דעם ייִוואָ־פּערסאָנאַל וואָס האָט געדאַרפֿט באַשליסן, ווי אַזוי אײַנצוטיילן די גרויסע זאַמלונג וויצן. אין אירע זכרונות פֿון דער ייִוואָ־אַספּיראַנטור אין די 1930ער יאָרן האָט לוסי דאַווידאָוויטש באַמערקט, אַז עפּשטיין האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן חוש פֿון הומאָר; דעריבער איז נישט קיין וווּנדער, וואָס ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט דווקא זי געבעטן צו באַאַרבעטן די וויצן־מאַטעריאַלן. נחמה עפּשטיין איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין לאָדזש און געוואָרן אַ לערערין אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן פֿון ווילנע, ווען זי איז אַהין אַריבערגעפֿאָרן אין 1922. זי האָט אויך געשריבן לידער און רעצענזיעס, און אָפֿט פֿאַרדינט ווי אַן איבערזעצערין פֿון פּויליש אויף ייִדיש. עס קאָן זײַן, אַז איר ערשטער קאָנטאַקט אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר איז געווען איר איבערזעצונג פֿון רעגינאַ ליליענטאַלס אַרטיקל וועגן דעם "עין־הרע" אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע." ווען דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן איז געקומען קיין ווילנע פֿון ניו־יאָרק אין 1930, אָנצופֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן פֿאָלקלאָר, האָט זי אָנטיילגענומען, און פֿון דעמאָלט אָן, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר. זי איז געוואָרן אַן אַספּיראַנטקע אין ייִוואָ אין 1935 און געבליבן דאָרט אַלע פֿיר יאָר ביז דער מלחמה. זי איז אומגעקומען אין פּאָנאַר אין 1942.
Tolz. Russia’s Own Orient: דאָס בוך פֿון עדואַרד סאַיִד "אָריענטאַליזם" (1978) — אַן אַמעריקאַנער געלערנטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּאַלעסטינע — בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿאַר דער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אָבער דאָס בוך אַליין האָט אויך באַקומען אַ סך קריטיק. מען האָט דערוויזן, אַז סאַיִדס אויסטײַטשונגען זײַנען אָפֿט מאָל ניט קיין פּינקטלעכע און ניט אויסגעהאַלטן מעטאָדאָלאָגיש. אָבער דאָס האָט ניט געמינערט זײַן חשיבֿות אין די אויגן פֿון דער לינקער מערבֿדיקער אינטעליגענץ. אין זייער לשון באַטײַט דער באַגריף "אָריענטאַליזם" דאָס אינטעלעקטועלע דינסט־מיידל פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַלן אימפּעריאַליזם. ביז לעצטנס האָבן די קריטיקער פֿון סאַיִד ניט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון זײַן קאָנצעפּציע. אָבער ווי עס האָט דערוויזן די ענגלישע היסטאָריקערין וועראַ טאָלץ אין איר שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון אָריענטאַלע שטודיעס אין רוסלאַנד, דאַרף מען זוכן די דאָזיקע וואָרצלען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך דאָרט געלערנט דער יונגער דור פֿון אַראַבישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף סאַיִדס געדאַנקען־גאַנג. די סאָוועטישע שיטה פֿון אַראַביסטיק האָט קריטיקירט די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿט פֿונעם מאַרקסיסטישן שטאַנדפּונקט, און די דאָזיקע קריטיק איז מגולגל געוואָרן אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם". דער אָנהייב פֿון די אָריענטאַלישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהודערט. אָבער די רוסישע פֿאָרשער פֿון איסלאַם און בודיזם זײַנען דווקא ניט געווען קיין נאַציאָנאַליסטן. זיי זײַנען געווען ליבעראַלן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז די רוסישע אימפּעריע דאַרף אָנערקענען די קולטורעלע, לינגוויסטישע און רעליגיעזע חילוקים פֿון אירע פֿעלקער, כּדי אָפּצוהיטן איר אימפּעריאַלע פּאָליטישע אייניקייט. מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ער האָט זיך באַוויזן אין דעם סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה און דאָס האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַשטימט זײַן גורל פֿון אַ צײַטשריפֿט, וואָס איז געוואָרן (און בלײַבט) מער באַקאַנט פֿאַר זײַן אידעאָלאָגישער ראָלע איידער אַ פֿאָרום פֿון ייִדישער ליטעראַטור. מיר איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן דעם מאָסקווער זשורנאַל שרעקלעך פֿײַנט געהאַט, כאָטש זיי האָבן אים קיין מאָל ניט געלייענט צי — צוליב ניט קענען ייִדיש — אַפֿילו ניט געקענט לייענען. דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן טענות, כאָטש, אַ חוץ אַן אויסגעשפּראָכענער סאָוועטישקייט, האָט ער אין זיך געטראָגן דעם סימבאָליזם פֿון דער סאָוועטישער "גאָלדענע קייט" — עס זײַנען דאָך אין מאָסקווע פֿריִער געווען אַזעלכע צײַטשריפֿטן: "סאָוועטיש" און "היימלאַנד". איך געדענק ווי אין די ערשטע טעג פֿון 1990, ווען איך בין צום ערשטן מאָל געווען געקומען קיין ישׂראל, האָט מיך איינער אַ זשורנאַליסט געפֿרעגט, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט צוגעבן צום טיטל אַ פֿראַגע-צייכן: "סאָוועטיש היימלאַנד?" עפּעס אַ "שאָטן" פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ליגט אויף מיר אויך. הגם איך האָב געאַרבעט אין דעם זשורנאַל שוין אין מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס צײַטן, ווען מע האָט אַפֿילו ניט באַמערקט מײַן סטאַטוס פֿון אַ "רעפֿוזניק", לייען איך פֿון מאָל צו מאָל, דער עיקר אין אינטערנעץ, ווי עפּעס אַ חכם-בלילה באַשולדיקט מיך אין דעם שרעקלעכן זינד פֿון זײַן אַסאָציִיִרט מיט דעם מאָסקווער זשורנאַל און זײַן רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס. אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך. והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט. דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר די לעצטע פּרשה אינעם חומש "במדבר". במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים, האָבן מיר כּסדר באַטראַכט און געשטרעבט צו באַהויפּטן דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה. די ערשטע פּרשה — "במדבר" — מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן דער ציקל פֿון די סדרות, וואָס פֿאַרענדיקט זיך די וואָך, באַשטייט, על־פּי־רובֿ, פֿון פּרטימדיקע חשבונות. לויטן אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן, האָט משה רבינו געהייסן איבערצוציילן די צאָל פֿון דערוואַקסענע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט אין יעדן ייִדישן שבֿט. כּמעט די גאַנצע פּרשה "במדבר" באַשטייט פֿון פּרטימדיקע חשבונות און רשימות פֿון משפּחות. צוליב דעם, ווערט דער דאָזיקער אָפּטייל פֿונעם חומש אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. צוליב דער זעלבער סיבה, טאָר מען אויך נישט ציילן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן. כּדי דורכצופֿירן דעם דעמאָגראַפֿישן חשבון, האָט משה רבינו געזאַמלט אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן איבערגעציילטן ייִד אין יעדן באַזונדערן שבֿט, און אויסגערעכנט דעם סך־הכּל. וואָס טראַכט מען צום אַלעם ערשטן, ווען מען הערט דעם נאָמען "נטורי־קרתּא"? דורכויס אַנטי-ציוניסטיש, פֿאַררעטערס, קאַריקאַטורן פֿון פֿרומע ייִדן, חבֿרים פֿון דעם ימח-שׁמוניק אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער פּשוט אַ באַנדע משוגעים, וואָס זאָגן זיך אָפּ שוין לאַנגע יאָרן אַראָפּצוקריכן פֿונעם דאַך? אַלע ענטפֿערס זענען די געוויינטלעכע ריכטיקע ענטפֿערס, אָבער לויט דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס מע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן, זענען עפּעס אָט די חסידים אינגאַנצן גאָר אַנדערש. זיי קומען אַרויס אינעם פֿילם ווי אַ מין מענטשן־רעכט גרופּע, וואָס איז באַזאָרגט מיט די רעכטן פֿון די פּאַלעסטינער און צילעוועט מסביר צו זײַן פֿאַר דער וועלט דעם גרויסן חילוק צווישן "עכטער ייִדישקייט" און ציוניזם. דער פֿילם דערמאָנט ניט, למשל, זייערע וואַרעמע באַציִונגען מיט יענעם איראַנישן פֿירער, עפּעס וואָס אַפֿילו אַנטי-ציוניסטישע גרופּעס ווי סאַטמאַר האָבן לגנאַי אָפּגעשאַצט. העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פונעם פֿילם טענהט, אַז "דער פֿילם פֿאָקוסירט זיך טאַקע אויף די באַציִונגען פֿון נטורי־קרתּאניקעס מיט פּאַלעסטינע און פּאַלעסטינער, אָבער ער באַהאַנדלט אויכעט זייער אַרבעט ווי אַקטיוויסטן, וואָס פּרוּוון צו שאַפֿן בריקן מיט דער גאַנצער מוסולמענישער און אַראַבישער וועלט. זיי האַלטן זיך אָן אין דער געשיכטע פֿון אַ בשותּפֿותדיק לעבן צווישן ייִדן און מוסולמענער (פֿאַר 1948). בעת זיי שמועסן מיט די אַראַבער און מוסולמענער, דערמאָנען זיי דאָס דאָזיקע בשותּפֿותדיק לעבן, ווען ס׳איז געווען אַ מין שלום און מע האָט געלעבט ווי שכנים; דער ענין פֿון נאַציאָנאַליזם האָט נאָך ניט עקזיסטירט. ווען זיי האָבן געלעבט אונטער סעקולערע אָדער ניט-ייִדישע ממשלות, איז געווען קאָ-עקזיסטענץ." סוף פֿרילינג האָב איך זיך פֿאַררעגיסטרירט אויפֿן Facebook, וואָס — ווי איך ווייס איצט — האָט אויך אַ ייִדישן נאָמען: פּנים-בוך. אַמאָליקע צײַטן וואָלט עמעצער גלײַך באַשלאָסן, אַז גאָר ניט צופֿעליק האָב איך עס געטאָן דווקא סוף פֿרילינג, ווען אַ סך קרענק פֿלעגט מען פֿאַרבינדן מיט אַוויטאַמינאָז. הײַנט איז עס, אָבער, ניט אַקטועל — מיר וווינען ניט אין סאָמאַלי און באַקומען גענוג, צי אַפֿילו איבערגענוג, וויטאַמינען אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’וואַקסט די צאָל לײַט, וועלכע זײַנע געוואָרן מײַנע פּנים-ביכיקע פֿרײַנד. צומאָל זײַנען דאָס מענטשן, מיט וועלכע איך האָב לאַנגע יאָרן קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט, און עטלעכע זײַנען מיר נאָך אַלץ ניט באַקאַנט — לכל-הפּחות, אַזוי דאַכט זיך מיר. איך אַליין נוץ עס זייער זעלטן, וואָס איז אפֿשר אַ נאַרישקייט. אָבער מיר געפֿעלט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פּנים-ביכיקער קהילה. מיך חידושט, אַגבֿ, פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג איגנאָרירט נאָך אַלץ דעם דאָזיקן וויכטיקן קאַנאַל פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע. טאַקע דורך דעם פּנים-בוך האָב איך באַקומען די בשׂורה-טובֿה פֿון דעם פּעטערבורגער רוסישן זשורנאַל "נאַראָד קניגי וו מירע קניג" ("עם-הספֿר אין דער ביכער-וועלט"), מיט אַן אונטערקעפּל, וואָס דערקלערט דעם זשאַנער פֿון דער אויסגאַבע: איבערזיכט פֿון ייִדישע ביכער. דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס שוין אין משך פֿון 16 יאָר, זינט אויגוסט 1995. יעדע צוויי חדשים באַקומט דער לייענער אַ העפֿט, פֿול מיט אינטעלעקטועלער סחורה. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך לעצטנס באַקומען דעם נומער 91, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל חודש. אָבער איצט וועל איך קענען לייענען דעם זשורנאַל אין אינטערנעץ! וועגן דעם האָט מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירט דורך דעם פּנים-בוך, אַז דער עלעקטראָנישער נוסח איז צוטריטלעך געוואָרן לויטן אַדרעס www.narodknigi.ru. הגם די פֿולע טעקסטן זײַנען אויף רוסיש, קען מען אויך לייענען ענגלישע קיצורים. די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרמאָגט אַ רײַכע צאָל לידער וואָס פֿרויען־דיכטער האָבן געשאַפֿן. טייל פֿרויען האָבן אויסגעגאָסן זייערע געפֿילן אין שטילע, פֿאָלקסטימלעכע געזאַנגען; אַנדערע אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. זייערע סוזשעטן האָבן אַרײַנגענומען צווישן אַנדערע: קינדער־טעמעס, ליבשאַפֿט, מוטערשאַפֿט. הײַנט ברענגען מיר אַ קליינעם אָפּקלײַב פֿון דער פֿרויס ליריק. די אייביקייט פֿון רחל בוימוואָל איך בין יונג. עס טוט מיר גאָר נישט פֿעלן. אײַ, ניין וויי? — אין שמייכל אים כ׳באַהאַלט. ייִנגלעך, וועמען כ׳בין אַ מאָל געפֿעלן, נעמען שוין צו ביסלעך ווערן אַלט. לערערס, וואָס זיי האָבן מיך געלערנט, איינציקווײַז פֿאַרלאָזן שוין די וועלט. אויב פֿון אָט דעם אַלעמען נישט קלערן, וואָס וואָלט מיר דען, אייגנטלעך, געפֿעלט? די, וואָס האָבן מיך געקענט אַלס עופֿל, לייען איך בײַ זיי אין בליק אַ מאָל: "אויב אַפֿילו איר איז שוין אַזוי פֿיל, האַלט מיט אונדז, ווײַזט אויס, שוין זייער שמאָל..." ליבע פֿרײַנד פֿון נעכטן און פֿון מאָרגן: ס׳גייט אין לעבן ווינציק צײַט אַרײַן, — לאָמיר בײַ דער אייביקייט זי באָרגן, זי וועט אונדז אַרויסהעלפֿן, קאָן זײַן. וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך. אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות. דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס. איין מאָל, מיט אַ יאָר פֿינף און פֿערציק צוריק, איז אין ווילנע, אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּוילישער צײַטונג, וווּ איך האָב געאַרבעט, געקומען אַ גאַסט פֿון פּוילן — אַ באַוווּסטער פּובליציסט און שרײַבער יעזשי פּוטראַמענט. איך האָב אים געקענט פֿון ווײַטן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, געוווּסט, אַז ער געהערט צו דער פּראָגרעסיווער פּוילישער ליטעראַרישער וועלט, און דעריבער איצט מיט אַ באַזונדערן אינטערעס זיך צוגעהערט צו דעם, וואָס ער האָט דערציילט וועגן דעם אַקטועלן לעבן אין פּוילן. צווישן אַנדערן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע פֿאַרבליבענע ייִדן, וועלכע די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בראָש מיט וו. גאָמולקאַ האָט נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל גערודפֿט און וועלכע פֿלעגן דאַן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזן פּוילן. יעזשי פּוטראַמענט האָט באַטאָנט, אַז אין וואַרשע האָט דער עלטערער, שוין קליינצאָליקער דור ייִדן, וואָס האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, אין די געשאַפֿענע באַדינגונגען געפֿילט זיך אויסגעמאַטערט, צעבראָכן און פֿלעגט שטיל אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ אין באַגעגענישן מיט זייערס גלײַכן; די ייִדישע יוגנט, להיפּוך — סטודענטן, אַרבעטער, מיטגלידער פֿון דעם קלוב "באַבעל" — זענען געווען דרייסט, חוצפּהדיק, אָפֿט מאָל אַגרעסיוו און פֿלעגן שטורמיש אויסדריקן זייער התפּעלות מיטן זיג פֿון ישׂראל. טאַקע דערמיט פֿלעגן זיי אַרויסרופֿן נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט מצד דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס האָט געהאַלטן מיט די אַראַבער. לעבנדיק שוין אַ לענגערע צײַט אין ישׂראל, דערמאָן איך זיך אין יענעם שמועס מיטן גאַסט פֿון דער רעדאַקציע אין ווילנע יעדן מאָל, ווען איך קלער וועגן אונדזער ישׂראלדיקער יוגנט און באַזונדערס — וועגן "עולים מרוסיה" צווישן די היגע שול־קינדער. אָפֿט באַקלאָגן מיר זיך דאָ אויף זיי, אַז זיי זײַנען שלעכט דערצויגן, צעבאַלעוועט און דעריבער חוצפּהדיק; אַז טאָמער פֿאַרגענדזלט זיך אַ קינד עפּעס, מוז דאָס ווערן און ווערן. מאַמעס ענטפֿערן געוויינטלעך אויף די פֿאָרוווּרפֿן מיט אַזעלכע ווערטער: "נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט..." אָדער: "אין צוויי יאָר אַרום גייט ער אין מיליטער. זאָל ער נאָך דערווײַל געניסן פֿון לעבן". זומערצײַט איז אַ מחיה צו קאָכן מאָלצײַטן אויף אַ בראָט־אויוון (grill). ווי איר קענט זען פֿון דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, קען מען אויפֿן בראָט־אויוון צוגרייטן סײַ דאָס פֿלייש, סײַ די גרינסן, גייט דאָס קאָכן דעריבער אַ סך גיכער — און קיין טעפּ דאַרף מען נישט אָפּוואַשן! 2 ציינדלעך קנאָבל, צעקוועטשט 1/4 לעפֿעלע זאַלץ שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 1/2 טעפּל איילבערט־בוימל 1/2 טעפּל פּעטרישקע די בלעטעלעך פֿון 6 צווײַגעלעך טימיאַן 1 הינדל (4 פֿונט אָדער 1.8 קילאָ) 2 קליינע הייפֿטלעך ווילדע ציקאָריע (radicchio) 4 פּאָרטאַבעלאָ־שוועמלעך |