די טראַגעדיע, וואָס איז געשען דעם 22סטן יולי, אין אָסלאָ, איז באַלד פֿאַרשפּרייט געוואָרן אונטערן נאָמען "בלוטיקער פֿרײַטיק". אַזאַ מין נײַעס צעפֿליט זיך הײַנט אַזוי גיך, אַז ביז מע גיט אַ פּינטל מיט אַן אויג, איז זי שוין אַרומגעוואַקסן מיט טויזנטער קאָמענטאַרן.
אַזוי איז געשען אויך נאָכן שרעקלעכן אויפֿרײַס לעבן דעם בנין פֿון דער נאָרוועגישער רעגירונג. קיין שום אָנווײַזן, ווער עס שטייט הינטער דעם טעראָריסטישן אַטאַק איז נאָך נישט געווען, אָבער אין די בלאָגן, אין די קורצע טעלעוויזיע־ידיעות איז דער אַטאַק שוין אָנגערופֿן געוואָרן "נאָרוועגישער 11טער סעפּטעמבער".
געמיינט האָט עס נישט אַזוי די צאָל קרבנות (וואָס זײַנען נאָך צו יענער צײַט נישט באַוווּסט געווען), נאָר דעם פֿאַרנעם און חשד, אַז די טעראָריסטן דאַרף מען זוכן צווישן די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער. צו דערקלערן, פֿאַר וואָס דווקא זיי, האָט מען נישט באַדאַרפֿט: ס'איז דען נישט קלאָר — זיי האָבן דאָך פֿאַרפֿלייצט גאַנץ אייראָפּע און שטרעבן אײַנשטעלן דאָרט זייער אָרדענונג.
אָט אַזאַ מאָמענטאַלע רעאַקציע אויף טעראָריסטישע אַטאַקן איז אין די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער באַוווּסטזײַן, און זי געפֿינט באַלד אַן ענטפֿער — זייערס שטיקל אַרבעט! אין דער זעלבער צײַט, רופֿט אַ מאַסן־מאָרד אַרויס אַן ענטפֿער־רעאַקציע. אַזוי, למשל, האָט דער דאָקטער ברוך גאָלדשטיין, ווי אַ רעאַקציע אויפֿן מאָרד פֿון זײַן חבֿר, אַ פֿאָטער פֿון 15 קינדער, וואָס די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן אים דערהרגעט, געענטפֿערט מיט זײַן אייגענעם טייטלעכן אַטאַק: צעשאָסן 29 און פֿאַרוווּנדעט איבער הונדערט מוסולמענישע מתפּללים אין חבֿרון, אין מערת־המכפּלה.
דער איצטיקער מערדער אין אָסלאָ, דער 32־יאָריקער אַנדערס בערינג ברייוויק געהערט דווקא צו דער חבֿרה עקסטרעמיסטן, וואָס זייער שׂינאה צו די מוסולמענער איז פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן און זיך צעבליט אין די לעצטע צען יאָר נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001. מע קאָן עס בולט זען פֿון זײַנע דערקלערונגען און מעלדונגען, וועלכע ער פֿלעגט אָפֿן און געהיים אַרויסזאָגן דורך דער אינטערנעץ.
זײַנע "העלדן" זײַנען געווען פֿאַרברענטע נאַציאָנאַליסטן, מיט אַ ראַדיקאַל־רעכטער אידעאָלאָגיע; פֿון זיי האָט ער געלערנט און זיי האָט ער געוואָלט נאָכמאַכן. דער מיליטאַנטישער איסלאַמיזם, מיט זײַנע כּסדרדיקע בלוטיקע מעשׂים איבער דער וועלט פֿון איין זײַט, און די מוסולמענישע פֿאַרשפּרייטונג מיט איר פֿאַרשלאָסנקייט צו דער אַרומיקער מערבֿדיקער סבֿיבֿה, פֿון דער צווייטער זײַט, שאַפֿן אַ גוטן יסוד פֿאַר אַזעלכע פּאַרשוינען ווי ברייוויק.
אין יעדער תּקופֿה זײַנען געווען אַזעלכע ברייוויקן — עקסטרעם רעכטע, אָדער עקסטרעם לינקע. זייער אמת באַשטעטיקן זיי דורך בלוט. אַזוי איז געווען אין צאַרישן רוסלאַנד, ווען העלדן־יחידים האָבן דורך טעראָר און מאָרד "גערייניקט דעם וועג צו פֿרײַהייט"; און ווען מע האַלט זיי דעמאָלט נישט פֿאַר משוגעים, וואָלט שפּעטער נישט געבושעוועט דער "רויטער טעראָר", מיט די באָלשעוויקעס אין שפּיץ.
אַזוי איז געווען אין דײַטשלאַנד אין די אָנהייב 1930ער, ווען אַ גרופּע ספּאָלאָשעטע נאַציסטן האָבן דורך לאָקאַלע פּאָגראָמען אויף ייִדן צוגעזאָגט אויפֿצושטעלן אין לאַנד אַ מעכטיקע מאַכט; און ווען מע האַלט זיי דעמאָלט נישט פֿאַר משוגעים, וואָלט שפּעטער איבער אייראָפּע נישט געווילדעוועט די "ברוינע מגיפֿה", אין שפּיץ מיט די נאַציס.
אויך אין די הײַנטיקע צײַטן מוזן די רעגירונגען האַלטן אַן אויג סײַ אויף די כּוחות אין זייער לאַנד, וועלכע רייצן אויף מיט זייערע פּראָוואָקאַטיווע מעשׂים אַזעלכע פֿאַרדאָרבענע טיפּן ווי דער אָסלאָ־מערדער; און סײַ אויף אַזעלכע פֿאַנאַטישע יחידים און גרופּעס, וועלכע לאָזן אויס זייער מענטשנהאַס אויף אומשולדיקע בירגער.