ייִדיש־וועלט, געשיכטע
יאָר 1939. די אַספּיראַנטן פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט בײַ דעם בנין פֿון ייִוואָ
יאָר 1939. די אַספּיראַנטן פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט בײַ דעם בנין פֿון ייִוואָ

איין מאָל, מיט אַ יאָר פֿינף און פֿערציק צוריק, איז אין ווילנע, אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּוילישער צײַטונג, וווּ איך האָב געאַרבעט, געקומען אַ גאַסט פֿון פּוילן — אַ באַוווּסטער פּובליציסט און שרײַבער יעזשי פּוטראַמענט. איך האָב אים געקענט פֿון ווײַטן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, געוווּסט, אַז ער געהערט צו דער פּראָגרעסיווער פּוילישער ליטעראַרישער וועלט, און דעריבער איצט מיט אַ באַזונדערן אינטערעס זיך צוגעהערט צו דעם, וואָס ער האָט דערציילט וועגן דעם אַקטועלן לעבן אין פּוילן. צווישן אַנדערן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע פֿאַרבליבענע ייִדן, וועלכע די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בראָש מיט וו. גאָמולקאַ האָט נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל גערודפֿט און וועלכע פֿלעגן דאַן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזן פּוילן. יעזשי פּוטראַמענט האָט באַטאָנט, אַז אין וואַרשע האָט דער עלטערער, שוין קליינצאָליקער דור ייִדן, וואָס האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, אין די געשאַפֿענע באַדינגונגען געפֿילט זיך אויסגעמאַטערט, צעבראָכן און פֿלעגט שטיל אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ אין באַגעגענישן מיט זייערס גלײַכן; די ייִדישע יוגנט, להיפּוך — סטודענטן, אַרבעטער, מיטגלידער פֿון דעם קלוב "באַבעל" — זענען געווען דרייסט, חוצפּהדיק, אָפֿט מאָל אַגרעסיוו און פֿלעגן שטורמיש אויסדריקן זייער התפּעלות מיטן זיג פֿון ישׂראל. טאַקע דערמיט פֿלעגן זיי אַרויסרופֿן נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט מצד דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס האָט געהאַלטן מיט די אַראַבער.

לעבנדיק שוין אַ לענגערע צײַט אין ישׂראל, דערמאָן איך זיך אין יענעם שמועס מיטן גאַסט פֿון דער רעדאַקציע אין ווילנע יעדן מאָל, ווען איך קלער וועגן אונדזער ישׂראלדיקער יוגנט און באַזונדערס — וועגן "עולים מרוסיה" צווישן די היגע שול־קינדער. אָפֿט באַקלאָגן מיר זיך דאָ אויף זיי, אַז זיי זײַנען שלעכט דערצויגן, צעבאַלעוועט און דעריבער חוצפּהדיק; אַז טאָמער פֿאַרגענדזלט זיך אַ קינד עפּעס, מוז דאָס ווערן און ווערן. מאַמעס ענטפֿערן געוויינטלעך אויף די פֿאָרוווּרפֿן מיט אַזעלכע ווערטער: "נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט..." אָדער: "אין צוויי יאָר אַרום גייט ער אין מיליטער. זאָל ער נאָך דערווײַל געניסן פֿון לעבן".

מיר איז אויסגעקומען צו אָבסערווירן, ווי אַ פֿעטלײַביקער ייִנגל, וועלכער פֿלעגט אין דער היים קיין פֿינגער אין קאַלט וואַסער ניט אַרײַנטאָן און פֿלעגט זיך קוים אָפּרײַסן פֿון דעם פֿאָטעל קעגן איבער דעם טעלעוויזאָר, האָט אין משך פֿון אַ יאָר פֿאַר דער מיליטער־דינסט אַליין זיך איבערדערצויגן. אין משך פֿון דעם יאָר האָט ער אַראָפּגעוואָרפֿן פֿינף און צוואַנציק קילאָ וואָג, באַגרענעצנדיק זײַן אַפּעטיט בײַם עסטיש, דורכלויפֿנדיק יעדן באַגינען, פֿאַר די לימודים אין שול, זײַנע פֿערצן קילאָמעטער, אָנווענדנדיק לגבי זיך די שטרענגסטע מיטלען צו פֿאַרהאַרטעווען זײַן ווילן און דעם אייגענעם אָרגאַניזם: אַליין באַשלאָסן און געטאָן. ווען ס׳איז געקומען די צײַט, האָט ער זיך געשטעלט פֿאַר דער קאָמיסיע אַ פֿעסטער און גרייט צום דינסט.

אויב אונדזער קליין לאַנד האָט אַן אַרמיי, וואָס איז פֿעיִק אונדז צו פֿאַרטיידיקן, קומט עס צום פֿאָלק אָן גענוג שווער, און אונדזערע אייניקלעך, אויך די צעבאַלעוועטע, טראָגן זייער דינסט מסירת־נפֿשדיק און באַקלאָגן זיך זעלטן. די נײַע "עולים מרוסיה" צווישן, זיי טוען עס גאָר ניט ערגער פֿון דאָ־געבוירענע ייִנגלעך און מיידלעך, אַראָפּוואַרפֿנדיק אפֿשר אין אַ שווערער מינוט מיט אַ שטאַרק רוסיש ווערטל דעם שטיין פֿון האַרצן... מיר, די זיידעס און באָבעס זייערע, זעען ניט אונדזערע אייניקלעך אין די דאָזיקע שווערסטע מינוטן. סײַדן נאָך דעם, ווען זיי קומען אויף אַ פֿרײַען טאָג אַהיים, וואַרפֿן אַראָפּ די לאַסט פֿון די פּלייצעס, כאַפּן אָפּ דעם אָטעם, דערפֿרייען די נאָענטע, פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד און זעען זיך ניט אַרום, ווי מען דאַרף זיך אײַלן צוריק, כּדי ניט צו פֿאַרשפּעטיקן צום דינסט...

מיר זעען אונדזער יוגנט אין לאַנד אַ מונטערע, שטאַרקע, שטאָלצע, און ניט איין מאָל שווימט אויף די פֿראַגע: וואָס ווייסט די ישׂראל־יוגנט וועגן דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט מיט 60־70 יאָר צוריק? ווי טיף און ווי גענוי דערגייט עס צו איר?

מיר האָבן שוין באַמערקט, אַז די געליטענע, וואָס זײַנען נאָך דער מלחמה געקומען אין לאַנד, פֿלעגן ווייניק דערציילן זייערע קינדער וועגן דעם וואָס זיי איז אויסגעקומען אויסצושטיין.

— ווי לאַנג האָט איר ניט דערציילט אײַערע קינדער וועגן דעם? — האָב איך געפֿרעגט אַ באַקאַנטן, וועלכער איז, זײַענדיק יונג, געווען אַן אַסיר פֿון עטלעכע נאַצי־לאַגערן, אײַנשליסלעך אוישוויץ (און זײַן פֿרוי אויך. נאָך דער מלחמה זײַנען זיי געקומען קיין ישׂראל).

— אַ יאָר צוואַנציק, — האָט ער געענטפֿערט.

— אַזוי לאַנג? ווי קען מען דאָס דערקלערן?

— מיר פֿלעגן ניט ריידן וועגן דעם ניט צוליב די פּײַניקונגען און מאָרד־אַקציעס, נאָר צוליב דער כּסדרדיקער דערנידעריקונג, וואָס מיר האָבן געמוזט אויסשטיין.

דער ייִד האָט געדאַרפֿט פֿאַרלירן זײַן מענטשלעך פּנים. אַזאַ ציל האָבן זיך געשטעלט די נאַציס; זיי האָבן זיך אויסגעלערנט דאָס צו דערגרייכן און געפֿאָדערט דאָס זעלבע פֿון זייערע באַהעלפֿער. דאָס איז בײַ יעדן פֿון אונדז געבליבן ווי אַ פֿלעק אויף דער נשמה. ווי האָבן מיר געקענט עפֿענען פֿאַר אונדזערע קינדער אָט דעם שרעקלעכן סוד? ווי האָב איך געקענט לאָזן, זיי זאָלן דערזען אין מיר דעם נעבעך, אין וועלכן די נאַציס האָבן מיך געהאַט פֿאַרוואַנדלט...

אייניקע ניצולים פֿלעגן, ריידנדיק מיט אונדז (מיט די, וואָס האָבן אויסגעמיטן די געטאָס און לאַגערן) זיך מודה זײַן, אַז קומענדיק נאָך דער מלחמה אין לאַנד, האָבן זיי זיך דאָ אָנגעשטויסן אויף ביטול־באַציִונג מצד ישׂראלים; אויף באַשולדיקונגען, אַז זיי זײַנען "געגאַנגען צום טויט ווי שאָף צו דער שחיטה". דעריבער האָט מיר אַ באַקאַנטע פֿרוי דערקלערט:

— דו ווילסט וויסן, פֿאַרוואָס איך מיט מײַן מאַן האָבן מיט די קינדער ניט גערעדט וועגן דעם דורכגעלעבטן? ווײַל מיר האָבן נאָר איין זאַך געוואָלט: זיי זאָלן דאָ, אין ישׂראל, זײַן ווי אַלע קינדער!

אויסבאַהאַלטנדיק פֿון די יונגע דורות דעם גאַנצן אמת וועגן די שיבֿעה־מדורי־גיהנום, וואָס זיי זײַנען דורכגעגאַנגען, האָבן די ניצולים, און וואָס ערגער — בכלל די ישׂראל־געזעלשאַפֿט — מסתּמא פֿאַרנאַכלעסיקט אַ לעבנס־וויכטיקע פֿליכט — איבערגעבן זייערע קינדער און קינדסקינדער דאָס וויסן וועגן דער טראַגישסטער תּקופֿה פֿון דער נײַער ייִדישער געשיכטע — אַ תּקופֿה פֿון מאַרטירערשאַפֿט און העראָיִזם.

אין די לעצטע צענדליקער יאָרן האָט זיך אין לאַנד אין דעם פּרט עפּעס געביטן. דער אײַכמאַן־פּראָצעס איז געווען אפֿשר די גרענעץ־ליניע, נאָך וועלכער מען האָט אָנגעהויבן ברייטער, אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, באַקענען אונדזער יוגנט מיט דעם חורבן. אין דער משפּחה פֿון דעם ייִד, וואָס האָט מער פֿון אַלץ מורא געהאַט אויסצוזען ווי אַ נעבעך אין די אויגן פֿון זײַנע קינדער — זײַנען שוין דרײַ זין זײַנע און צוועלף אייניקלעך געפֿאָרן מיט אויספֿלוגן קיין פּוילן און באַזוכט די לאַגערן, אין וועלכע ס׳האָבן מיט יאָרן צוריק געשמאַכט זייער זיידע און באָבע.

געווען אַ פֿאַל, ווען איך האָב דערשפּירט, ווי אונדזערע קינדער און יוגנטלעכע רירן זיך צו מיטן האַרצן צו די געוועזענע ליידן פֿון עלטערן דור. געווען איז דאָס בעת דער 50סטער טרויער־פֿײַערונג פֿון יום־השואה אין לאַנד. אין רחובֿות האָט אונדזער וווּנדערבאַרער שטאָטישער שילער פֿאָרגעשטעלט אַ גראַנדיעזן ספּעקטאַקל "הניצול", געווידמעט דער טעמע פֿון חורבן. געווען איז דאָס אַ מין טראַגישער מוזיקאַלישער דיאַלאָג צווישן צוויי גרופּעס געשטאַלטן — מיידלעך אין לאַנגע ווײַסע קליידער מיט טונקעלע טרויער־שלייפֿן, אַריבערגעוואָרפֿן איבער די אַקסלען, און ייִנגלעך אין שוואַרצן. אין דעם טיף־פֿאַרזונקענעם, צײַטנווײַז כּמעט קלאַנגלאָזן טרויער־געזאַנג, וואָס פֿלעגט מיט אַ מאָל זיך אַרויסרײַסן מיט אַ יאָמער, מיט אַ הימל־געשריי, האָט יעדערער אין זאַל געפֿילט אַ שוידערלעכע סימבאָליק פֿון פּײַן און רציחה.

ווי אַלע אָנוועזנדיקע, בין איך אַרויס פֿון דאָרט אַ דערשיטערטע פֿון דעם טראַגישן כּוח, וועלכן די מיידלעך און ייִנגלעך אויף דער בינע זײַנען געווען פֿעיִק אַרויסצוברענגען. איך האָב ניט אַלץ פֿאַרשטאַנען, זיי האָבן געשפּילט אין עבֿרית, און מײַן אייניקל רותי, איינע פֿון די זינגערינס, האָט מיר דערקלערט דעם אינהאַלט: אין דער פֿאָרשטעלונג "הניצול" טרעטן אַרויס צוויי גרופּעס — די אין שוואַרצן — דאָס זײַנען דײַטשן, קינדער פֿון נאַציסטן. "מיר זײַנען געבוירן געוואָרן שולדיקע און זײַנען געבליבן שולדיקע", זאָגן זיי.

און די אין ווײַסן — דאָס זײַנען ייִדישע קינדער, זיי זײַנען פֿון פֿאָרויס פֿאַראורטיילט צום טויט און מוזן אומקומען. אָבער איינער פֿון זיי מוז ניצול ווערן, כּדי צו דערציילן וועגן דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען. און אָט — איינער ווערט ניצול. און די איבעריקע קומען אויף דער בינע דערציילן, ווי מען האָט זיי געהרגעט...

— מיר האָבן קיין מאָל מיט דיר וועגן די זאַכן ניט גערעדט, — זאָג איך צו מײַן אייניקל, — מיר דאַכט זיך, אַז איר, ישׂראל־קינדער, דערמאָנט דאָס, וואָס איז דאַן געשען, זייער זעלטן.

— דאָס לעבט אין אונדז שטענדיק, — האָט זי מיר געענטפֿערט.

* * *

פֿון יענעם שמועס אונדזערן זײַנען אַריבער לאַנגע יאָרן. רותי האָט אָפּגעדינט אין צה״ל, געאַרבעט אין לאַנד, אָנגעהויבן שטודירן אין ירושלים. ס׳האָט זיך געמאַכט אַזוי, אַז פֿאָרגעזעצט צו לערנען און אָנגעהויבן אַרבעטן האָט זי אין ניו־יאָרק. זי האָט ליב באַקומען אַמעריקע, אָבער אויך דאָרט געפֿינט זי איר ייִדישע סבֿיבֿה, היט אַליין אָפּ ייִדישע טראַדיציעס, איז צופֿרידן דערמיט... איך אָבסערוויר דאָס פֿון ווײַטן און קלער: דאָס לעבט טאַקע אין איר.