- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די צוויי רעדאַקטאָרן פֿון בוך, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, שרײַבן אין זייער אַרײַנפֿיר, אַז דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז געווען חיים ביידערס קרוינווערק, אויף וועלכן דער מחבר האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן ביז די לעצטע טעג זײַנע; אַז צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט האָבן אים אויסגעפֿעלט אפֿשר נאָך אַ צוויי־דרײַ יאָר. האָבן טאַקע זיי, די אויבנדערמאָנטע תּלמידים און פֿרײַנד זײַנע, זיך אונטערגענומען חיים ביידערס לעבנסווערק צו דערפֿירן צום לייענערס טיש. זינט איך האָב באַקומען דעם לעקסיקאָן, קען איך זיך פֿון אים ניט אָפּרײַסן: איך געפֿין כּסדר נעמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון נאָענטע און ווײַטע באַקאַנטע, איינצלהייטן פֿון זייער לעבן און שאַפֿן; דערמאָן זיך סיטואַציעס, ווען דאָס לעבן האָט מיך מיט זיי צונויפֿגעפֿירט. אומגעריכט (און איך בין זיך מודה — מיט פֿרייד) האָב איך געפֿונען אין בוך אויך זיך אַליין מיט אַ היימישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ניט געקענט זיך דערמאָנען, ווען איך האָב ביידערן מיטגעטיילט מײַנע פּרטים. די גאַנצע געשיכטע איז געווען פֿאַר מיר אַ סורפּריז. בלעטערנדיק דעם לעקסיקאָן האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרוי, צו וועלכער איך האָב געהאַט אַ שײַכות, אָבער קיין מאָל זי ניט געזען. איך האָב געהאַט פֿאַרגעסן איר פֿאַמיליע און איצט דערזע איך אין לעקסיקאָן: בליומע קאָטיק! אַ געוויסן פֿרימאָרגן, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָב איך, פֿאַרטאָן אין שטוב־ענינים, געהערט דורכן ראַדיאָ "רק״ע" (רעקאַ) אַ ידיעה וועגן אַ נײַעם רעקאָרד פֿון יוגנטלעכע ספּאָרטלער פֿון רחובֿות אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זייער טרענירער אַריאל (ליאָווע) צימקינד. איך אינטערעסיר זיך ווייניק מיט ספּאָרט און דאָס וואָלט מיר מסתּמא אין איין אויער אַרײַן און צווייטן אַרויס, ווען ניט די פֿאַמיליע צימקינד: וועגן דער משפּחה האָב איך שוין אַ סך געוווּסט פֿון זייער פֿאָטער, אונדזערן אַ חבֿר פֿון רחובֿותער ייִדיש־קלוב משה צימקינד, אַן אַרבעטער־מענטש און דערבײַ אַן אויטאָדידאַקט; צוו״אַנד, אַ קענער פֿון ייִדיש, וועלכער האָט אין אונדזער זאַמלבוך פֿון קלוב "וועגן זיך און וועגן אַנדערע" (ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2008) געשריבן וועגן זײַנע פֿינף זין. וועגן דעם צווייטן פֿון זיי, אַריאל (ליאָווע), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1956, האָט דער פֿאָטער געשריבן, אַז ער איז אין דער קינדהייט געווען אַ שוואַך נפֿשל, און ווען ער איז אָנגעקומען אין שול האָבן זיי, די עלטערן זײַנע אַפֿילו ניט געלייגט קיין אַכט אויף דעם, ער זאָל זיך גוט לערנען — אַבי ער זאָל זײַן געזונט! ווען דער ייִנגל איז געווען אין 6סטן קלאַס, דערציילט דער פֿאָטער, איז ער איין מאָל געקומען אַהיים און געזאָגט, אַז מען האָט אים פֿאַרשריבן אין אַ סעקציע פֿון רינג־קאַמף. די עלטערן האָבן זיך פֿאַרוווּנדערט, אָבער געוואַרט, וואָס וועט זײַן ווײַטער. ליאָווע האָט אָנגעהויבן קומען אַהיים אַ צעמזיקטער. דער פֿאָטער האָט געבעטן זײַן פֿרוי (אַ לערערין), זי זאָל גיין צונעמען דעם קליינעם פֿון דער סעקציע, כּל־זמן ער איז נאָך אַ גאַנצער. זי איז אַוועק, דערציילט דעם לערער פֿון גימנאַסטיק, ווי שווער זיי איז אָנגעקומען צו שטעלן דאָס קינד אויף די פֿיס, אָבער דער לערער האָט געענטפֿערט, אַז ליאָווע פֿאַרמאָגט אַלע געהעריקע פֿעיִקייטן צו ווערן אַ גוטער ספּאָרטסמען, און אויב זיי, די עלטערן, וועלן אים צונעמען פֿון דער סעקציע, וועלן זיי אים, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, קוילען אָן אַ מעסער. איין מאָל, מיט אַ יאָר פֿינף און פֿערציק צוריק, איז אין ווילנע, אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּוילישער צײַטונג, וווּ איך האָב געאַרבעט, געקומען אַ גאַסט פֿון פּוילן — אַ באַוווּסטער פּובליציסט און שרײַבער יעזשי פּוטראַמענט. איך האָב אים געקענט פֿון ווײַטן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, געוווּסט, אַז ער געהערט צו דער פּראָגרעסיווער פּוילישער ליטעראַרישער וועלט, און דעריבער איצט מיט אַ באַזונדערן אינטערעס זיך צוגעהערט צו דעם, וואָס ער האָט דערציילט וועגן דעם אַקטועלן לעבן אין פּוילן. צווישן אַנדערן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע פֿאַרבליבענע ייִדן, וועלכע די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בראָש מיט וו. גאָמולקאַ האָט נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל גערודפֿט און וועלכע פֿלעגן דאַן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזן פּוילן. יעזשי פּוטראַמענט האָט באַטאָנט, אַז אין וואַרשע האָט דער עלטערער, שוין קליינצאָליקער דור ייִדן, וואָס האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, אין די געשאַפֿענע באַדינגונגען געפֿילט זיך אויסגעמאַטערט, צעבראָכן און פֿלעגט שטיל אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ אין באַגעגענישן מיט זייערס גלײַכן; די ייִדישע יוגנט, להיפּוך — סטודענטן, אַרבעטער, מיטגלידער פֿון דעם קלוב "באַבעל" — זענען געווען דרייסט, חוצפּהדיק, אָפֿט מאָל אַגרעסיוו און פֿלעגן שטורמיש אויסדריקן זייער התפּעלות מיטן זיג פֿון ישׂראל. טאַקע דערמיט פֿלעגן זיי אַרויסרופֿן נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט מצד דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס האָט געהאַלטן מיט די אַראַבער. לעבנדיק שוין אַ לענגערע צײַט אין ישׂראל, דערמאָן איך זיך אין יענעם שמועס מיטן גאַסט פֿון דער רעדאַקציע אין ווילנע יעדן מאָל, ווען איך קלער וועגן אונדזער ישׂראלדיקער יוגנט און באַזונדערס — וועגן "עולים מרוסיה" צווישן די היגע שול־קינדער. אָפֿט באַקלאָגן מיר זיך דאָ אויף זיי, אַז זיי זײַנען שלעכט דערצויגן, צעבאַלעוועט און דעריבער חוצפּהדיק; אַז טאָמער פֿאַרגענדזלט זיך אַ קינד עפּעס, מוז דאָס ווערן און ווערן. מאַמעס ענטפֿערן געוויינטלעך אויף די פֿאָרוווּרפֿן מיט אַזעלכע ווערטער: "נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט..." אָדער: "אין צוויי יאָר אַרום גייט ער אין מיליטער. זאָל ער נאָך דערווײַל געניסן פֿון לעבן". די וואָך ווערט 50 יאָר זינט דער פֿאַנטאַסטישער דאַטע — דעם 12טן אַפּריל 1961, — ווען דער ערשטער מענטש אין דער וועלט, יורי גאַגאַרין, איז געפֿלויגן פֿון דער ערד אין קאָסמאָס אַרײַן. מיר, די לעבעדיקע עדות פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש, געדענקען פּרטימדיק אַלץ, וואָס דאַן איז פֿאָרגעקומען: דעם אומקער פֿון יורי גאַגאַרין אויף דער ערד, זײַן אָנקום אין מאָסקווע, זײַן באַגעגעניש מיט דער משפּחה, זײַן אויפֿשטײַגן צוזאַמען מיט כרושטשאָוון און אַנדערע אָנפֿירער פֿון לאַנד אויף וו. לענינס מאַווזאָליי, און גאַגאַרינס רויִקע ווערטער, געווענדט צום ריזיקן עולם, וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן רויטן פּלאַץ. מיר געדענקען אויך די ווײַטערדיקע עטאַפּן פֿון דער קאָסמאָס־געשיכטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. און דערין אויך דעם פּלוצעמדיקן, אומדערוואַרטן, טראַגישן צופֿאַל, ווען גאַגאַרין איז, נאָכן אויספֿאָרן אַ האַלבע וועלט און דורכמאַכן באַגעגענישן מיט אָן אַ שיעור מענטשן, מיט אַ מאָל, בײַ זיך אין לאַנד אומגעקומען אין אַן אַוויאַ־קאַטאַסטראָפֿע. דאָס איז געווען ניט צו באַגרײַפֿן... ס׳זענען דאָ ערטער אויף דער ערד, וועלכע לעבן אין אונדזער פֿאַנטאַזיע יאָרן־לאַנג, נאָך איידער מיר האָבן געהאַט די זכיה זיי צו זען מיט די אייגענע אויגן. אַזאַ אָרט איז מסתּמא פֿאַר יעדן ייִדן די שטאָט אָדעס. יעדנפֿאַלס פֿאַר ייִדן פֿון מײַן היימשטאָט ווילנע — ירושלים דליטא... דער זומער־סעזאָן פֿון יאָר 1971 האָט זיך שוין אָנגעהויבן, און מיר — איך מיט מײַן מאַן שלמה ז״ל — זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון ווילנע קיין אָדעס אויף אורלויב ניט האָבנדיק דאָרט קיין באַקאַנטע; אויך ניט מיט זיך קיין קוראָרט־קאַרטעס און קיין אַדרעס, לויט וועלכן מיר זאָלן קענען דינגען אַ צימער. געפֿאָרן פּשוט מיטן איינציקן ציל צו לעבן אַ ביסל אין אָדעס. ס׳האָט אונדז אָפּגעגליקט — מען האָט אונדז באַוויזן ווי צוצוקומען צו דער אָפּרו־זאָנע אויפֿן שוואַרצן ים, צו די אָדעסער אַ״ג דרײַ "פֿאָנטאַנען" — דעם קליינעם פֿאָנטאַן, דעם מיטעלן און דעם גרויסן פֿאָנטאַן. און טאַקע דאָרט, אין איינעם פֿון זיי, האָבן מיר געדונגען אַ צימער (געוווינט האָט דאָרט אַן אַרבעטער־פּאָרפֿאָלק; ער אַן אָדעסיט און זי — פֿון דער היים אַ סיבירערין. די טאָכטער זײַנע, אַ יאָר 17 אַלט, איז געווען אַוועקגעפֿאָרן אין אַ יוגנט־קאָלאָניע, און איר צימער איז געווען פֿרײַ). עס דערנענטערט זיך דער צוואַנציקסטער יאָרטאָג פֿון באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל. די אינפֿאָרמאַציע־מיטלען דערמאָנען הײַנט גענוי ווי אין יאָר 1967, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איינזײַטיק איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדזער לאַנד און אין משך פֿון אַלע יאָרן, ביז 1991, געפֿירט אַ גרויל־פּראָפּאַגאַנדע קעגן ישׂראל. מיר, די געוועזענע אײַנוווינער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגן קוים קענען דערהערן דורכן ראַדיאָ די ידיעות פֿון די ישׂראל־אוידיציעס. ס׳איז קלאָר, ווי אַזאַ אידעאָלאָגישע אַטאַקע האָט געווירקט אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויף דער באַציִונג צו ייִדן און צו זייער שטרעבונג עולה צו זײַן קיין ישׂראל. אין יענע יאָרן איז דער נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער באָווין געווען גוט באַקאַנט יעדן פֿון אונדז, וואָס האָט דאָרט געוווינט: ער איז געווען אַ פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אין טעלעוויזיע און אויך, זײַענדיק אַ וויכטיקע פּערזאָן אין די העכסטע פּאַרטיי־אָרגאַנען, פֿאָרשטעלן אויף זײַן אייגנאַרטיקן אופֿן, זייער קלוג און אָביעקטיווער פֿון אַנדערע, די פּאָליטישע לאַגע אין דער וועלט און אויפֿן נאָענטן מיזרח. געשען איז דאָס מיט צוויי חדשים צוריק. געשען אַזוי שנעל און אומדערוואַרט, אַז דער געדאַנק וועגן איר קראַנקייט און פּטירה רײַסט זיך יעדעס מאָל אַרײַן אין מײַן באַוווּסטזײַן ווי אַ ווילדער, אומגלייבלעכער אומזין. זי, שושנה העלצער, איז געווען ייִנגער פֿון מיר אויף צען יאָר. דרײַ טעכטער זײַנען מיר געווען בײַ אונדזערע עלטערן — דעם באַקאַנטן און באַליבטן אין ווילנע קינדער־דאָקטער, יעקבֿ פֿײַגענבערג און זײַן פֿרוי בלומע. זיי האָבן זיך געהאַט באַגעגנט און פֿאַראייניקט זייער לעבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין יאָר 1916. בלעטערנדיק די פּוילישע צײַטונג "Czerwony Sztandar" (די רויטע פֿאָן), וווּ איך האָב העכער פֿינף און צוואַנציק יאָר געאַרבעט פֿאַר מײַן עליה פֿון ווילנע (און געווען איז דאָס די איינציקע אָריגינעלע טעגלעכע צײַטונג אין פּויליש ניט נאָר אין ליטע, נאָר אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זעלטענער ידיעה פֿון דער פּוילישער פּרעסע פֿון אַן ערך מיט הונדערט יאָר צוריק, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט מיט איר ייִדישער טעמע.
דאָס איז געווען מער־ווייניקער אין יאָר 1993, אַ יאָר דרײַ נאָך אונדזער עליה. די ידיעה, אַז דער וועלט־באַרימטער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער דיכטונג, הערץ גראָסבאַרד, לעבט, אַז ער איז דאָ אין ישׂראל, אַז ער איז אַלט הונדערט יאָר און טרעט נאָך, פֿון צײַט צו צײַט, אַרויס פֿאַרן עולם, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין התפּעלות און דערוועקט אַן אויסטערלישן געדאַנק — אַז דאָס לעבן איז אייביק. דאָס דורכגעלעבטע זינט יענעם טאָג, ווען מיר האָבן צום ערשטן מאָל אין ווילנע געהערט גראָסבאַרדן (די צווייטע וועלט־מלחמה, דער אומברענג פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און נאָך דעם — דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל — די אַלע געשעענישן, וואָס האָבן קוים געקענט זיך אויסשטעלן אין די ענגע ראַמען פֿון זעכציק יאָר — נישטערנדיק אין מײַן אַרכיוו האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ נומער פֿון "נײַע צײַטונג" פֿון 22סטן יוני 2000, פֿאַר וועלכן איך האָב געגרייט אַ זײַט געווידמעט דער נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענער טאַלאַנטפֿולער פּאָעטעסע רחל בוימוואָל. דערזען איר פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער צײַטונג און, כאָטש מיר האָבן זיך קיין מאָל פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, האָב איך דערשפּירט אַ בענקשאַפֿט, ווי איך וואָלט נאָך לאַנגע יאָרן באַגעגנט אַ כּמעט פֿאַרגעסענעם נאָענטן מענטש. געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ. הײַנט צו טאָג, 65 יאָר נאָכן זיג איבער היטלער־דײַטשלאַנד, קערן זיך אונדזערע געדאַנקען אום צו דעם איבערגעלעבטן און מאַכן, שוין צום וויפֿלטן מאָל, אַ חשבון־הנפֿש פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אייגענעם לעבן, אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק, אין לעבן פֿון אייראָפּע אין 20סטן יאָרהונדערט. מיט יעדן יאָר ווערט אַלץ ווייניקער מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און האָבן זוכה געווען מיט געווער אין די הענט צו קעמפֿן קעגן דעם בלוטיקן שׂונא. |