געשיכטע, פּערזענלעכקײטן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ און יורי גאַגאַרין
אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ און יורי גאַגאַרין

די וואָך ווערט 50 יאָר זינט דער פֿאַנטאַסטישער דאַטע — דעם 12טן אַפּריל 1961, — ווען דער ערשטער מענטש אין דער וועלט, יורי גאַגאַרין, איז געפֿלויגן פֿון דער ערד אין קאָסמאָס אַרײַן. מיר, די לעבעדיקע עדות פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש, געדענקען פּרטימדיק אַלץ, וואָס דאַן איז פֿאָרגעקומען: דעם אומקער פֿון יורי גאַגאַרין אויף דער ערד, זײַן אָנקום אין מאָסקווע, זײַן באַגעגעניש מיט דער משפּחה, זײַן אויפֿשטײַגן צוזאַמען מיט כרושטשאָוון און אַנדערע אָנפֿירער פֿון לאַנד אויף וו. לענינס מאַווזאָליי, און גאַגאַרינס רויִקע ווערטער, געווענדט צום ריזיקן עולם, וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן רויטן פּלאַץ.

מיר געדענקען אויך די ווײַטערדיקע עטאַפּן פֿון דער קאָסמאָס־געשיכטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. און דערין אויך דעם פּלוצעמדיקן, אומדערוואַרטן, טראַגישן צופֿאַל, ווען גאַגאַרין איז, נאָכן אויספֿאָרן אַ האַלבע וועלט און דורכמאַכן באַגעגענישן מיט אָן אַ שיעור מענטשן, מיט אַ מאָל, בײַ זיך אין לאַנד אומגעקומען אין אַן אַוויאַ־קאַטאַסטראָפֿע. דאָס איז געווען ניט צו באַגרײַפֿן...

ווען אין אַ צײַט אַרום, ערבֿ דעם נײַ־יאָר 1977, בין איך געווען, ווי אַ זשורנאַליסטקע אין דער שטאָט גזשאַצק (סמאָלענסקער געגנט), וועלכע האָט שוין דאַן געטראָגן דעם נאָמען פֿון יורי גאַגאַרין, בין איך, אומגעריכט פֿאַר זיך אַליין, זוכה געווען צו באַזוכן אין איר הויז דעם העלדס מוטער, אַנאַ גאַגאַרין.

אין ווילנע, וווּ איך האָב געלעבט און געאַרבעט אין דער איינציקער אין ליטע סאָוועטישער צײַטונג אין פּויליש ״Czerwony Sztandar״ (די רויטע פֿאָן), האָב איך אָנגעפֿירט מיט איר יוגנט־אָפּטיילונג, וועלכע פֿלעגט אויך דרוקן אַ טעמאַטישע זײַט פֿאַר קינדער ״Zastępy Mlodych״ (יונגע אָטריאַדן) און פֿירן רובריקן פֿאַר לייענער פֿון יונגן דור פֿון דער אָרטיקער (פֿאַרבליבענער אין ליטע נאָך יאָרן רעפּאַטריאַציע קיין פּוילן) פּוילישער נאַציאָנאַלער מינדערהייט.

לכּבֿוד דעם העלדנטאַט פֿון יורי גאַגאַרין האָט די יוגנט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אָרגאַניזירט אַ ברייטע בוי־אַקציע פֿון סטודענטן אין זײַן היימשטאָט. אָנטייל גענומען אין דעם האָבן יוגנטלעכע פֿון גאַנצן לאַנד. דער ציל פֿון מײַן קאָמאַנדירונג איז געווען צו זען און באַשרײַבן, ווי זיי האָבן דאָס אָרגאַניזירט און וואָס האָט מען שוין אויפֿגעטאָן. אָנגעהויבן בויען האָט מען אין יאָר 1971, און אין די יאָרן 1975 און 1976 האָבן דאָרט, בעת די זומער־וואַקאַציעס, שוין געאַרבעט צו טויזנט מאַן אַ יאָר.

איך וויל באַמערקן, אַז כאָטש גזשאַצק איז אַנטשטאַנען שוין אין די צײַטן פֿונעם צאַר פּעטער דעם גרויסן, איז עס ביז דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט געבליבן, ניט געקוקט אויף די פֿאַבריק־קוימענס און דער נאָענטקייט צו מאָסקווע (3 שעה פֿאָרן מיט דער באַן), אַ שטיל פּראָווינציעל שטעטל מיט 18 טויזנט אײַנוווינער. די יונגע בויער־בריגאַדעס האָבן געהאַט דעם ציל עס צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ שטאָט פֿון דער צוקונפֿט.

אין אַ שמועס מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דאָ וווינט ביז הײַנט צו טאָג יורי גאַגאַרינס מוטער. מ׳האָט מיר אַפֿילו פֿאָרגעשלאָגן מיט איר צו פֿאַרבינדן, אויב איך וויל זי זען. אַ פֿראַגע, צי איך וויל... כאָטש מײַן האַרץ האָט אַ צאַפּל געטאָן בײַם געדאַנק וועגן דעם אומגליק, וועלכן זי האָט איבערגעלעבט. דאָס איז געווען שוין נאָך איר זונס אומקום.

... מיט אומזיכערע טריט גיי איך צו צו איר העל־גרינער הילצערנער שטוב אויף דער גאַגאַרין־גאַס נומ׳ 106. אַנטקעגן שטייט אַן ענלעך הויז, וווּ ס׳געפֿינט זיך דער גאַגאַרין־מוזיי פֿון שטאָט.

די טיר האָט מיר געעפֿנט אַ פֿעסטע, שטאַלטנע עלטערע פֿרוי מיט גלאַטע טונקעלע האָר צונויפֿגעקליבן אין אַ קנופּ און מיט אַן, אויפֿמערקזאַמען בליק פֿון מידע אויגן. ניט געקוקט אויף אַלץ, וואָס זי האָט איבערגעלעבט, זעט זי ניט אויס אויף אירע עטלעכע און זיבעציק יאָר. זי איז שוין אַן עלטער־באָבע. איר עלטסטער זון און די טאָכטער מיט זייערע משפּחות וווינען דאָ, אין דער זעלבער שטאָט; דער ייִנגסטער זון און יוריס אַלמנה מיט די צוויי טעכטער — אין דער שטאָט פֿון קאָסמאָנויטן "זוויאָזדני" (שטערנשטעטל). זי, די מאַמע, אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ, לעבט דאָ אַליין. איר מאַן, יוריס פֿאָטער, איז געשטאָרבן. די ווענט פֿונעם אייבערשטן צימער זײַנען באַהאָנגען מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער משפּחה.

— ניט נאָר אונדז, דערוואַקסענע, אויך די קינדער איז אויסגעקומען ביטער איבערצולעבן די יאָרן פֿון דער מלחמה און דײַטשישער אָקופּאַציע, — דערציילט אַנאַ. — מיר האָבן דאַן געלעבט אין דאָרף קלושינאָ פֿון גזשאַצקער קאַנט, וווּ יורי איז געבוירן געוואָרן.

ווען די דײַטשן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דאָרף, האָט זיך אין אונדזער שטוב אַרײַנגעקליבן איינער פֿון זיי. איין מאָל האָט ער אויף אַ גרויסן צווײַג פֿון אַן עפּלבוים אין אונדזער סאָד אויפֿגעהאָנגען אויף אַ שאַליק מײַן קלענסטן זונעלע באָריען. געטאָן האָט ער עס בײַ מיר און יורין אויף די אויגן און זיך צעלאַכט. אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן אַראָפּצונעמען און אָפּצוראַטעווען דאָס קינד. אָבער מען האָט עס געדאַרפֿט איבערלעבן... יורי אַליין איז דעמאָלט אַלט געווען קנאַפּע אַכט יאָר...

די מוטער דערציילט, אַז די אָקופּאַנטן האָבן אירע צוויי עלטערע קינדער — וואַלענטינען און זאָיען — אַוועקגעיאָגט אויף צוואַנגאַרבעט, אָבער זיי זײַנען ביידע פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן און ווײַטער שוין, מיט געווער אין די הענט, געקעמפֿט קעגן די דײַטשן אין דער רויטער אַרמיי.

גלײַך נאָך דער מלחמה איז די גאַגאַרין־משפּחה אַריבערגעפֿאָרן פֿונעם דאָרף קיין גזשאַצק. ס׳האָט זיך זיי ווײַטער לאַנגע יאָרן שווער געלעבט. ניט געקוקט דערויף, וואָס יורי האָט זיך שטענדיק פֿלײַסיק געלערנט, האָט ער געמוזט נאָכן זעקסטן קלאַס אַריבערגיין זיך לערנען אין אַ פֿאַכשול, כּדי גיכער צו קענען העלפֿן די עלטערן. אין לאַנד זײַנען געווען אַ סך אַזעלכע קורץ־טערמיניקע שולן, וואָס פֿלעגן גרייטן אַרבעטער פֿאַר פֿאַבריקן און זאַוואָדן. לערנענדיק זיך אין אַזאַ שול אין דער שטאָט ליובערצי, האָט ער גלײַכצײַטיק פֿאַרענדיקט די אָבליגאַטאָרישע זיבן־יאָריקע אָוונטשול פֿאַר אַלגעמיינער בילדונג.

— און אַזוי ווי ער האָט אויך די פֿאַכשול פֿאַרענדיקט מיט אַן אויסצייכענונג, — דערציילט ווײַטער זײַן מוטער, — האָט מען אים געשיקט זיך לערנען אין אַן אינדוסטריעלן טעכניקום. דאַן האָט ער אויך אָנגעהויבן באַזוכן אַן אַוויאַציע־קלוב.

— וואָס וואָלט איר געהאַלטן פֿאַרן הויפּטשטריך פֿון אײַער זונס כאַראַקטער אין דער קינדהייט און יוגנט? — האָב איך געפֿרעגט בײַ אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ.

— אויסדויער. אויסגעהאַלטנקייט אין דער שטרעבונג צו אַ ציל. בײַ זײַנע שווערע לעבנס־באַדינגונגען האָט ער זיך אומעטום געלערנט אויף "אויסגעצייכנט". און אַרבעטן פֿלעגט ער אויך גערן, שוין ווי אַ קינד אַ סך העלפֿן. ער האָט אָבער ניט ליב געהאַט, מען זאָל אים הייסן עפּעס טאָן — נאָר פֿון אייגענעם ווילן.

נאָכן ענדיקן די פֿליִערשול, וווּ ער האָט זיך געלערנט בעת דער מיליטער־דינסט, האָט ער געקענט קריגן אַ לײַכטערן אָרט וווּ צו דינען ווײַטער. ער האָט אָבער אויסגעקליבן אַ שווערן — אויפֿן צפֿון, ערגעץ הינטער מורמאַנסק, וווּ אים איז געווען אינטערעסאַנטער. פֿון דאָרטן איז ער שוין אַרײַן אין קאָסמאָנויטן־אָטריאַד.

אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ איז אויף אַ ווײַלע אַרויס אין קיך: זי האָט יענעם טאָג געוואַשן גרעט און איצט האָט זיך אין אַ קעסל אויף דער פּליטע געקאָכט דאָס ווײַסע וועש.

פֿאַרן פֿאַרלאָזן די גאַסטפֿרײַנדלעכע פֿרוי האָב איך זי געבעטן אָנשרײַבן עטלעכע ווערטער פֿאַר די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג.

אָט איז דער גרוס, וועלכן זי האָט אויף רוסיש מיר צו זיי געשיקט:


"איך באַגריס האַרציק די יונגע לייענער פֿון דער צײַטונג 'Czerwony Sztandar’ מיטן נײַעם יאָר 1977. איך ווינטש אײַך געזונט, און אַ סך פֿרייד. לערנט זיך, טײַערע חבֿרה, אַזוי, ווי ס׳האָט זיך געלערנט מײַן זון יוראַ.

מיט אַכטונג,

אַנאַ טימאָפֿייעוונאַ גאַגאַרין

שט. גאַגאַרין, דעם 26סטן דעצעמבער 1976"