‫פֿון רעדאַקציע

דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, ייִוואָ, איז שוין ניט קיין יונגער־מאַנטשיק. זײַן אידעאָלאָגישער און אָרגאַניזאַציאָנעלער יסוד איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט 85 יאָר צוריק, ווען אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין בערלין — אַ וויכטיקער ייִדישער קולטור-צענטער אין יענע צײַטן. דעמאָלט, אין יאָר 1925, האָט מען דעם ייִדישן אַקאַדעמישן אָלימפּ געזען ניט ווי איין באַרג, נאָר עטלעכע בערג, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע שטעט: בערלין, וואַרשע, ווילנע, פּאַריז... אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע סטרוקטור וואָלט גוט אָפּגעשפּיגלט די ייִדישע מאַפּע און אויסגענוצט דעם פֿאַראַנענעם אַקאַדעמישן פּאָטענציאַל. דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז דער ייִדישער אינסטיטוט האָט פֿאַרמאָגט סײַ אַ ווירטועלע געאָגראַפֿיע, סײַ אַ רעאַלען באָדן — אין ווילנע. דווקא אין ווילנע האָט זיך באַוויזן אַן אייגענער בנין, מיט אָנגעשטעלטע, מיט אַ ביבליאָטעק און אַרכיוו.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאַריע פֿיין מיט איר מאַן ראובֿן שלענקער

איך בין אַ תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע שוין איבער 50 יאָר, אָבער אַזאַ הייסן זומער ווי הײַיאָר, געדענק איך נישט. פֿון דעסטוועגן, האָט די היץ נישט אָפּגעשטעלט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן און די אַלע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן זײַנען צושטאַנד געקומען.

קודם־כּל וויל איך דערמאָנען די יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדן 12טן אויגוסט, געווידמעט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער. דער טערמאָמעטער איז אַרויף ביז + 38 גראַד C, אָבער דער זאַל פֿונעם קהילה־צענטער, וואָס נעמט אַרײַן 200 מענטשן, איז געווען פֿול געפּאַקט.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערמאָנט אין מײַן קאָלומנע, אַז אויף וואַקאַציעס קיין לעטלאַנד זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — געקומען סוף אויגוסט אָן אונדזער וואַליזע. אין דעם רויטן טשעמאָדאַן זײַנען, אַ חוץ אַנדערע חפֿצים, געלעגן אויך די ביכער, וואָס מיר האָבן פּלאַנירט צו לייענען. האָבן מיר קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט גלײַך גיין און אײַנקויפֿן אַלע נייטיקע זאַכן. קיין פּראָבלעם איז עס, גאָט צו דאַנקען, ניט געווען.

דער ביכער-געשעפֿט, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז געווען אַ האַלב-לעטישער (איך קען ניט די שפּראַך) און האַלב-רוסישער.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער בונד׃ דאָקומענטן און מאַטעריאַלן, 1894 — 1921.
מאָסקווע׃ "ראָסספּען", 2010

די געהיימע אָרגאַניזאַציע מיט דעם הויכן נאָמען "דער אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטער־בונד" איז געשאַפֿן געוואָרן אום יום־כּיפּור פֿון 1897 דורך אַ גרופּע פֿון דרײַצן מענטשן, וועלכע האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין אַ קליין שטיבל אין דער ווילנער אָרעמער געגנט לוקישקעס. דאָס זײַנען געווען דעלעגאַטן פֿון עטלעכע סאָציאַליסטישע קרײַזלעך פֿון ליטע און פּוילן, וועלכע האָבן זיך גרופּירט אַרום צוויי ייִדישע צײַטונגען, דער אונטערערדישער "אַרבעטער־שטימע" און דעם אויסלענדישן "ייִדישער אַרבעטער".

דער "בונד" איז דעמאָלט געווען די גרעסטע און די שטאַרקסטע פּראָלעטאַרישע פּאַרטיי אין רוסלאַנד.

פֿאַרשײדנס

ווען טאַטע־מאַמע גטן זיך, באַקומט די מאַמע, בדרך־כּלל, דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל געוויינטלעך איז די מאַמע (כאָטש לויט די טראַדיציאָנעלע סטערעאָטיפּן) דער מענטש, וואָס קאָכט די מאָלצײַטן, וואַשט די וועש, העלפֿט די קינדער מיט דער היימאַרבעט און לייגט זיי שלאָפֿן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, איז דער הייליקסטער טאָג אינעם ייִדישן לוח, ווען דער באַשעפֿער איז מוחל אונדזערע עבֿירות, אויב מיר טוען תּשובֿה ווי געהעריק. מע פֿאַסט, מע דאַוונט כּמעט אָן אַן הפֿסק אַ גאַנצן טאָג, מע איז זיך מתוודה פֿאַרן אייבערשטן און מע טראַכט, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער גײַסטיק לעבן און אונדזערע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן אינעם נײַעם יאָר.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער געדאַנק, אַז אַ קרענק איז אַ בייזער שד איז אַ גאָר אַלטער

איינער פֿון די ערשטע סטודענטן, מיט וועלכע איך האָב זיך באַקענט, וואָס האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, איז געווען אין מיטן פֿון שרײַבן זײַן דיסערטאַציע אויף דער טעמע — "פֿאָלקס־רפֿואות פֿאַר הינט אין די אַפּאַלאַטשיער בערג". אַז מע קען פֿאָרשן און שרײַבן באַריכות וועגן הינטישער מעדיצין איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, און וועגן דעם פֿעלד פֿון פֿאָלקס־מעדיצין האָב איך אָנגעהויבן מער צו טראַכטן: ווי קען מען אויסגעפֿינען מער וועגן דעם אינעם ייִדישן לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּע, און וווּ קען מען לייענען מכּוח דעם אין דער ליטעראַטור.

פֿאַרשײדנס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג יוריעוו

אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו.

געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שעוועל קינקולקין אין חשובֿן עלטער.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

בלעטערנדיק די פּוילישע צײַטונג "Czerwony Sztandar" (די רויטע פֿאָן), וווּ איך האָב העכער פֿינף און צוואַנציק יאָר געאַרבעט פֿאַר מײַן עליה פֿון ווילנע (און געווען איז דאָס די איינציקע אָריגינעלע טעגלעכע צײַטונג אין פּויליש ניט נאָר אין ליטע, נאָר אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זעלטענער ידיעה פֿון דער פּוילישער פּרעסע פֿון אַן ערך מיט הונדערט יאָר צוריק, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט מיט איר ייִדישער טעמע.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות און שׂימחת־תּורה, וואָס ייִדן איבער דער וועלט פֿרייען זיך מיט זיי. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אויך געווידמעט לידער צו די דאָזיקע יום־טובֿים און מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון זייערע לידער. די באַליבטסטע זינגלידער וואָס מע האָט געזונגען אין די שולן זײַנען געווען "אַ סוכּה אַ קליינע" פֿון אַבֿרהם רייזען און "קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס געזאַנג האָט אַלע מאָל צוגעטראָגן גענוס און הנאה צום יום־טובֿ.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט ווי מען גיט איבער, האָט מען אין איראַן אַרעסטירט אַן אשת־איש, וועלכע מ׳באַשולדיקט אין האָבן עסקים מיט עמעצן אויסער איר מאַן. דעריבער האָבן די אַיאַטאָלאַס צוגעפּסקנט זי מכבד זײַן מיט הונדערט שמיץ, און נאַכער זי פֿאַרשטיינערן. די רעליגיעזע שופֿטים האָבן נאָך צוגעשריבן צום פּסק אַזאַ מין ברוך־הבא:

"קיינער טאָר נישט אַרויסווײַזן קיין מיטגעפֿיל אָדער רחמנות, ווײַל אַזוי האָט פֿאַראָרדנט אַלאַ (קאָראַן, 24:2).

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר און איך זענען גרויסע "באַלאַגאַניסטן". מיר לעבן אין איינעם כּמעט זעקס יאָר (מיר זענען ביידע מענער) און וועלן באַלד פֿײַערן אונדזער חתונה (צום באַדויערן, נישט קיין "כּשרע" ייִדישע חתונה, נאָר "סתּם" אַ ציווילע חתונה). מיר לעבן אין אַ שיינער דירה און פֿאַרמאָגן אַ סך חפֿצים. באַליבט זענען מיר אין דער גאַנצער משפּחה און אַ סך פּלימעניקעס און פּלימעניצעס פֿאַרברענגען בײַ אונדז, ווי אויך די קינדער אין דער געגנט.