|
דאַריע פֿיין מיט איר מאַן ראובֿן שלענקער |
Credit: Goldshmidt Efim |
איך בין אַ תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע שוין איבער 50 יאָר, אָבער אַזאַ הייסן זומער ווי הײַיאָר, געדענק איך נישט. פֿון דעסטוועגן, האָט די היץ נישט אָפּגעשטעלט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן און די אַלע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן זײַנען צושטאַנד געקומען.
קודם־כּל וויל איך דערמאָנען די יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדן 12טן אויגוסט, געווידמעט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער. דער טערמאָמעטער איז אַרויף ביז + 38 גראַד C, אָבער דער זאַל פֿונעם קהילה־צענטער, וואָס נעמט אַרײַן 200 מענטשן, איז געווען פֿול געפּאַקט.
די טראַדיציע פֿון דורכפֿירן דעם אָנדענק־אָוונט האָט נאָך אײַנגעפֿירט דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע״ה. הײַנט פֿיר איך אָן מיט דער אונטערנעמונג. הײַיאָר איז די קאָמפּאָזיציע פֿון דער פּראָגראַם באַשטאַנען פֿון פֿינף טיילן, לויט דער צאָל שרײַבער. לזכּרון יעדן אומגעקומענעם שרײַבער ווערט אָנגעצונדן אַ ליכט און דערנאָך קלינגט עפּעס פֿון זײַנע ווערק: מאַרקישס "דער וועג אין געטאָ", געלייענט פֿון חנה גלוטניק, אַ לערערין פֿונעם רמב״ם־ליציי; דער זינגער אַלעקסיי דיגאָרע האָט געזונגען דעם ראָמאַנס "די רויז", מוזיק זלאַטע טקאַטש; איסאַק פֿאַרבער האָט דעקלאַמירט דאָס ליד פֿון איציק פֿעפֿער "קרעניצע" און "איך בין אַ ייִד". דוד האָפֿשטיין איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן מיטן ליד "און אויב" און "אין ייִדישן וואָרט"; לייב קוויטקאָ — מיטן ליד "אַ חתן אָן אַ כּלה".
צום סוף, האָב איך אָנגעצונדן אַ ליכט אין אָנדענק פֿון מײַן מאַמען, דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן, וואָס איז אויף לאַנגע זיבן יאָר פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער סטאַלין־תּפֿיסה. איך האָב איבערגעלייענט איר ליד "אין תּפֿיסה", און מײַן סטודענטקע פֿון דער מוזיק־אַקאַדעמיע, יעקאַטערינאַ דאַנו, האָט געזונגען ראַכמאַנינאָווס באַרימטן "וואָקאַליז", וואָס האָט זייער געשטימט צו דער דערהויבענער און טראַגישער שטימונג פֿונעם אָוונט. פֿאַרענדיקט האָבן מיר מיטן ליד פֿון יוסף קערלער "עם ישׂראל חי". מיט דעם ליד האָבן מיר געוואָלט זאָגן אונדזערע שׂוניאם פֿון אַמאָל און הײַנט — מיר זײַנען דאָ און אונדזער פֿאָלק לעבט!
אין אויגוסט האָט אונדזער קהילה זיך וואַרעם געזעגנט מיט דאַריע פֿיין, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם עקאָנאָמיש־פּאָליטישן אָפּטייל פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָלדאָווע, און מיט איר מאַן ראובֿן שלענקער. נאָך דער דרײַ־יאָריקער קאַדענץ קערט די משפּחה זיך אום אַהיים. פֿון די ערשטע טעג אָן נאָך זייער קומען קיין קעשענעוו, זײַנען זיי געווען אַקטיווע אָנטייל־נעמער פֿון אַלע ייִדישע אַקטיוויטעטן. אין די שבתים פֿלעגן זיך גאַסטפֿרײַנדלעך עפֿענען די טירן פֿון זייער וווינונג פֿאַר אַלע רעליגיעזע און נישט־פֿרומע געסט.
דאַריע האָט גוט געקענט די טראַגישע קאַפּיטלעך פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום, סײַ וואָס שייך דעם קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903 און סײַ דעם אומקום פֿון ייִדן אין די ערשטע מלחמה־חדשים. זי פֿלעגט נישט דורכלאָזן קיין איין טרויער־אַקאַדעמיע, און צוזאַמען מיט איר מאַן אַרויסגעהאָלפֿן פֿינאַנציעל בײַם אויפֿשטעלן די דענקמאָל־מאָנומענטן, לזכּרון די אומגעבראַכטע ייִדן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון מאָלדאָווע.
דאַריע איז אַ ניו־יאָרקער אײַנוווינערין שוין פֿון צווייטן דור. געמאַכט איר דאָקטאָראַט בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט זי פֿאַרלאָזט איר וויסנשאַפֿטלעכע קאַריערע און איז אַריבער צו אַ דיפּלאָמאַטישער אַרבעט. איר ערשטע שליחות איז געווען אין מעקסיקע, ווי אַ וויצע־קאָנסול; דערנאָך האָט זי פֿאָרגעשטעלט אַמעריקע אין רוסלאַנד, אוזבעקיסטאַן און גרוזיע. זי קען זיבן שפּראַכן, און ווי זי זאָגט אַליין, האָט זי נישט ליב צו זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט מענטשן, נישט רעדנדיק מיט זיי אויף זייער שפּראַך. זי קען פֿרײַ עבֿרית, ווײַל נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט איז זי געפֿאָרן קיין ישׂראל אויף זעקס חדשים, וווּ זי האָט געלערנט די שפּראַך אין אַ קיבוץ.
ייִדיש האָט זי געהערט בײַ זיך אין דער היים, אָבער איר מאַן, ראובֿן רעדט פֿרײַ מאַמע־לשון. די גאַנצע צײַט, וואָס ער איז דאָ געווען, האָט ער גערעדט נאָר ייִדיש. ער האָט זיך באַטייליקט אין אַלע ייִדישע אונטערנעמונגען און איז אַ גרויסער קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ראובֿן גופֿא האָט אַ היפּשע צײַט פֿאַרבראַכט אין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט שטודירט פֿילאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע און אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען. נאָכן אומקערן זיך פֿון דײַטשלאַנד האָט ער 28 יאָר געאַרבעט אין דער ביבליאָטעק אויף דזשאָרדזש וואַשינגטאָנס נאָמען.
און נאָך איין טאַלאַנט זײַנער: ער איז אַן אויסגעצייכנטער מאָלער. ס'רובֿ פֿון זײַנע בילדער זײַנען געווידמעט דער טעמע פֿון חורבן. אין קעשענעוו האָט ער געהאַט עטלעכע אויסשטעלונגען. דאַריע און ראובֿן האָבן צוויי קינדער — אַ צווילינג אַלעקסי און בענצי, ביידע זעקס יאָר אַלט.
איך וואָלט געוואָלט אין נאָמען פֿון אונדזער גאַנצער קהילה אויסדריקן דער האַרציקער משפּחה אַ דאַנק און ווינטשן זיי אינעם נײַעם יאָר געזונט און הצלחה אויף זייער דיפּלאָמאַטישן וועג.