- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וויכטיקע אונטערנעמונגען און צום סוף עטלעכע ווערטער וועגן דעם יום־טובֿ חנוכּה. אין די טעג האָבן פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורכגעפֿירט זייערע אייגענע אונטערנעמונגען: דער ישׂראל־צענטער, די סוכנותּ, דער יוגנט־קלוב "חבֿרים" בײַם קהילה־צענטער. ממש די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּהין כ׳בין געשיקט געוואָרן אויף אַ וואָך פֿון דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ, בײַצוזײַן און דערנאָך דערציילן אונדזערע צושויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. אָפּגעמערקט האָט מען עטלעכע קײַלעכדיקע דאַטעס: 70 יאָר, זינט די אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן איז געגרינדעט געוואָרן; 40 יאָר — זינט ס׳איז אויפֿגעבויט געוואָרן "בית־בעסאַראַביע", ווי אויך דאָס דערמאָנען דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון יצחק קאָרן, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע. ישׂראל, וועדליק ס׳איז שוין אַוועק אַ האַלבער מײַ, האָט זיך מיט אַ גוטן וועטער נישט צעבאַלעוועט. ס׳איז געווען קיל און כּסדר גערעגנט. די ישׂראלים האָט אַזאַ "וויינענדיקער" אינדרויסן בפֿירוש געפֿרייט: אַ סך רעגנס — אַ סך וואַסער! און באמת, אַלע טײַכלעך און סאָזשלקעס אויפֿן וועג, וווּ ס׳איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן, זײַנען געווען פֿול מיט וואַסער און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט. קיין "בית־בעסאַראַביע" בין איך אָנגעקומען מיט אַ שעה פֿריִער פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. דער עולם האָט זיך ערשט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען. אינעם בנין אַליין, האָט געקאָכט מיט דער לעצטער צוגרייטונג־אַרבעט, און דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג, דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, לעוו ווײַנבוים, האָט געמאַכט זײַנע פֿאַראָרדענונגען. איך בין אַ תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע שוין איבער 50 יאָר, אָבער אַזאַ הייסן זומער ווי הײַיאָר, געדענק איך נישט. פֿון דעסטוועגן, האָט די היץ נישט אָפּגעשטעלט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן און די אַלע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן זײַנען צושטאַנד געקומען. קודם־כּל וויל איך דערמאָנען די יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדן 12טן אויגוסט, געווידמעט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער. דער טערמאָמעטער איז אַרויף ביז + 38 גראַד C, אָבער דער זאַל פֿונעם קהילה־צענטער, וואָס נעמט אַרײַן 200 מענטשן, איז געווען פֿול געפּאַקט. טײַערע חזנטע, איך פֿאַרברענג מיט אַ וווּנדערלעכן מאַן שוין 3 חדשים. ער איז גוט צו מיר, האָט אַ געלונגענע קאַריערע און איז בטבֿע אַ גוטער. ער האָט אַפֿילו ליב צו פֿאַרברענגען מיט מײַן משפּחה. טאָ וואָס איז דען די פּראָבלעם? ער האָט אַזוי פֿיל "געוווינהייטן", וואָס גייען מיר אויף די נערוון. זײַן קול איז זייער אַ הויכס און קלינגט ווי אַ פֿרויס. מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג. מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן וועלן אָנגיין ביז סוף יוני 2007. די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און וועט דויערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.
דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט. לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן? |