- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו דער אָנגעשטרענגטער צײַט אין ישׂראל, באַזונדערס, צוליב דעם אַלגעמיינעם קריזיס נאָך דער מלחמה אין לבֿנון — אין און אויסער דעם לאַנד — האָט איר אויסגעפֿעלט, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, נאָר אַ קדחת. אָבער אויך די אָנשיקעניש האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן. דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ", וואָס עס קלײַבט זיך דורכצופֿירן אין ירושלים "דאָס אָפֿענע הויז" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון דער סעקסועלער מינדערהייט — האָט אָבער אָפּגערוקט אין אַ זײַט אַלע "ברענענדיקע מלוכה-ענינים" און צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט. מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים.
חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס.
מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן וועלן אָנגיין ביז סוף יוני 2007. די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און וועט דויערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן סיפּור, ווי דער אויבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו אַבֿרהם אָבֿינו אין דער צײַט, ווען ער איז געזעסן בײַ דער טיר פֿון זײַן געצעלט, און וועגן די דרײַ געסט, וואָס זײַנען צו אים געקומען. רש״י אין זײַן פּירוש אויף אָט די פּסוקים דערקלערט (לויט די חז״ל אין גמרא — בבֿא מציעא פּו, ב), אַז דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן מל זײַן זיך, ווען די ווייטיקן זײַנען אַמשאַרפֿסטן און דערפֿאַר "הוציא הקדוש ברוך הוא חמה מנרתּיקה, שלא להטריחו באורחים" — דער אויבערשטער האָט כּבֿיכול ׳אַרויסגעצויגן די זון פֿון איר שייד׳ (דאָס הייסט, פֿאַרשטאַרקט די היץ פֿון דער זון), כּדי מענטשן זאָלן אויסמײַדן צו געפֿינען זיך אין דרויסן און אַבֿרהם זאָל זיך ניט דאַרפֿן באַשעפֿטיקן מיט אויפֿנעמען אורחים, ווי ס׳איז געווען זײַן שטייגער. אָבער ווי באַלד אַז אַבֿרהם האָט געהאַט צער דערפֿון, וואָס ער האָט ניט קיין אורחים, האָט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט דרײַ מלאכים אין געשטאַלט פֿון מענטשן.
מיט אַזאַ פּאַראָדיע פֿון אַן ענגלישער גילבערט און סאָליוואַן־אָפּערעטע האָט דער "נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — פֿאָלקסבינע" באַשלאָסן צו עפֿענען דעם טעאַטער־סעזאָן.
דאָס שטעטל וווּ עטל קאָווענסקי איז געבוירן געוואָרן, אַ ייִדיש שטעטל מיטן נאָמען זשעטל, איז אַריבער צו די סאָוועטן. סוף 1939 איז געקומען צו עטלען אַ פֿעטער פֿון מאָסקווע און איר געזאָגט: "דײַן פּלאַץ דאַרף זײַן אין מאָסקווע. דו וועסט דאָרט מאַכן אַן אַרטיסטישע קאַריערע".
"לעאָן קרישטאָל, וואָס איז אין משך פֿון זיבן-און-דרײַסיק יאָר געווען אַ מיטגליד פֿון דעם זשורנאַליסטישן פּערסאָנאַל אין 'פֿאָרווערטס’, אַ ניו-יאָרקער טעגלעכער פֿרימאָרגנדיקער ייִדישער צײַטונג, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק נעכטן בײַטאָג אין אַ בראָדוויי-רעסטאָראַן. געלעבט האָט ער לויטן אַדרעס: 55 וועסט 95טע גאַס. זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. |