קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Grigorii Inger. 
Moscow: Terevinf, 
2006, 343 p.
Grigorii Inger. 
Moscow: Terevinf, 
2006, 343 p.
אין רוסלאַנד האָט זיך לעצטנס אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קונסט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מען "אַנטדעקט" פֿון דאָס נײַ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען ווי תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, הערש קראַווצאָוו, דמיטרי ליאָן, מענדל גאָרשמאַן, הערש אינגער. די אויסשטעלונגען און פּובליקאַציעס ווערן באַגלייט דורך אַנאָטירטע קיצורים, אין וועלכע די קינסטלער ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי "אומבאַקאַנטע", אָדער "פֿאַרגעסענע" נעמען. אין צווישן, וואַרט דער פֿענאָמען פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קונסט אויף אַן ערנסטן פֿאָרשער, וועלכער וועט זײַן בכּוח צו באַגרײַפֿן און אַנאַליזירן די רײַכע און פֿילזײַטיקע ירושה פֿון רוסיש־ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

עס שמעקט מיט עם־הארצות, ווען מען הייבט אָן צו "אַנטדעקן" הערש אינגערן (1910—1995) ווי אַן "אומבאַקאַנטן" נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. אמת, אינגער איז, ווי דאָס רובֿ קינסטלער, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמאַטיק, ניט געווען הויך אָפּגעשאַצט דורך דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער קריטיק, אָבער באַקאַנט איז ער טאַקע יאָ געווען גאַנץ ברייט, קודם־כּל, אַ דאַנק זײַנע אילוסטראַציעס צו דער רוסישער אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס "געזאַמלטע ווערק". פֿאַר דעם רוסישן לייענער פֿון "אײַזנבאַן־געשיכטעס" און "מעשׂהלעך פֿאַר קליינע קינדער" זײַנען אינגערס בילדער פֿאַרבליבן פֿעסט פֿאַרבודן מיטן טעקסט. חוץ דעם, האָבן זיך אינגערס ווערק פֿון מאָל צו מאָל באַוויזן אויף די זײַטן פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער ערשט איצט האָבן די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קונסט צום ערשטן מאָל באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט אַ נײַעם, ממש אומבאַקאַנטן צד פֿון אינגערס שעפֿערישקייט.

״מאָטל פּייסי״: מיר פֿאַרטרײַבן מײַז. 1975
״מאָטל פּייסי״: מיר פֿאַרטרײַבן מײַז. 1975

דער נײַער פֿאַרביקער אַלבום "אינגער" איז צוגעגרייט געוואָרן דורך דעם קינסטלערס טאָכטער מאַריאַ אינגער און איז אַרויס אינעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "טערעווינף". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט עטלעכע מאָלערישע סעריעס, וועלכע זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין דעם לעצטן פּעריאָד פֿונעם קינסטלערס לעבן, אין די 1970ער־1990ער יאָרן. דעמאָלט האָט אינגער ראַדיקאַל געביטן זײַן סטיל. ביז אַהער איז ער געווען אַ מאָלער פֿון געפֿיל און געדאַנק: ער האָט געאַרבעט אין אַ טראַדיציאָנעלן רעאַליסטישן נוסח, מיט עלעמענטן פֿון ראָמאַנטיזם. אָבער מיט אַ מאָל איז ער געוואָרן ווידער אַ קינד, אַ כּלומרשט נאַיִווער מאָלער פֿון פֿרייד און לאַכן. פֿון דער טרוקענער און שטרענגער שוואַרץ־און־ווײַסער גראַפֿיק האָט זיך אינגער געווענדעט צו פֿאַרב־מאָלערײַ. ער האָט פֿון דאָס נײַ אילוסטרירט די ווערק פֿון שלום־עליכם, דעם "מאָטל" און די "מעשׂהלעך פֿאַר קינדער", אָבער דאָס מאָל האָט ער זיי באַטראַכט מיט קינדערשע אויגן. דער עלטערער קינסטלער איז מגולגל געוואָרן אין זײַן באַליבטן העלד מאָטל, אַ שטיפֿערישן ייִנגל אין אַ קליינעם טלית־קטן און מיט גרויסע טרויעריקע אויגן. אינטערעסאַנט, וואָס שוואַרץ דאָמינירט אין מאָטלס געשטאַלט — זײַנע אויגן, פּאות, טלית־קטן און יאַרמלקע זײַנען תּמיד שוואַרץ — בעת די אַנדערע פֿיגורן זײַנען כּסדר בונט־קאָלירטע. מן־הסתּם, שטעלט מאָטל פֿאָר דעם אייגענעם "איך" פֿונעם קינסטלער, וועלכער האָט געלעבט אַ שווער און ביטער לעבן און האָט זיך אויף דער עלטער אומגעקערט אין דער וועלט פֿון זײַן קינדהייט. אַלע אַנדערע געשטאַלטן אַרום מאָטל געהערן צו דער וועלט פֿון זײַן כּוח־המדמה, דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי ליכטיק און פֿאַרביק, אָן שום שוואַרצע פֿלעקן.

דער מאָטיוו פֿון קינדהייט איז אַ שליסל צו אינגערס שפּעטערער שאַפֿונג. די דאָזיקע סבֿרה ווערט באַשטעטיקט דורך די פֿראַגמענטן פֿונעם קינסטלערס זכרונות און טאָגביכער, וועלכע זײַנען אַרײַן אינעם בוך. דאָ דערמאָנט ער זיך אָן די פּאָגראָמען, בעת דעם בירגער־קריג אין אומאַן, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן. עטלעכע מאָל האָט ער זיך געראַטעוועט על־פּי־נס, און די דאָזיקע מאָמענטן האָבן זיך טיף אײַנגעקריצט אין דעם ייִנגלס מוח׃ "אַפֿילו אין שלאָף האָב איך ניט געהאַט קיין רו. די קאָשמאַרן פֿון די פּעטליורישע פּאָגראָמען זײַנען טיף אַרײַן אין מײַן באַוווּסטזײַן, און אין חלום האָב איך געזען ביקסן, וואָס זײַנען געצילט געוואָרן מיר אין פּנים, געהערט שיסערײַ און איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן אין פּחד...". דער דאָזיקער פּחד האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין אינגערס יוגנטלעכע בילדער פֿון אומאַן, וואָס ער האָט געשאַפֿן אינעם עלטער פֿון 18 יאָר.

״מאָטל פּייסי״: איך און דאָבציע. 1974
״מאָטל פּייסי״: איך און דאָבציע. 1974

זייער טרויעריק זײַנען די קורצע נאָטיצן, וואָס אינגער האָט געמאַכט אין עוואַקואַציע בעת דער מלחמה, ווען ער האָט פֿאַרלוירן זײַן שוועסטער און ברודער. דאָס לעבן איז ניט געוואָרן אַ סך בעסער נאָכן אומקערן זיך קיין מאָסקווע. אינגער באַשרײַבט, ווי ער פֿלעגט אַרומגיין איבער פֿאַרשידענע רעדאַקציעס מיט אַ האָפֿענונג צו פֿאַרקויפֿן כאָטש איין בילד זײַנס, כּדי צו באַקומען אַ ביסל געלט אויף ברויט. ער גיט איבער אַ טיפּישן קורצן דיאַלאָג מיט אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ פֿאַרלאַג׃ "— ווער זײַט איר? — אַ קינסטלער. — אײַער נאָמען? — אינגער. — איך קאָן אײַך מיט גאָרניט ניט העלפֿן." אינגער איז געווען אַ פּראָדוקטיווער קינסטלער, און אַ סך פֿון זײַנע ווערק האָבן טעמאַטיש גאָר ניט צו טאָן מיט ייִדן. אָבער ווען מען קוקט אויף זיי אינעם קאָנטעקסט פֿון זײַן שאַפֿונג, זעט מען, ווי טיף־ייִדישלעך איז געווען זײַן קינסטלערישער וועלט־באַנעם, וואָס איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן אין אומאַן און קיִעוו, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין די יאָרן 1926—1928 אינעם ייִדישן קונסט־טעכניקום, די לעצטע פֿאַרבליבענע אינסטיטוציע פֿון דער "קולטור־ליגע". אַ סך יאָרן שפּעטער האָט ער געשאַפֿן געשטאַלטן פֿון דאָן־קיכאָט און טשאַרלי טשאַפּלין, בעטהאָווען און פּאַגאַניני, וועלכע זײַנען אָנגעפֿילט מיטן מעלאַנכאָלישן ייִדישן הומאָר, "לאַכן דורך טרערן".

״מאָטל פּייסי״: מײַן ברודער עליעס חופּה. 1975
״מאָטל פּייסי״: מײַן ברודער עליעס חופּה. 1975

אינגערס קונסט איז איינצײַטיק אי טיף־פּערזענלעך, אי ליטעראַריש. ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע קינסטלער פֿון זײַן דור, האָט ער זיך געמוזט אָפּגעבן מערסטנס מיט ביכער־גראַפֿיק. ווי אַן אילוסטראַטאָר האָט ער במילא געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו דעם טעקסט. אָבער דאָס זעט מען בלויז פֿון דרויסן; אין זײַנע בעסטע ווערק — אַזעלכע ווי אילוסטראַציעס צו שלום־עליכמען און סערוואַנטעסן — האָט ער "אַרײַנגעלייענט" אין די לעבנס־געשיכטעס פֿון זײַנע העלדן זײַן אייגענעם גורל, וואָס איז געווען פֿול מיט פֿאַרלוסטן. ווי אַ קינד, האָט ער געחלומט וועגן ווערן אַ פֿידלער, אָבער ער איז געוואָרן כּמעט אין גאַנצן טויב נאָכן טיפֿוס, וואָס ער האָט איבערגעטראָגן בעת דעם בירגער־קריג. וועגן דעם ניט־מקוים געוואָרענעם חלום דערמאָנען די פֿילצאָליקע בילדער פֿון מוזיקאַנטן מיט זייערע כּלים, וואָס אינגער האָט געמאָלט אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן. יונגערהייט האָט ער פֿאַרלוירן זײַן פֿאָטער. דער דאָזיקער פֿאַקט העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטיין דעם אומעטיקן הומאָר אין זײַנע פּאָרטרעטן פֿונעם פֿריילעכן יתום מאָטל.

אינגער האָט געדאַרפֿט זיך מפֿרנס זײַן מיט טאָג־טעגלעכער אַרבעט, וואָס האָט אים געשטערט צו רעאַליזירן זײַן שעפֿערישן פּאָטענציאַל אינעם פֿולן פֿאַרנעם. אָבער ער האָט געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן אופֿן גובֿר צו זײַן זײַנע צרות — דורך שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע "נאַיִווע" וועלט, וואָס ער האָט באַוווינט דורך די וווּנדערלעכע געשטאַלטן פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות און זײַן אייגענער קינדהייט.