פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעאָן קרישטאָל
לעאָן קרישטאָל
Forward Association
דעם 23סטן אויגוסט 1959 האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן נעקראָלאָג:

"לעאָן קרישטאָל, וואָס איז אין משך פֿון זיבן-און-דרײַסיק יאָר געווען אַ מיטגליד פֿון דעם זשורנאַליסטישן פּערסאָנאַל אין 'פֿאָרווערטס’, אַ ניו-יאָרקער טעגלעכער פֿרימאָרגנדיקער ייִדישער צײַטונג, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק נעכטן בײַטאָג אין אַ בראָדוויי-רעסטאָראַן. געלעבט האָט ער לויטן אַדרעס: 55 וועסט 95טע גאַס.

"קרישטאָל איז אין די לעצטע צען יאָר געווען אַ 'פֿאָרווערטס’-קאָרעספּאָנדענט בײַ די פֿאַראייניקטע נאַציעס. פֿריִער האָט ער געאַרבעט ווי אַ רעפּאָרטער, שטאָט-רעדאַקטאָר און קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג.

"אים האָבן איבערגעלעבט: זײַן אַלמנה גערטרודע, זײַן פֿאָטער ברוך, אַ ברודער, מאָריס, און אַ שוועסטער, גיטל גודמאַן."

ניט קיין סך איז געזאָגט געוואָרן. צוריק גערעדט, וואָס קען מען טאַקע זאָגן וועגן אַ זשורנאַליסט? געשריבן, געשריבן... מע האָט געקענט, פֿאַרשטייט זיך, דערמאָנען אַז לעאָן קרישטאָל (אויף ענגליש האָט מען זײַן נאָמען אויסגעלייגט Crystal) איז געבוירן געוואָרן אין שאַרגאָראָד, אוקראַיִנע, אין 1894, זינט 1910 געלעבט אין אָדעס, וואָס איז געווען ממש אַ מאַגנעט פֿאַר אַן "עקסטערן" — אַ יונגן בחור, וואָס האָט זיך געגרייט צו עקזאַמענס אויף צו באַקומען אַ מאַטורע אָן לערנען זיך אין גימנאַזיע (מיטל-שול). דער סוף איז אָבער געווען, אַז אין 1914 האָט זיך קרישטאָל אַרויסגעזעצט אויפֿן אַמעריקאַנער ברעג.

אין ניו-יאָרק האָט ער שווער געהאָרעוועט. גאַנץ גיך האָט ער פֿאַרבונדן זײַן לעבן מיטן ייִדישן טעאַטער, געאַרבעט ווי אַ פּרעסע-אַגענט בײַ מאָריס שוואַרצן און, לסוף, אָנגענומען געוואָרן אין "פֿאָרווערטס", אין 1922, צו זײַן אַן "אינעווייניקסטער מיטאַרבעטער" (אַזוי האָט מען גערופֿן די זשורנאַליסטן מיט אַ געהאַלט). אַזוי האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן-און-דרײַסיק יאָר פֿון זשורנאַליסטישער טאָג־טעגלעכקייט.

דאָך, אַ שטיקל דעטעקטיוו איז געווען אין קרישטאָלס לעבן. געווען איז עס אָנהייב 1956, ווען די רעדאַקציע האָט אים געשיקט קיין מאָסקווע. אין דער אמתן, איז עס געווען מער קאָמפּליצירט, ווי סתּם אַ זשורנאַליסטישע נסיעה.

צו יענער צײַט האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע שוין געוווּסט אייניקע פּרטים וועגן דער עקזעקוציע פֿונעם 12טן אויגוסט 1952, ווען מע האָט דערשאָסן אַ גרופּע פֿירנדיקע טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. עמעצער האָט די טרויעריקע געשעעניש שפּעטער אָנגערופֿן "די נאַכט פֿון דערהרגעטע דיכטער", וואָס איז ניט יושרדיק לגבי דער מערהייט פֿון די דרײַצן אומגעבראַכטע מענטשן; ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אָדער בכלל ניט געהאַט קיין שײַכות צו דער ליטעראַרישער פֿאַך, אָדער, לכל-הפּחות, זײַנען ניט געווען קיין דיכטער.

בעת די סאָוועטישע פּני האָבן ניט געוואָלט אויסזאָגן פֿון חדר קיין פּרטים וועגן דעם, ווי אַזוי די ייִדישע קולטור און אירע טוער, בדרך-כּלל געטרײַע סאָוועטישע בירגער, זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין אויסגעטראַכטע פֿאַרברעכנס, האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע דווקא יאָ געוואָלט אַרויסטראָגן די אינפֿאָרמאַציע אויף די שפּאַלטן פֿון די מערבֿדיקע צײַטונגען. גלײַכצײַטיק, האָט די אַמבאַסאַדע ניט געוואָלט זײַן דער קוואַל פֿון דער אַנטפּלעקונג.

איך ווייס ניט, ווי אַזוי מען האָט דאָס אַלץ אַראַנזשירט. אָבער דער סוף איז געווען, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט געשיקט קרישטאָלן קיין רוסלאַנד, ער זאָל דאָרטן, כּלומרשט צופֿעליק, אויסגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע. קרישטאָל האָט עס טאַקע געטאָן. אין מערץ 1956 האָט ער אין "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַנטפּלעקנדיקע אַרטיקלען וועגן טראַגישע געשעענישן פֿון דער סטאַליניסטישער תּקופֿה. די בשׂורה האָט מען איבערדערציילט אין "ניו-יאָרק טײַמס" און צענדליקער אַנדערע צײַטונגען.

אָבער וואָס פֿאַר אַ קאָמוניסט, צי סתּם אַ סימפּאַטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט געקענט גלייבן דער אַנטי-סאָוועטישער פּרעסע? איצט קען מען לאַכן דערפֿון, אָבער דעמאָלט, אין דער אַטמאָספֿער פֿון אַנטי-קאָמוניסטישן מכשפֿה-געיעג, איז עס געווען אַן ערנסטע זאַך. הקיצור, דעם "לינקן" עולם האָט געקענט איבערצײַגן נאָר אַן אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ קאָמוניסטישן קוואַל. אַזאַ קוואַל האָט זיך טאַקע אין קורצן באַוויזן, אָבער מע האָט ניט געוווּסט, אַז דער "אורקוואַל" איז דאָך געווען דער זעלבער, דהײַנו: לעאָן קרישטאָל.

אָט ווי עס האָט שפּעטער וועגן דעם געשריבן הערש סמאָליאַר אין זײַן בוך "אויף דער לעצטער פּאָזיציע, מיט דער לעצטער האָפֿענונג"; סמאָליאַר איז אין די 1950ער יאָרן געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע":

"אין יענע טעג האָט זיך צוריקגעקערט פֿון מאָסקווע און זיך אָפּגעשטעלט אין וואַרשע דער מיטרעדאַקטאָר [אין דער אמת, אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט] פֿון דער ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג 'פֿאָרווערטס’, קרישטאָל. מיר זענען צוזאַמען אַרויס פֿון זײַן האָטעל-צימער, כּדי זיך דורכשמועסן מחוץ 'די ווענט, וואָס האָבן אויערן’. קרישטאָל האָט מיר דערציילט וועגן דעם, וואָס אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערוויסן אין מאָסקווע. ער האָט באַשטעטיקט דעם חשד וועגן דער אויסראָטונג פֿון די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס אין די יאָרן 1937–1948. עס האָט געקאָנט בלויז זײַן אַ ספֿק, צי אַלע אונדז באַקאַנטע זענען דערמאָרדעט געוואָרן; אפֿשר איז עמעצער דאָך געבליבן לעבן. איך האָב קרישטאָלן דערקלערט, נישט האָבנדיק אויף דעם קיינעמס הסכּם, אַז מיר קלײַבן זיך אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט מיט אונדזער שטעלונג.

"נאָך איינער אַ פֿיבערדיקער נאַכט פֿון כּסדרדיקן קריגן זיך מיטן 'אינערלעכן צענזאָר’, איז פֿאַרטאָג געווען גרייט מײַן אַרטיקל מיטן 'קאָפּ’: 'אונדזער ווייטיק און אונדזער טרייסט’."

אַ סבֿרא, אַז סמאָליאַר האָט קיין אַנונג ניט געהאַט, וואָס פֿאַר אַ רעאַקציע וועט זײַן אַרטיקל האָבן אין דער קאָמוניסטישער וועלט. ווי אַ שטורעם־ווינט וועט ער אַרויסבלאָזן פֿון דער באַוועגונג טויזנטער מיטגלידער און סימפּאַטיקער. קרישטאָלס ראָלע אין יענער אידעאָלאָגישער קאַטאַסטראָפֿע ווערט בדרך-כּלל ניט דערמאָנט. צוריק גערעדט, אַזוי איז שוין געמאַכט געוואָרן די וועלט, אַז געשיכטע זאָגט אַ דאַנק זייער זעלטן.