|
עטל קאָווענסקי און דער שרײַבער מישע לעוו |
|
אין חודש סעפּטעמבער 1939, איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה. לויטן אָפּמאַך פֿון מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ האָט דײַטשלאַנד פֿאַרנומען דעם מיזרח־טייל פֿון פּוילן און דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרנומען די אַזוי גערופֿענע "קרעסן", ד״ה מערבֿ־אוקראַיִנע און מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד.
דאָס שטעטל וווּ עטל קאָווענסקי איז געבוירן געוואָרן, אַ ייִדיש שטעטל מיטן נאָמען זשעטל, איז אַריבער צו די סאָוועטן. סוף 1939 איז געקומען צו עטלען אַ פֿעטער פֿון מאָסקווע און איר געזאָגט: "דײַן פּלאַץ דאַרף זײַן אין מאָסקווע. דו וועסט דאָרט מאַכן אַן אַרטיסטישע קאַריערע".
פֿון וואַנען האָט דער פֿעטער געוווּסט, אַז דאָס 15־יאָריקע מיידעלע האָט סצענישן טאַלאַנט? ער האָט געוווּסט... איר מאַמע, ליזע, וועלכע האָט אַליין אויך געשפּילט אין אַמאַטאָרישן טעאַטער, איז נישט געווען שטאַרק גליקלעך וואָס אַ יונג מיידל פֿאַרלאָזט די שטוב און לאָזט זיך אַרויס אין דער "גרויסער וועלט".
ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז עטעלע האָט שטענדיק געהאַט אַ שטאַרקן כאַראַקטער און זי איז געפֿאָרן קיין מאָסקווע. זי האָט זיך צוגעשטעלט צו די עקזאַמענס אין "ייִדישן מלוכה־טעאַטער", "גאָסעט", און דאָרט האָט מען איר געזאָגט, אַז "דאָ איז נישט קיין קינדער־גאָרטן"; האָט דער פֿעטער דאַן באַמערקט: "לאָזט זי נאָר אַרויס אויף דער בינע, וועט זי שוין באַווײַזן וואָס זי קען..."
זי איז אַרויף אויף דער בינע און "דערלאַנגט" די באַרימטע און קאָמפּליצירטע דערציילונג "די פֿרומע קאַץ" פֿון י.ל. פּרץ. אין זשורי זענען געזעסן די באַרימטע טעאַטראַלן ש. מיכאָעלס, י. דאָברושין און יוסף שײַן. זי איז אָנגענומען געוואָרן אין דער טעאַטער־סטודיע בײַם "גאָסעט".
זי האָט געשפּילט אין "גאָסעט" פֿון יאָר 1940 ביזן שליסן דעם טעאַטער אין 1949, נאָכן מאָרד פֿון מיכאָעלסן און דעם אַרעסט פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער.
אין "גאָסעט" האָט זי געשפּילט די ערשטע ראָלע "רייזל" אין די "בלאָנדזשענדע שטערן" פֿון שלום־עליכם, אין "דער קאַפּריזנער כּלה" פֿון אַ. גאָלדפֿאַדען און אין דער לעצטער פֿאָרשטעלונג "וועלדער רוישן", איבערגעזעצט פֿון רוסישן רעפּערטואַר. איר פּאַרטנער אויף דער בינע איז געווען בנימין זוסקין. אין "גאָסעט" האָט זיך אָנגעהויבן איר פֿילפֿאַרביקע סצענישע קאַריערע.
עטל קאָווענסקי איז אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ אַלע האָבן געזונגען אָדער געשפּילט. דאָס ייִדישע ליד איז אַרײַן אין איר האַרצן נאָך קינדווײַז. שפּעטער, כּמעט אין אַלע דראַמאַטישע ראָלעס זענען געווען לידער. זי פֿאַרמאָגט אַ גלענצנדיקע שטימע. בײַ איר גייט דראַמע געפּאָרט מיטן קינסטלערישן ליד.
די ליבע צו ייִדיש, צו ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער האָט זי געירשנט פֿון אירע גלענצנדיקע לערער, דעם דיכטער ברוך אָליצקי און יערוכאָמאָוויטש — אַ באַרימטער לערער אין דער ייִדישער פֿאָלקס־שול אין זשעטל.
דעם 1טן יאַנואַר 1950 באַקומט זי אַן אײַנלאַדונג פֿון באַוווּסטן רעזשיסאָר יורי זאַוואַדסקי (אַגבֿ, אַ פֿרײַנד פֿון מיכאָעלס) צו שפּילן אין "מאָססאָוויעטאַ"־טעאַטער, ד״ה דער מוניציפּאַלער טעאַטער פֿון מאָסקווע.
איר רוסיש איז געווען זייער שוואַך און אין גאַנצן נישט פּאַסיק פֿאַר דער בינע. אין טעאַטער טאָר מען נישט רעדן מיט אַ פֿרעמדן אַקצענט... אויף יעדן פֿאַל, אין אַן ערנסטן, קינסטלערישן טעאַטער.
מיט עקשנות און מיט די בעסטע לערער באַהערשט זי די שפּראַך אויף אַזוי ווײַט, אַז זי האָט געשפּילט די ראָלע פֿון "דעסדעמאָנאַ" אין "אָטעלאָ". די ראָלע פֿון אָטעלאָ האָט געשפּילט דער באַרימטע אַקטיאָר מ. מאָרדווינאָוו. נישט קיין שלעכטער פּאַרטנער... אין עלטער פֿון 30 יאָר האָט קאָווענסקי געשפּילט כּמעט אַלע וויכטיקסטע פֿרויען־ראָלעס פֿון שעקספּיר־רעפּערטואַר — קאָרדעליאַ, דעסדעמאָנאַ, רעגאַנאַ, מיסיס פּיידזש און אַנדערע ראָלעס.
אין "מאָססאָוויעטאַ"־טעאַטער האָט זי געשפּילט 22 מיט אַ האַלב יאָר. זי האָט געשפּילט אין דעם טעאַטער אין דער צײַט פֿון די שרעקלעכע רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור, קעגן "קאָסמאָפּאָליטן", "ציוניסטן", "נאַציאָנאַליסטן". עטל האָט געהערט צו דער קאַטעגאָריע...
דער באַרימטער רעזשיסאָר פֿון טעאַטער יורי זאַוואַדסקי האָט איר געהאָלפֿן, ממש געראַטעוועט, זי זאָל קאָנען אָנגיין מיט איר אַרבעט. ער האָט אַפֿילו געדראָט, אַז אויב מען וועט זי קינדיקן, וועט ער, ווי אַ פּראָטעסט, פֿאַרלאָזן דעם טעאַטער. נישט נאָר זאַוואַדסקי. עטל קאָווענסקי איז געווען באַליבט און געשעצט בײַ אירע קאָלעגן־אַקטיאָרן, ווי אויך בײַם מאָסקווער פּובליקום.
דעם 19טן סעפּטעמבער 1946 איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער סעמינאַר, וווּ מען האָט באַהאַנדלט די טעטיקייט פֿון יונגע אַקטיאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין דעם סעמינאַר האָבן זיך באַטייליקט אַזעלכע שטערן ווי לאָבאַנאָוו, קעדראָוו, טאַיִראָוו, זאַוואַדסקי, טשערקאַסאָוו, טאַראַסאָוואַ און אַנדערע. דער באַרימטער טאַיִראָוו זאָגט וועגן עטלען: "צווישן די יונגע געפֿינט זיך אַ יונגע העלדין — די אַקטריסע פֿון 'גאָסעט’ עטל קאָווענסקי. דערלויבט מיר, חבֿרים, זי צו פֿאַרבעטן אויף גאַסטראָלן אין אונדזער קאַמעראַלן טעאַטער און געבן איר די מעגלעכקייט פֿאַר פּראָדוקטיווער, שעפֿערישער אַרבעט". אַזוי זאָגט זיך אַרויס אַ גרויסער אַקטיאָר וועגן דער יונגער אַקטריסע עטל קאָווענסקי.
און אויף דעם זעלבן צוזאַמענטרעף טרעט אַרויס אַ. ג. קאָאָנען, אַ באַרימטע אַקטריסע אין יענער צײַט. זי זאָגט, צווישן אַנדערן: "הײַנט צו טאָג קאָן קאָווענסקי זיך דרייסט נעמען אויספֿירן אַ ראָלע פֿון אַ יונגער העלדין, — סײַ אַ דראַמאַטישע, סײַ אַ קאָמישע און טראַגישע. איך בעט אײַך, פֿאַרגעדענקט אירע אויגן, די זשעסטן, דעם שמייכל, די מימיק".
קיין שמץ פֿון קינאה, קיין טראָפּן פֿון נישט־פֿאַרגינערישקייט! בײַ אַקטיאָרן איז דאָס אַ זעלטענע דערשײַנונג...
זאָגט די באַרימטע אַקטריסע אַ. ק. טאַראַסאָוואַ: "צום באַדויערן פֿאַרשטיי איך נישט קיין ייִדיש. סאָלאָמאָן מיכײַלאָוויטש מיכאָעלס און דער וווּנדערבאַרער זוסקין האָבן מיך צוגערעדט צו זען די פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט אין 'גאָסעט’ — די פּיעסע 'חתונה געהאַט’ לויט דער דערציילונג 'עס ברענט’ פֿון י.ל. פּרץ. איך האָב געקוקט אויף דער יונגער אַקטריסע קאָווענסקי און, אויפֿריכטיק גערעדט, האָב איך נישט געקאָנט זיך שיידן פֿון איר. איך גלייב, אַז מיר וועלן זיך טרעפֿן אין גיכן..."
10 גרויסע רוסישע אַקטיאָרן זאָגן זיך אַרויס מיט התלהבֿות וועגן דער יונגער אַקטריסע עטל קאָווענסקי.
קיין בעסערע רעצענזיע דאַרף מען נישט!
אין יאָר 1970 קערט זי זיך אום צו ייִדיש, זײַענדיק נאָך אין רוסישן טעאַטער. איר ערשטע אויפֿפֿירונג איז געווען אַ קינסטלעריש־מוזיקאַלישע פּראָגראַם "אַ ליד וועגן אַ ליד". די מוזיק צו דער פֿאָרשטעלונג האָט פֿאַרפֿאַסט איר מאַן, דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן.
אירמאַ יאַונזעם, פֿאָלקס־אַרטיסטין פֿון רספֿס״ר, שרײַבט וועגן דער פֿאָרשטעלונג: "די שוישפּילערין פֿונעם אַקאַדעמישן טעאַטער א״נ פֿונעם מאָסקווער סאָוועט טרעט אויף מיט אַ קאָמפּאָזיציע, וואָס די אויטאָרין האָט אָנגערופֿן 'אַ ליד וועגן אַ ליד’. דאָס איז אַ ליד וועגן אַ פֿאָלק, וואָס זינגט ווי יעדעס פֿאָלק, סײַ אין צײַטן פֿון גרויסער פֿרייד, סײַ אין צײַטן פֿון שווערע ליידן. די לידער האָבן געקלונגען גלענצנדיק. זיי זענען באַאַרבעט געוואָרן דורכן קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן. עס זענען אויך געווען לידער מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָר גופֿאָ".
צוזאַמען מיט איר מאַן און איר משפּחה פֿאַרלאָזט עטל קאָווענסקי רוסלאַנד און דעם 6טן נאָוועמבער 1972 קומען זיי אָן קיין ישׂראל.
דאָ ווערט קאָווענסקי גלײַך אָנגענומען אין העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער "הבימה". זי האָט געשפּילט אין דעם טעאַטער מיט די וויכטיקסטע העברעיִשע אַקטיאָרן, ווי רפֿאל קליאַטשקין, שמואל סעגאַל, ישׂראל בעקער א״אַנד. אין "הבימה" האָט זי געשפּילט 15 יאָר.
פּאַראַלעל צו איר אַרבעט אין העברעיִשן טעאַטער טרעט זי אויף ביזן הײַנטיקן טאָג מיט וואָרט־ און געזאַנג־קאָנצערטן אין אַלע ייִשובֿים איבערן לאַנד. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן מיט אירע קאָנצערטן צוזאַמען מיטן קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אין פּאַריז, בעלגיע, אויסטראַליע, ווי אויך אין רוסלאַנד.
עטל קאָווענסקי צייכנט זיך אויס מיט איר שיינער שטימע און דיקציע. שטרענג היט זי אָפּ די ריינקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זי זינגט אויסשליסלעך לידער פֿון גוטע מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן. צו טאַלאַנט דאַרף מען נאָך האָבן אַ קאַפּעטשקע מזל... איר מאַן, דער קאָמפּאָזיטאָר לעוו קאָגאַן, האָט געשאַפֿן אָדער באַאַרבעט דעם ווײַט־גרעסטן טייל פֿון איר מוזיקאַלישן רעפּערטואַר.
מיט קנאַפּע 20 יאָר צוריק איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "ייִדישפּיל־טעאַטער", וואָס פֿירט אויף, בדרך־כּלל, אַ קינסטלערישן רעפּערטואַר, פֿון צײַט צו צײַט אויך פֿאַרווײַלונגס־רעפּערטואַר. אין דעם טעאַטער האָט קאָווענסקי געפֿונען איר ריכטיקן פּלאַץ.
איך האָב זי געזען אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין אייניקע ראָלעס. באַזונדערס האָט זי זיך אויסגעצייכנט אין צוויי ראָלעס: אין דער ראָלע פֿון מאַכלע אין "מירעלע אפֿרת" פֿון יעקבֿ גאָרדין און אין "גאָלדפֿאַדען־חלום" פֿון איציק מאַנגער און יעקבֿ ראָטבאַום.
אין מאַכלע האָט זי געשאַפֿן אַ זעלטענע, אויטענטישע געשטאַלט פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, וואָס האָט נישט "קיין אייגן לעבן". זי דינט בײַ דער פֿרוי מירעלע, דער גבֿירטע, זי איז איר געטרײַ, זי גייט מיט איר אַ גאַנץ לעבן אין אַלע צרות און ליידן...
די האַנדלונג פֿון "מירעלע אפֿרת" קומט פֿאָר אין גראָדנע. עטל שטאַמט פֿון דער דאָזיקער געגנט. זי לעבט מיט דער אַטמאָספֿער פֿון פּויליש־ליטוויש־ווײַסרוסישן שטעטל. דעריבער איז זי אין דער פֿאָרשטעלונג די אויטענטישסטע געשטאַלט.
די צווייטע פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער זי האָט זיך אויסגעצייכנט, איז געווען די ראָלע פֿון דער מכשפֿה אין "גאָלדפֿאַדען־חלום" פֿון איציק מאַנגער און יעקבֿ ראָטבאַום. וויפֿל ענערגיע האָט זי אַרײַנגעלייגט אין דער ראָלע... וואָס פֿאַר אַ ווילדער טעמפּעראַמענט! די ראָלע פֿלעגט אַ מאָל אין ייִדישן טעאַטער שפּילן אויסשליסלעך אַ מאַן. אַ פֿרוי האָט זיך מיט דער ראָלע נישט געקאָנט אַן עצה געבן...
אויסער אירע וואָרט־ און לידער־קאָנצערטן איז עטל לעצטנס באַשעפֿטיקט מיט אַרויסגעבן אין דרוק איר מאַמעס זכרונות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ דאַנק איר איניציאַטיוו איז ביז איצט דערשינען דאָס בוך אין ייִדיש — "פֿאַרגעדענקט אויף אייביק". דאָס בוך איז שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿרית און אין גיכן וועט דאָס בוך דערשײַנען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג.