‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן וועלן אָנגיין ביז סוף יוני 2007.

די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און וועט דויערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.

איצט, אַז די לערן־פּראָגראַם איז שוין אין פֿולן שוווּנג, קען מען מיט גרויס צופֿרידנקייט באַריכטן, אַז דער בית שלום־עליכם האָט זיך באמת פֿאַרוואַנדלט אין אַ שפּרודלדיקער, אינטענסיווער, אָנגייענדיקער לערן־אינסטיטוציע, וואָס מען קען מיט שטאָלץ אָנרופֿן, ניט בלויז ווי דער "מרכּז ליידיש ולתרבותם של יהדות מיזרח־אירופּה" — צענטער פֿאַר ייִדיש און געשיכטע פֿון דער קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, נאָר טאַקע (ווי איך האָב פֿאָרגעשלאָגן אין מײַן באַריכט לעצטן יאָר), מען דאַרף עס דערקלערן ווי אַ ייִדישער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט. אין עבֿרית דאַרף עס הייסן "האוניבֿרסיטה העממית ליידיש ותרבותה ע״ש שלום־עליכם בתל־אָבֿיבֿ — פֿאָלקס־אוניווערסיטעט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין תּל־אָבֿיבֿ א״נ פֿון שלום־עליכם.

לויט דעם איצטיקן פֿאַרנעם פֿון דעם יערלעכן לערנפּלאַן, און דעם שלל פֿון די קולטור־אַקטיוויטעטן במשך פֿון דעם יאָר, האָט עס טאַקע כּשר פֿאַרדינט דעם דאָזיקן בכּבֿודיקן נאָמען. ייִדיש־טוער, ייִדיש־ליבהאָבער און ייִדיש־ענטוזיאַסטן, דאַרפֿן אין דער הײַנטיקער מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות, זײַן שטאָלץ מיט זײַנע דערגרייכונגען.

דעם דירעקטאָר פֿון דער וויכטיקער ייִדישער לערן־אינסטוטוציע און קולטור־צענטער, פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן, און דעם ענערגישן, איבערגעגעבענעם סעקרעטאַר פֿון בית שלום־עליכם, לייבל רויטמאַן, קומט טאַקע אַן אויפֿריכטיקער יישר־כּוח, פֿאַר זייער אומדערמידלעכער אַרבעט, אַדאַנק וועלכער דער בית שלום־עליכם האָט דערגרייכט אַזעלכע הויכע רעזולטאַטן.

די פֿאָלגנדיקע פֿאַקטן און ציפֿערן באַשטעטיקן מײַן אָפּשאַצונג און איך בין זיכער, אַז זיי וועלן פֿאַרשאַפֿן גרויס נחת־רוח און סאַטיספֿאַקציע אַלע, וואָס זאָרגן און אַרבעטן פֿאַר דעם ווויל און המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אונדזער צײַט.

אַלגעמיינע פּראָגראַם פֿאַרן יאָר תשס״ז

ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע

יערלעכער קורס פֿון דער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. הײַיאָר: סעריע פֿון 25 אָוונט־לעקציעס "אונדזערע ראשונים — מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום".

זומער־קורסן פֿאַר ייִדיש־לימוד, בשותּפֿות מיט דעם אוניווערסיטעט אין תּל־אָבֿיבֿ.

פּובליקאַציע פֿון דער וויכטיקער (צוויי מאָל אין יאָר) צײַטשריפֿט "דווקא".

אָרגאַניזירן דעם יערלעכן פֿאָרש־צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישע קולטור־צענטערס, בשותּפֿות מיטן אוניווערסיטעט אין חיפֿה.

יערלעכער שטודיר־טור קיין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר סטודענטן און פֿאָרשער פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

ממשיך זײַן אין אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע קינסטלערישע פּראָגראַמען מיט די בעסטע ייִדישע קינסטלער, כּדי ברענגען פֿאַרן ברייטן עולם די רײַכע מוזיאָלישע קולטור־אוצרות פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. שוין 7 יאָר ווי עס קומען פֿאָר אין בית שלום־עליכם לערן־קורסן אין לויף פֿון דער גאַנצער וואָך, פֿון 10 אין דער פֿרי ביז 8 אין אָוונט.

אַ גאַנצן טאָג וויבלט און שוויבלט אין דעם שלום־עליכם־הויז מיט סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, וועלכע קומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט, צו לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. די מערסטע פֿון זיי זענען "אָנהייבער", וועלכע ווײַזן אַרויס גרויס אינטערעס צו לערנען זיך ייִדיש, וואָס זיי האָבן געהערט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס, באָבע־זיידעס. אַ גרויסער טייל פֿון זיי זענען שוין "אַוואַנסירטע" סטודענטן, וואָס זענען שוין ממשיך עטלעכע יאָר אין דעם לימוד אין בית שלום־עליכם. אַ צאָל פֿון זיי האָבן פּשוט ליב די ייִדישע שפּראַך און ווילן אָפּפֿרישן זייער וויסן, וואָס זיי האָבן באַקומען אין זייערע היימען, זיך באַקענען מיט אירע ליטעראַרישע אוצרות און אירע שרײַבער און פּאָעטן.

הײַיאָר, אַזוי ווי פֿאַר אַ יאָרן, האָבן זיך פֿאַרשריבן קרובֿ צו 300 סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער. צווישן זיי אויך אַ צאָל יוגנטלעכע. איינער פֿון די סטודענטן, אַ פֿאָטער וואָס ברענגט מיט זיך אויך זײַן 11־יאָריק טעכטערל, זי זאָל אויך לערנען אַ וואָרט אויף ייִדיש. בסך־הכּל, קומען פֿאָר אין לויף פֿון דער וואָך — פֿון מאָנטיק ביז דאָנערשטיק — 13 קלאַסן פֿאַר אָנפֿאַנגער און אַוואַנסירטע, און 4 קלאַסן פֿאַר דעם לימוד פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וווּ די סטודענטן שטודירן די שאַפֿונגען פֿון י. ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען, יצחק באַשעוויס־זינגער, שלום אַש, משלים־שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג א״אַ.

דער לערער־פּערסאָנאַל באַשטייט פֿון באַקאַנטע, לאַנגיאָריקע ייִדיש־פּעדאַגאָגן, ווי: רבֿקה רײַך, אסתּר ראָזשאַנסקי, ד״ר חיה מעלער, ד״ר מיכל גאי און מרים טרין. זיי באַגײַסטערן די סטודענטן מיט זייער הויכן פּראָפֿעסיאָנאַליזם.

עס קומט זיי אַלע אָנערקענונג און וווּנטשן פֿאַר געזונט און הצלחה אין זייער איבערגעגעבענער אַרבעט מיט זייערע סטודענטן.

די דערעפֿענונג פֿון דער הײַיאָריקער לערן־פּראָגראַם איז געווען זייער אַ פֿײַערלעכע. אין אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז אויפֿגעטראָטן דער מערקווערדיקער אַנסאַמבל "קאַראַהאָד", וואָס באַשטייט פֿון דײַטשישע קינסטלער, פֿון האַמבורג. זיי האָבן געזונגען דורכויס אויף ייִדיש און די זייער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַם האָט אויף אַלעמען געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם.

ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ

דער יערלעכער קורס פֿון 25 וועכנטלעכע אָוונט־לעקציעס ווערט געגעבן פֿון גאַסט־לעקטאָרן פֿון די פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע און אַנדערע לערן־אינסטיטוציעס אין לאַנד. הײַיאָר טראָגט דער דאָזיקער קורס דעם ברייט־אַרומנעמענדיקן טיטל:

"הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים — מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. זיי נעמען אַרום און באַהאַנדלען 25 פֿון אונדזערע גרויסע פֿאַרדינסטפֿולע שרײַבער, פּאָעטן, דענקער, גײַסטיקע מנהיגים, פֿילאָסאָפֿן און פּאָליטישע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן פֿאָרמירט און באַאײַנפֿלוסט, אין לויף פֿון די פֿאַרגאַנגענע דורות, אונדזער ייִדיש פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע און אין די תּפֿוצות.

די לעקטאָרן זענען: פּראָפֿ’ עמנואל אַטקעס — וועגן ווילנער גאָון און ר’ ישׂראל סאַלאַנטער; ד״ר צבֿי מכּח — וועגן בעש"ט און ר׳ נחמן בראַסלאַווער; פּראָפֿ’ חמוטל בר־יוסף — וועגן ח״נ ביאַליק און איסאַק באַבעל; ד״ר אַבֿינועם רעזניק — וועגן מאַרטין בובער און הרבֿ קוק; פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן — וועגן שלום־עליכם; פּראָפֿ יוסף גורני — וועגן חיים ווייצמאַן און דוד בן־גוריון; בלהה בן־אליהו — וועגן ש״י עגנון (דרײַ לעקציעס); ד״ר בני בראַון — וועגן חפֿץ חיים און חזון איש; פּראָפֿ׳ יעקבֿ שבֿיט — וועגן זאבֿ זשאַבאָטינסקי; ד״ר מאַרקוס זילבער — וועגן יצחק גרינבוים.

דער דאָזיקער קורס קומט שוין פֿאָר אין בית שלום־עליכם ניט דאָס ערשטע מאָל פֿאַר די לעצטע 8 יאָר און ציט צו אַ ברייטן עולם פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט. ער איז שטאַרק פּאָפּולער סײַ אין די וועלטלעכע און סײַ אין די פֿרומע קרײַזן. בײַ דער ערשטער לעקציע וועגן בעש״ט זענען געווען איבער 1,000 צוהערער.

די לעקציעס ווערן געגעבן אין עבֿרית, און פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון די אַלע טעמעס און דיסקוסיעס.

ווי עס האָט מיר איבערגעגעבן לייבל רויטמאַן, דער סעקרעטאַר פֿון בית שלום־עליכם, ווערן בשעת די לעקציעס אויסגעטיילט בלעטער מיט טעקסטן פֿון די מקורות אין ייִדיש, און קיינער פֿון די צוהערער האָט נאָך קיין מאָל ניט געבעטן מען זאָל אים געבן אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון די דאָזיקע טעקסטן. דאָס לאָזט אונדז הערן, אַז די ייִדישע שפּראַך איז זיי ניט פֿרעמד און ניט דערווידער...

נאָך אַ פֿריידיקע בשׂורה

אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "מרכּז זלמן שז״ר לתולדות ישׂראל בירושלים" — זלמן שז״ר־צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין ירושלים, — קומען פֿאָר יעדעס יאָר צענדליקער קורסן אויף טעמעס, וואָס באַהאַנדלען אַלזײַטיק געביטן און אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן אין אונדזער אַלטער און מאָדערנער געשיכטע.

אַלע לעקציעס ווערן געגעבן אין עבֿרית, פֿון פּראָמינענטע פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן פֿון די פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן און לערן־אינסטיטוציעס אין לאַנד.

הײַיאָר, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דעם צענטער, איז אויף דעם פֿאַרלאַנג פֿון דעם עולם־צוהערער אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דעם קאַטאַלאָג פֿון די קורסן אַ ציקל פֿון זעקס לעקציעס, דורכויס אין דער ייִדישער שפּראַך. זיי וועלן געגעבן ווערן אין חודש פֿעברואַר 2007, פֿון דער באַקאַנטער פֿאָרשערין, פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי, פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט.

סײַ אין קאַטאַלאָג און סײַ אין די געדרוקטע אָפֿיציעלע מעלדונגען ווערט דער דאָזיקער קורס אַוואַנסירט אונטערן פּיקאַנטן און אינטערעסאַנטן קעפּל: "יהודי דבר ייִדיש: תּרבות ייִדיש — ביידיש". אַזאַ מין רוף פֿון אַ מלוכישער אינסטיטוציע אין ישׂראל איז באמת אַ דערשײַנונג, וואָס מיר דאַרפֿן באַגריסן און זען אין דעם אַ פּאָזיטיוון אָנזאָג פֿאַר בעסערע צײַטן, לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער צוקונפֿט, אין ישׂראל.

עס קומט אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן ווי אַבֿרהם נאָווערשטערן, חוה טורניאַנסקי, וואָס אַדאַנק זיי האָט זיך דאָס אײַז אין דער באַציִונג צו ייִדיש און ייִדישער קולטור צווישן די אָנגעשטעלטע פֿונקציאָנערן און די אינטעלעקטועלע קרײַזן אין ישׂראל, אָנגעהויבן צו שמעלצן.

דרך־אַגבֿ: איך בין צופֿרידן אונטערצושטרײַכן, אַז די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים ווערט באַצייכנט אין דעם אָפּגעדרוקטן מאַטעריאַל, ווי אַ שותּף צו דעם דאָזיקן קורס אין ייִדיש. אַ באַטײַטיקע צאָל פֿון די חבֿרים (ות) פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן אויף דעם קורס, וועלכער וועט זיך ערשט אָנהייבן דעם 13טן פֿעברואַר 2007.

די טעמעס פֿון די לעקציעס פֿון פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי זענען:

"אין אָנהייב האָט גאָט באַשאַפֿן ייִדן צו לערנען תּורה אויף ייִדיש".

"אַ קראָ האָט געפֿונען אַ שטיק קעז — די גילגולים פֿון ייִדישן משל".

"אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם אויך — דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט".

אַ בריוועלע — ניט נאָר דער מאַמען: "ייִדישע בריוו פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות".

"לידער פֿאַר ייִדישע קינדער".

"עסן אויף מאַמע־לשון — עסט געזונטערהייט!"

ווי מען לאָזט מיר וויסן פֿון "מרכּז שז״ר" האָבן זיך ביז הײַנטיקן טאָג שוין פֿאַרשריבן אויף דעם קורס איבער זיבעציק (70) צוהערער:

מיט מזל, ברכה און הצלחה, אויך אין די קומענדיקע יאָרן!