זינט איך בין געוואָרן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און האָב "אַנטדעקט" פֿאַר זיך די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים פֿון ברוקלין, איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק צו וווינען דאָרטן צווישן זיי. פּראָפֿ׳ דוד קאַץ האָט פֿאָרגעלייגט אין זײַן בוך "פֿלאַמעדיקע ווערטער" (Words on Fire) צו פֿאַרברענגען אַ צײַט אין אַ חסידישער געגנט, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. און וווּ נאָך קען מען הערן ייִדיש טאָג־טעגלעך אויף די גאַסן, אין די קראָמען, אַפֿילו פֿון קליינע קינדער? כאָטש איך בין נישט קיין פֿרומער, האָב איך באַוווּנדערט די אויפֿטוען פֿון די חסידים, וואָס האָבן געשאַפֿן אין ברוקלין זייער אייגן "ייִדישלאַנד".
מיט צוויי יאָר צוריק האָבן עטלעכע גראַדויִרטע פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם אַרומגערעדט אַ פּלאַן צו שאַפֿן אַ מין "קאָמונע", וווּ מיר וואָלטן גערעדט נאָר ייִדיש. איינע האָט פֿאָרגעלייגט פֿילאַדעלפֿיע ווי דאָס פּאַסיקסטע אָרט, די אַנדערע האָבן דערמאָנט די "אָפּער וועסט סײַד" פֿון מאַנהעטן, און איך — ברוקלין. דעם "קאָמונע"־פּלאַן האָבן מיר דערווײַל נישט רעאַליזירט, אָבער אין מיטן יאַנואַר הײַיאָר האָב איך טאַקע געדונגען אַ דירה אין מיטן באָראָ־פּאַרק, די גרעסטע פֿון די חסידישע געגנטן.
פֿון איין זײַט, האָב איך געקוקט אויפֿן איבערציִען זיך אין באָראָ פּאַרק ווי אַן אַנטראָפּאָלאָגישע עקספּעדיציע, ווי אַ מיטל צו לעבן און אויספֿאָרשן די הײַנטיקע לעבעדיקע ייִדישע שפּראַך און קולטור. פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך אויך געוואָלט געפֿינען דאָרט עפּעס אַ קליינעם ווינקל, אַ היים פֿאַר זיך און מײַנע חבֿרים. איך האָב געהאָפֿט, אַז ייִדישיסטן און חסידים וועלן קענען בשלום לעבן צוזאַמען. באָראָ פּאַרק איז געווען די בעסטע מעגלעכקייט פֿאַר מײַן פּלאַן, ווײַל עס וווינען דאָרט אויך אַנדערע ייִדן — ישיבֿה־לײַט, מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, אויך פֿון רוסלאַנד און ישׂראל. אַ פֿרעמדער קען אַרומגיין דאָרטן און נישט מורא האָבן, אַז מענטשן וועלן קוקן אויף אים קרום.
די דירה האָב איך געדונגען בײַ ר׳ חיים, אַ ליבעראַלער חסיד, וואָס בײַ אים אין שטוב רעדט מען ענגליש. איך האָב אים פֿריִער געזאָגט, אַז איך בין נישט פֿרום, אָבער אַז שבת און כּשרות היט איך יאָ אָפּ, און ער איז מיט דעם געווען צופֿרידן. ער האָט מיר געהאָלפֿן, מיר געגעבן אַלט מעבל פֿאַר דער דירה, און מיך פֿאַרבעטן אויף שבתדיקע מאָלצײַטן מיט זײַן משפּחה.
די דירה האָט מיר דערמעגלעכט צו זען אַ סך מער ווי פֿריִער. איך האָב געקענט גיין "פּראַווען טישן" פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, וווּ די חסידים זינגען צוזאַמען און דער רבי זאָגט תּורה. יעדער רבי האָט זײַן אייגענעם סטיל און יעדע גרופּע זינגט אַנדערע ניגונים, און פֿאַר מיר איז עס געווען גאָר אינטערעסאַנט זיך צו באַקענען מיט די פֿאַרשיידענע נוסחאָות. דער קאָסאָווער רבי מאַכט תּנועות מיט די הענט און פּראַוועט זײַן טיש אינעם קעלער פֿון אַ סאַטמאַרער מיידל־שול. דער באָבאָווער רבי, ווידער, ר׳ בן־ציון האַלבערשטאַם פֿירט דעם גרעסטן טיש אין באָראָ פּאַרק, אינעם ריזיקן בית־מדרש אויף דער 48סטער גאַס, וואָס האָט אַ וווּנדערלעכע אַקוסטיק פֿאַר ניגונים, נאָר ס׳איז אַזוי גרויס, אַז דעם רבין אַליין קען מען קוים הערן. דער טיש פֿון זײַן קאָנקורענט, דער באָבאָווער רבי ר׳ מרדכי־דוד אונגער, אינעם "בית־יעקבֿ" אויף דער 45סטער גאַס, איז ווייניקער פּרעכטיק, אָבער מע קען כאָטש הערן וואָס ער זאָגט. ס׳רובֿ טישן זענען אַ סך קלענער, מער היימיש. דער קלויזנבורגער רבי, למשל, זאָגט תּורה בײַ זיך אין שטוב פֿאַר געציילטע געסט.
אין די בתּי־מדרשים ווערט נישט בלויז געדאַוונט, נאָר אויך געלערנט. צו יעדער שעה קומט פֿאָר ערגעץ אַ דף־יומי, אָדער אַן אַנדער שיעור, וווּ אַ רבֿ לערנט הייליקע זאַכן אויף ייִדיש. אַ גוטער דרשן ברענגט אויך משלים און אַנעקדאָטן פֿונעם לעבן, אַזוי אַז דאָס לערנען קען זײַן אינטערעסאַנט אַפֿילו פֿאַר אַזעלכע, וואָס זייער לשון־קודש און למדנות זענען שוואַך, אַזוי ווי בײַ מיר.
שלש־סעודות איז מײַן באַליבטסטע צײַט אַרײַנצוגיין אין שיל. דאָס דאַוונען איז קורץ, ס׳איז דאָ וואָס צו עסן, ייִדן שמועסן און שושקען זיך. אין איין שיל, וואָס איך פֿלעג אָפֿט באַזוכן, שטייט אויף אַן אַלטער, שטעטלדיקער ליטוואַק, וואָס דרשנט און פֿאַרווײַלט דעם עולם ביז נאָכן זמן, ווען מע מעג דאַוונען מעריבֿ. ס׳דאַכט זיך, אַז מע איז צוריקגעקומען אין כּתרילעווקע.
אָבער נישט אַלץ איז אַזוי שיין. איך האָב עטלעכע שבתים באַזוכט אַ ליובאַוויטשער בית־מדרש, וווּ מע נעמט אויף געסט זייער פֿרײַנדלעך. נאָר ווען מע האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן ייִדישיזם, האָט מען אָנגעהויבן פֿון מיר מאַכן חוזק. תּורה איז די עיקר־זאַך, ייִדיש האָט נישט קיין באַדײַט פֿאַר זיי. יענער וואָס "האָט ליב ייִדיש", זעט אויס אין זייערע אויגן ווי אַ יאָלד. דאָס וואָס איך האָב נישט קיין נטיה צו ווערן מער פֿרום האָט אויך נישט אויסגענומען בײַ זיי, און איינער האָט אָנגעהויבן מיר אַרײַנזאָגן מוסר.
די גרעסטע פּראָבלעם פֿון וווינען אין באָראָ פּאַרק איז אַ פּסיכאָלאָגישע — די סאָציאַלע איזאָלירונג. איך האָב געפֿונען דאָרט אַ חבֿר, אָבער צו מײַנע שכנים האָב איך נישט דערפֿילט קיין שײַכות. רעדן ייִדיש האָב איך געהערט כּסדר אַרום זיך, אָבער צו מיר האָט מען גערעדט ענגליש, ווײַל די חסידים איז אומבאַקוועם צו רעדן ייִדיש מיט פֿרעמדע, ספּעציעל, אויב זייער לשון קלינגט נישט היימיש. אָפֿט בין איך געגאַנגען אויף אַ שבתדיקן אָדער יום־טובֿדיקן מאָלצײַט, אָבער דעמאָלט האָב איך זיך געפֿילט שולדיק פֿאַר אַנטוישן די פֿרומע משפּחות, וואָס דערוואַרטן, אַז איך וועל אויך ווערן פֿרום. זעלטן ווען האָב איך נישט געפֿילט אַזאַ מין סאָציאַלן דרוק. בעסער איז געווען צו פֿאַרבעטן מײַנע פֿרײַנד פֿון דרויסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך.
עס זענען אויך דאָ פּראַקטישע חסרונות פֿון וווינען אין באָראָ פּאַרק. ס׳איז ווײַט צו פֿאָרן מיט דער באַן קיין מאַנהעטן. דאָס עסן אין די קראָמען איז גלאַט כּשר און אַזאַ טעם האָט עס. אַחוץ לערנען, דאַוונען און אײַנקויפֿן, איז נישטאָ קיין סך וואָס צו טאָן אין דער געגנט. ס׳איז נישטאָ קיין פּאַרק, נישט געקוקט אויפֿן נאָמען; די קינדער שפּילן זיך אויף די גאַסן.
כאָטש די דירה געהערט נאָך אַלץ צו מיר, פֿאַרברענג איך לעצטנס ווייניק צײַט דאָרטן. מײַנע חבֿרים ייִדישיסטן האָב איך נישט געקענט איבערצײַגן, זיי זאָלן זיך אויך איבערפּעקלען קיין באָראָ פּאַרק. אַפֿילו די וואָס זענען פֿרימער פֿון מיר, פֿילן זיך דאָרט אומבאַקוועם. קיין ווינקל פֿאַר אונדז האָב איך נישט געקענט געפֿינען און איך פֿרעג זיך אַליין, צי סע לוינט זיך ממשיך צו זײַן מײַן סאָציאַלן עקספּערימענט. אָבער דערווײַל פֿאַרבלײַב איך אין דער דירה, אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמד לאַנד.