- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזיקער פּשוטער האַנט־באַוועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנטשלאָסנקייט און פֿאַרלאָזלעכקייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענערישקייט, וואָס איז (ניט צופֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מוסולמענער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונגישן אײַנדרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און וועמען ניט, צי נאָר מענער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזיקער חכמת־היד קען מען אָנשרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט. דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער "האַנט-ריר" צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק" צווישן די וועלטלעכע "חילונים". דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק", כּדי אַרויסצוּווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿונעם "נײַעם ייִד", דעם "העברעער" (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר געווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צווייטער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העברעיִש "צ׳פּחה" (טשאַפּכאַ — פֿון איראַקער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער "צ׳פּחה" באַגריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מענערישע צוגעבונדנקייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַרכיע קאָמאַנדיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין "צ׳פּחה"). אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו. אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן? אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. אפֿשר מיינט איר, אַז אַרויסרופֿן עמעצן אויף אַ דועל איז ניט לויטן אַמעריקאַנער נוסח, אַז אונדזער מלוכה שטיצט זיך נאָר אויף געזעצן, ניט אויף געוואַלד־מעשׂים, קען איך אײַך ברענגען אַ משל פֿון אונדזערע “גרינדער־פֿאָטערס", וואָס האָבן געשאַפֿן די רעפּובליק: אונדזער ערשטער פֿינאַנץ־מיניסטער, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז אומגעקומען אין אַ דועל מיטן וויצע־פּרעזידענט אַראָן בור אין 1804. אַפֿילו דער “גרויסער באַפֿרײַער", אייברעהעם לינקאָלן, איז געגאַנגען אויף אַ דועל אין 1842, נאָר צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט אָן קרבנות. אַמעריקע שטאָלצירט מיט אַ לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿירער און גענגסטערס וואָס שיסן כּסדר איינער אויפֿן צווייטן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. ס׳איז דען דאָ נאָך אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט צו טראָגן געווער ווערט באַשטעטיקט אין דער קאָנסטיטוציע? דווקא מיט דעם פּונקט זײַנען ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן — אָבאַמאַ און ראָמני — מסכּים. ניין, אַזוי קען ניט זײַן. אַז דער קריטיקער זעט עפּעס גוטס, דאַרף ער מודה זײַן דעם גאַנצן אמת און זאָגן אָפֿן פֿאַר אַלעמען פּשוט: ס׳איז טאַקע גוט. און שוין! מער ווילט זיך ניט שרײַבן. ער קען שוין אַריבערגיין אויף אַן אַנדער טעמע. אָבער עס מאַכט זיך אַ מאָל, אַז ער זעט עפּעס וואָס איז ניט סתּם גוט, נאָר זייער, זייער גוט, ממש אַן אויסנאַם, וואָס אַזוינס האָט ער נאָך קיין מאָל אין זײַן לעבן ניט געזען. אין דעם פֿאַל האָט ער ווידער מזל, ווײַל וועגן אַזאַ פּיעסע איז יאָ דאָ וואָס צו זאָגן. און אַזאַ פּיעסע איז "זכרונות פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער", געשריבן פֿון מרים האָפֿמאַן, וואָס אַבֿי האָפֿמאַן האָט געשפּילט פֿיר מאָל, פֿונעם 9טן ביזן 12טן סעפּטעמבער, בײַ דער "פֿאָלקסבינע". איציק מאַנגער איז כּידוע ניט געווען קיין גרויסער צדיק. דערפֿאַר אָבער שטעלט מיט זיך פֿאָר זײַן לעבן און שאַפֿן אַן אינטערעסאַנטן מאַטעריאַל פֿאַר דער בינע. דאָס בילד אַליין איז געשמאַק איבערצודערציילן: אַ גרויסער שרײַבער טענהט זיך אויס מיט גאָט און מיט זיך אַליין, טרינקט דערבײַ אויס אַ פֿלעשל ווײַן, און זינגט פֿאַרן עולם וועגן זײַנע אַוואַנטורעס. אָבער אַ בילד אַליין איז ניט גענוג אין טעאַטער, עס ווענדט זיך אינעם שפּילן און זינגען. אַבֿי האָפֿמאַן טוט אָן די ראָלע פֿון מאַנגער ווי אַ זײַדענע הענטשקע, זי פּאַסט אים זייער. ער ווייסט תּמיד די גרענעץ צווישן שפּילן און ליצנות, אַפֿילו ווען ער שפּילט אַ שיכּור. דער עולם פֿאַרלירט קיין מאָל ניט די עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג און פֿילט מיט די גאַנצע צײַט.
נוסח ווילנע יזכּור־אַקאַדעמיע 2012
Nusakh Vilne Memorial Lecture and Concert 2012
הינטן שטייען לייזער בורקאָ און אָסיאַ גאָרדאָן, אין פֿאָרנט שטייט לענאַ לוטשינאַ, און לעבן דער אינפֿאָרמאַנטקע זיצט טאַניאַ פּאַנאָוואַ. זינט ש. אַנ־סקי האָט געפֿירט די ערשטע גרויסע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט זיך די ייִדישע געאָגראַפֿיע אַ ביסל געביטן. דעמאָלט איז ער אַרומגעפֿאָרן אינעם תּחום־המושבֿ איבער די אומצאָליקע שטעטלעך, וווּ די ייִדן זענען אָפֿט געווען די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג. כּמעט אַלע האָבן גערעדט ייִדיש, און כּדי צו געפֿינען אַ פּאַסיקן "אינפֿאָרמאַנט", וואָס קען דערציילן וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אָדער מוזיק, האָט ער בלויז געדאַרפֿט אָפּשטעלן וועלכן ניט איז ייִד אויף דער גאַס און אים אויספֿרעגן. אַרײַנגעגאַנגען אין שיל דאַוונען, האָט ער דאָרט געפֿונען אַ שלל מיט אינפֿאָרמאַנטן. ווען אַנ־סקי און די אַנדערע פֿאָרשערס פֿלעגן אַנטפּלעקן זייער גראַמאָפֿאָן און רעקאָרדיר־אַפּאַראַט, האָבן מאַסן ייִדן זיי אַרומגערינגלט, כּדי אַ קוק צו טאָן אויפֿן בייזן וווּנדער. איך בין חושד, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדן פֿונעם שטעטל האָבן זיך ניט אונטערגעשיידט צו שטאַרק פֿונעם זיידן אין דעם פּרט, כאָטש ער אַליין איז אַ שטאָט־ייִד, אַ געבוירענער אין דער עיר ועם בישׂראל, פּינסק. יעדער קען די סצענע פֿון “פֿידלער אויפֿן דאַך" (זיכער אַ פֿאַרלאָזלעכער עטנאָגראַפֿישער באַווײַז!), ווען טבֿיה פֿרעגט גאָלדען: “האָסט מיך ליב?" און אין משך פֿונעם גאַנצן ליד פּרוּווט זי זיך אויסדרייען פֿון ענטפֿערן דירעקט אויף דער פֿראַגע. ווען באָבע־זיידע האָבן געזונגען אַזאַ מין ליד, האָט עס אפֿשר ניט געקלונגען אַזוי שיין, אָבער דער מיין איז געווען דער זעלבער. ס׳איז אויסטערליש צו טראַכטן, אַז אויף אַזאַ ריזיקער טעריטאָריע ווי אוקראַיִנע, וואָס זי שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, זאָל מען הײַנט דאַרפֿן זוכן ייִדן מיט ליכט. אָבער דער אמת איז, אַז מען פֿאָרט הײַנט אַהין ניט אַזוי אָפֿט צו זוכן לעבעדיקע ייִדן, ווי טויטע: אויף קבֿר־אָבֿות, צו פֿאַרשיידענע דענקמאָלן, פֿאַרוואָרלאָזטע שטעטלעך און בית־עולמס. אַזוי איז אויך מיט מיר: איך בין געקומען מיט דער מאַמען, כּדי צו באַזוכן איר היימשטאָט, אָדעס, ווי אויך דער באָבעס שטעטל, בערשאַד. מיר האָבן דאָ אויך לעבעדיקע קרובֿים, אָבער ווײַטע; אַזעלכע, וואָס איך דאַרף אויסניצן מײַנע מאַטעמאַטישע קענטענישן, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מיר קערן זיך אָן. אַזאַ פֿײַן בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור האָט נאָך קיינער ניט געמאַכט. דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטל, האָט געוווּסט זיך אָפּצוהיטן פֿון די אַלע שאַבלאָנען און דעם נאָסטאַלגישן סענטימענטאַליזם, וואָס דער עולם ריכט זיך צו זען, ווי באַלד עס רעדט זיך וועגן ייִדיש. צום ערשטן מאָל זעען מיר דאָ ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון יונגע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער, אין דער מוזיק, אין טעאַטער, פֿילם, פּאָעזיע, ווי אויך אין דער מאָלערײַ. דאָ זעט מען, אַז ייִדיש איז ניט אַלט און אויסגעדראָשן, נאָר נײַ, סאָפֿיסטיקירט, אין דער מאָדע. די גרויסשטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון וואָלקן־קראַצערס און ניו־יאָרקער גאַסן באַגלייטן אַ שטראָם פֿון מאָדערניסטישע מאָלערײַען און עקספּערימענטאַלער מוזיק. די קינסטלער אַליין ברענגען זייער מערקווערדיקע פּערספּעקטיוו און פֿרישע געדאַנקען אין אויסצוגן פֿון אינטערוויוען. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָרצושטעלן ייִדיש איז אין גאַנצן נאָוואַטאָריש; ס׳איז אַליין אַ ראַדיקאַלער אַקט און אַ גרויסער אויפֿטו צו גיין קעגן די אײַנגעשטעלטע סטערעאָטיפּן, וואָס הערן ניט אויף צו ברענגען שאָדן. |