- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב עמעצער וועט אײַך פֿרעגן, ווי אַזוי קאָן אַזוי זײַן, אַז צוויי ייִדן זאָלן האָבן דרײַ מיינונגען, שיקט אים אָפּ קיין ישׂראל; דאָרט, אין דער רעגירונג אין איין מיניסטאָרן־קאַבינעט בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, קאָן דער שוץ־מיניסטער האָבן זײַן אייגענע פּאָליטיק און דער אויסערן־מיניסטער — אַן אַנדער פּאָליטיק. וואָס שייך דעם פּרעמיער־מיניסטער גופֿא, האָט ער אויך זײַן אייגענע פּאָליטיק, אָבער ער איז מיט איר נישט תּמיד מסכּים. 4. סוף־וואָך אויסטראַליע זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג, אַרויסגעלאָזט אין אויסטראַליע אין די סוף 1940ער, האָט יאָסל בירשטיין אָנגערופֿן "אונטער די פֿרעמדע הימלען". אין מײַן פֿילם וועגן דעם שרײַבער "יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים", דערקלערט ער אַזאַ נאָמען דערמיט, וואָס די זאַטע אויסטראַלישע ערד איז אים אפֿשר געווען נישט פֿרעמד, אָבער די הימלען — יאָ פֿרעמד. אין די אָנהייב 1950ער האָט יאָסל מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿון "שאָף און רינדער" און איז עולה געווען קיין ישׂראל. ALS, וואָס איז מער באַקאַנט ווי "לו געריגס קראַנקייט", איז אַ זעלטענע קראַנקייט פֿון די נערוון־קעמערלעך אינעם מוח און חוט־השדרה, וועלכע קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון די מוסקלען. לו געריג, דער באַרימטער בייסבאָל־שפּילער פֿון די "יענקיס", איז געשטאָרבן דערפֿון אין 1941 צו 37 יאָר. די אויסזיכטן פֿאַר ALS-פּאַציענטן זענען, בדרך־כּלל, נישט קיין גוטע: די מוסקלען ווערן בײַ זיי אַלץ מער און מער אײַנגעשרומפּן, און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זיי אַלץ שווערער צו גיין, רעדן, אַראָפּצושלינגען און אַפֿילו צו אָטעמען. מיט דער צײַט ווערן זיי פּאַראַליזירט און ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַרבן. אַן אויסנאַם איז דער באַקאַנטער פֿיזיקער, סטיווען האָקינג, וועלכער לײַדט פֿון זייער אַ פּאַמעלעך־פּראָגרעסירנדיקן פֿאַל פֿון ALS, שוין כּמעט 50 יאָר. הגם ער איז פּאַראַליזירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, פֿונקציאָנירט זײַן מוח ווי פֿריִער, און אין 2009 האָט ער באַקומען דעם "פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל" — די בכּבֿודיקסטע פּרעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צווישן 20,000 און 30,000 מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן הײַנט פֿון ALS, און יעדעס יאָר באַקומען 5,600 מענטשן אַזאַ דיאַגנאָז. די וויסנשאַפֿטלער ווייסן נאָך נישט, צי די סיבות פֿון דער קראַנקייט זענען גענעטישע, צי באַווירקט פֿון דער סבֿיבֿה. ביז איצט האָבן די דאָקטוירים נישט געקאָנט אויסהיילן אָדער אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט. דאָס איינציקע וואָס זיי האָבן יאָ געקאָנט טאָן איז פֿאַרפּאַמעלעכן די קראַנקייט און פֿאַרגרינגערן די ווייטיקן דורך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן. אַזאַ פֿײַן בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור האָט נאָך קיינער ניט געמאַכט. דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטל, האָט געוווּסט זיך אָפּצוהיטן פֿון די אַלע שאַבלאָנען און דעם נאָסטאַלגישן סענטימענטאַליזם, וואָס דער עולם ריכט זיך צו זען, ווי באַלד עס רעדט זיך וועגן ייִדיש. צום ערשטן מאָל זעען מיר דאָ ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון יונגע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער, אין דער מוזיק, אין טעאַטער, פֿילם, פּאָעזיע, ווי אויך אין דער מאָלערײַ. דאָ זעט מען, אַז ייִדיש איז ניט אַלט און אויסגעדראָשן, נאָר נײַ, סאָפֿיסטיקירט, אין דער מאָדע. די גרויסשטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון וואָלקן־קראַצערס און ניו־יאָרקער גאַסן באַגלייטן אַ שטראָם פֿון מאָדערניסטישע מאָלערײַען און עקספּערימענטאַלער מוזיק. די קינסטלער אַליין ברענגען זייער מערקווערדיקע פּערספּעקטיוו און פֿרישע געדאַנקען אין אויסצוגן פֿון אינטערוויוען. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָרצושטעלן ייִדיש איז אין גאַנצן נאָוואַטאָריש; ס׳איז אַליין אַ ראַדיקאַלער אַקט און אַ גרויסער אויפֿטו צו גיין קעגן די אײַנגעשטעלטע סטערעאָטיפּן, וואָס הערן ניט אויף צו ברענגען שאָדן. דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע "שעדלעכע" זאַך. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן. אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן. אינעם חומש "במדבר" זענען פֿאַראַן דרײַ פּרשיות, וועלכע טראָגן נעמען פֿון געוויסע מענטשן: "קורח", "בלק" און "פּינחס". פֿון ד״ר יאַנקו שעכטערס אַרײַנפֿיר־וואָרט (פֿריִער אָפּגעדרוקט אין "אויפֿן שוועל") דערוויסן מיר זיך אַ ביסל וועגן אליעזר פֿרענקעלס לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1920 אין פּאָדעלוי, לעבן יאַס. זײַן טאַטע איז געווען אַ מלמד. אין 1940 איז ער געווען אַ לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין אַן "אָרט"־שול אין יאַס, און האָט אַרויסגעגעבן אַ לערנבוך פֿאַר שפּראַך. אַפֿילו בעת דער מלחמה האָט ער אין דער זעלבער שטאָט ווײַטער געלערנט די ייִדישע ליטעראַטור און שפּראַך מיט אַ צאָל יונגע־לײַט. ער האָט מיטגעמאַכט די מלחמה אין יאַס און דערנאָך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", מיט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג בראָש. בײַ אַ סך פֿעלקער איז טיי פֿאַרבונדן מיט כינע, און נישט אומזיסט — פֿון דאָרטן שטאַמט טאַקע דאָס געוויקס. אַזוי ווי דער טייבוים האָט ליב אַ וואַרעמען, פֿײַכטן קלימאַט רעכענען די קענערס, אַז ער איז אויפֿגעקומען דאָרטן וווּ דרום-כינע גרענעצט זיך מיט אינדיע און בורמע. כּמעט אַלע טערמינען פֿאַר ‘טיי’, אַפֿילו די אינדישע, נעמען זיך פֿון כינעזיש. קיין אייראָפּע איז טיי אָנגעקומען דורך פֿאַרשיידענע צינורות, וואָס פֿון דעם זעט מען פֿאַר וואָס ס’זענען פֿאַראַן צוויי גרופּעס ווערטער — די גרופּע "טיי", די ווערטער וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער אַזוי ווי אויף ייִדיש, און די גרופּע "טשײַ", וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער ווי אויף, למשל, רוסיש. בלויז זייער אַ קליינע צאָל ווערטער פֿאַר טיי גייען נישט אַרײַן נישט אין דער ערשטער, נישט אין דער צווייטער גרופּע. די פֿון דער ערשטער גרופע, "טיי", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות t’e, פֿון אַ דרום-מיזרחדיקן כינעזישן דיאַלעקט — די פּראָווינץ פֿוקיאַן/פֿודזשיאַן. פֿון דאָרטן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די מאַלײַער; פֿון זיי האָבן די האָלענדער אין 17טן יאָרהונדערט אַריבערגעפֿירט טיי קיין מערבֿ-אייראָפּע. די פֿון דער צווייטער גרופּע, "טשײַ", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות ch’a, פֿונעם צפֿונדיקן מאַנדאַרינער דיאַלעקט; צו זיי איז אָנגעקומען סײַ טיי אַליין, סײַ דאָס וואָרט דורך דער יבשה, פֿון כינע דורך אינדיע און פּערסיע. On the Eve: The Jews of Europe Before the Second World War. New York: Simon and Schuster, 2012
ערנסט האָט מען וועגן דער שפּראַך-פּראָבלעם ניט גערעדט, סײַדן אין די קרײַזן צו וועלכע איך האָב ניט געהערט. דעם באַגריף "אוקראַיִנע" פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, אויפֿנעמען דאָרטן גאַנץ באַדינגיק. היסטאָריש איז די גאַנצע געגנט מער אָדער ווייניקער געדיכט באַפֿעלקערט געוואָרן אין 19טן יאָרהונדערט, דורך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, ניט נאָר אוקראַיִנער. אין די סאָוועטישע יאָרן, בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע, איז ווידער געקומען אַ גרויסער שטראָם מיגראַנטן. אמת, די דערפֿער זײַנען פֿאַרבליבן אוקראַיִניש- צי, ריכטיקער, געמישט רוסיש-אוקראַיִניש-רעדנדיקע. אין די עכטע אוקראַיִנישע געגנטן איז דער מצבֿ געווען, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין אַן אַנדערער. בײַ זיי איז די שפּראַך געווען דער צענטראַלער עלעמענט פֿון זייער נאַציאָנאַלן זעלבסט-באַוווּסטזײַן. באַזונדערס אין די מערבֿדיקע טיילן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן מיט סאָוועטן-אוקראַיִנע ערשט ערבֿ, און פֿאַקטיש — נאָך, דער צווייטער וועלט-מלחמה. קיין שטאַרקן שותּפֿות האָבן די גאַליציאַנער אוקראַיִנער און די מיזרחדיקע אוקראַיִנער צווישן זיך ניט געפֿילט. נאָך מער: אָפֿט מאָל האָט מען פּשוט פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן. איך האָב דעמאָלט בײַ זיך געשוווירן, אַז מער וועל איך שוין נישט וואַנדערן. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל אין מײַן לעבן. ביז צו ביסלעך האָט מען זיך צוגעוווינט, און גענומען זיך אַרויסציִען פֿונעם שלאָפֿצימער און זיך פּאַמעלעך גענומען באַזעצן אין די איבעריקע צימערן. איך האָב פֿאַרנומען אַ שלאָפֿצימער פֿאַר זיך, און דער הויפּט־זאַמלפּונקט איז געווען אין קיך. דאָרט, אויפֿן טיש איז געשטאַנען די ראַדיאָ, און ווי נאָר מיר זײַנען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזוי האָט מען אַרויפֿגעדרייט די סטאַנציע WEVD און זיך גענומען צוהערן צו דער טראַנסמיסיע פֿון די לעצטע נײַעס. צו ביסלעך האָט מען געקויפֿט אַ ביסל מעבל, דער עיקר, אַ קוסעטקע, און גענומען זיך פּאָרען אַרום דעם סאַלאָן, מיט דער טעלעוויזיע. ווי נאָר עס איז אַריבער אַ יאָר, האָב איך פֿאַרגעסן מײַן שבֿועה צו זיך און אַוועק זומער־צײַט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, מיט דער באַן. דאָרט האָט געוווינט מײַן מאַמעס גאַנצע משפּחה. כ׳האָב זיך אַפֿילו נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון, אַז מער ריר איך זיך נישט פֿון אָרט. נאָך אַלעמען, רוסלאַנד, פּוילן, טשעכײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. מיר זײַנען געווען אויסגעמוטשעט. זינט דעמאָלט בין איך שוין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, צווישן זיי ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, טשעכײַ און איטאַליע, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע, די שווייץ און ישׂראל, מעקסיקע און ס׳רעשט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, עפּעס קען איך בשום־אופֿן נישט אײַנזיצן אויף אַן אָרט, ס׳ציט מיך צום לופֿטפֿעלד, צו נײַע האָריזאָנטן, נײַע פּאַנאָראַמעס, און אַ חוץ דעם, האָט אַ ייִד נישט קיין זיצפֿלייש, ס׳דאַכט זיך אים אַז אויף יענער זײַט ים קומט עפּעס פֿאָר וואָס מיר טאָרן נישט פֿאַרפֿעלן. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) דער טאַטע איציק איצט קום איך צו דעם עלטסטן זון פֿון מײַן זיידע שמואל, [וואָס] האָט געהייסן איציק. אין זײַנע צײַטן איז שוין אין פּאַלאָנגע געווען אַנטוויקלט די גאַנצע אַרבעט פֿון בורשטין. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1870 [און] איז געוואָרן בר־מיצווה אין 1883. אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער זייער אָרעמער משפּחה, איז ער, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך נאָך 1883 אַוועק ווי אַ לערן־ייִנגל אין איינער פֿון די פֿאַבריקן אין דער דאָזיקער שטאָט. כּמעט אַלע ייִדן האָבן שוין דעמאָלט געאַרבעט אין פֿאַבריקלעך, וווּ מע האָט אויסגעאַרבעט די פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן פֿון בורשטין. האָט מײַן פֿאָטער איציק געקראָגן ווייניק בילדונג — וויפֿל האָט ער געקאָנט קריגן אין פּאַלאָנגע ביז בר־מיצווה? ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בורשטין בײַ זײַנעם אַ פֿעטער, וואָס האָט געהייסן הערצע. דער דאָזיקער הערצע, [אָדער] הערצל, איז געווען אַ ברודער פֿון שמואל. אָבער דער הערצל איז גאָר ניט געווען ענלעך אויף דעם ברודער, [ווײַל ער] האָט אין די יונגע יאָרן אַ סך געלערנט תּלמוד. |