נאָכן עסן אַ לענגערע צײַט דאַרף מען עפּעס טרינקען, איז לאָמיר זיך נעמען צו גלעזלעך (אָדער טעפּלעך) טיי.
בײַ אַ סך פֿעלקער איז טיי פֿאַרבונדן מיט כינע, און נישט אומזיסט — פֿון דאָרטן שטאַמט טאַקע דאָס געוויקס. אַזוי ווי דער טייבוים האָט ליב אַ וואַרעמען, פֿײַכטן קלימאַט רעכענען די קענערס, אַז ער איז אויפֿגעקומען דאָרטן וווּ דרום-כינע גרענעצט זיך מיט אינדיע און בורמע. כּמעט אַלע טערמינען פֿאַר ‘טיי’, אַפֿילו די אינדישע, נעמען זיך פֿון כינעזיש.
קיין אייראָפּע איז טיי אָנגעקומען דורך פֿאַרשיידענע צינורות, וואָס פֿון דעם זעט מען פֿאַר וואָס ס’זענען פֿאַראַן צוויי גרופּעס ווערטער — די גרופּע "טיי", די ווערטער וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער אַזוי ווי אויף ייִדיש, און די גרופּע "טשײַ", וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער ווי אויף, למשל, רוסיש. בלויז זייער אַ קליינע צאָל ווערטער פֿאַר טיי גייען נישט אַרײַן נישט אין דער ערשטער, נישט אין דער צווייטער גרופּע.
די פֿון דער ערשטער גרופע, "טיי", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות t’e, פֿון אַ דרום-מיזרחדיקן כינעזישן דיאַלעקט — די פּראָווינץ פֿוקיאַן/פֿודזשיאַן. פֿון דאָרטן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די מאַלײַער; פֿון זיי האָבן די האָלענדער אין 17טן יאָרהונדערט אַריבערגעפֿירט טיי קיין מערבֿ-אייראָפּע. די פֿון דער צווייטער גרופּע, "טשײַ", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות ch’a, פֿונעם צפֿונדיקן מאַנדאַרינער דיאַלעקט; צו זיי איז אָנגעקומען סײַ טיי אַליין, סײַ דאָס וואָרט דורך דער יבשה, פֿון כינע דורך אינדיע און פּערסיע.
איז אַ דאַנק דעם האָלענדישן thee — אַרויסגערעדט אַזוי ווי אויף ייִדיש - זאָגן די דײַטשן Tee, די פֿראַנצויזן thé, די שפּאַניער té, די איטאַליענער tè און די ענגלענדער — tea. דאָס ייִדישע האָט זיך געקענט נעמען פֿון דײַטשיש, כאָטש דאָס טרינקען טיי אַליין, און נאָך פֿון אַ גלעזל, איז גיכער געקומען פֿון דער רוסישער ספֿערע. דאָס עבֿריתּישע "תּה", אויך אַרויסגערעדט ווי אויף ייִדיש, נעמט זיך אַוודאי פֿון דײַטשיש צי פֿון ייִדיש. דאָס אונגערישע tea, ווידער — געשריבן ווי אויף ענגליש, אָבער ארויסגערעדט אַן ערך /טעאָ/, איז, מיין איך, אַ לײַוואָרט פֿון ענגליש, און דער אַרויסרעד איז אַן אותיותדיקער. פֿאַר וואָס? די הויפּט-סיבה דערפֿון איז מסתּמא דאָס, וואָס אין אונגערן, אַנדערש פֿון די אַרומיקע לענדער, טרינקט מען ווינציק טיי — דאָרטן געוועלטיקט קאַווע. (וועגן דעם, אַז דאָס אונגערישע וואָרט tej, אַרויסגערעדט /טיי/, איז גאָר טײַטש ‘מילעך’ וועט קומען צו רייד אינעם קאַפּיטעלע "מילעך".)
אַ דאַנק דעם צפֿון-כינעזישן ch’a, וואָס איז אויף פּערסיש געוואָרן chay, זאָגן די רוסן, אוקראַיִנער, טשעכן, סלאָוואַקן, רומענער, טערקן א״א chay (אויף טשעכיש און סלאָוואַקיש שרײַבט מען עס, אָבער, čaj; אויף רומעניש — ceai; אויף טערקיש — çay). אויף אַראַביש איז דאָס וואָרט shay, און קומט פֿון פּערסיש; נאָר אַזוי ווי אויף אַראַביש — חוץ אין טייל דיאַלעקטן — איז נישטאָ קיין קלאַנג /טש/, איז דערפֿון געוואָרן פּשוט /ש/.
דאָס פּאָרטוגאַלישע וואָרט, chá (אַרויסגערעדט ווי דאָס ייִדישע "שאַ!"), איז, אין פֿלוג, אַ טייל פֿון דער גרופּע "טשײַ". נאָר לויט די מקורים איז דאָס נישט אמת, ווײַל די פּאָרטוגאַלן זענען דאָך די ערשטע אָנגעקומען פֿון אייראָפּע קיין כינע. פֿון סאַמע דרום-כינע — קאַנטאָן/גוואַנגזשאָו, האָנג קאָנג — האָבן זיי די ערשטע געבראַכט טיי קיין אייראָפּע. אין יענע דרום-כינעזישע מקומות ווערט דאָס שייכדיקע וואָרט אַרויסגערעדט chàh — ענלעך צום צפֿון-כינעזישן אַרויסרעד. צוליב דעם האָבן אין מערבֿ-אייראָפּע בלויז די פּאָרטוגאַלן אַ וואָרט וואָס געהערט נישט צו דער גרופּע "טיי" — אָבער בײַ זיי איז עס געבליבן, נישט אַריבער צו די שכנים זייערע.
בלײַבט נאָר איין טערמין: דאָס פּוילישע herbata, וואָס וואַקסט פֿונעם האָלענדישן herba thee ‘בלומענטיי, קרײַטעכצטיי’ — דאָס וואָרט herba איז דאָך דאָס לאַטײַנישע פֿאַר ‘גראָז, קרײַטעכץ’. פֿון די פּאָליאַקן איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין ליטוויש און רײַסיש. נאָר וואָס דען? דאָס פּוילישע וואָרט פֿאַרן טאָפּ וווּ מע בריט וואַסער אויף טיי איז דווקא czajnik, פּונקט אַזוי ווי דאָס ייִדישע "טשײַניק". אַזוי אַז דער שורש "טשײַ" לעבט יאָ אין ייִדיש און אין פּויליש, וואָס זיי האָבן ביידע דעם טערמין איבערגענומען פֿון רוסיש, וווּ ביידע באַשטאַנדטיילן — סײַ "טשײַ", סײַ "ניק" — זענען לעבעדיקע, פּראָדוקטיווע. אַז דער טשײַניק איז אַ טייל פֿונעם ייִדישן שפּראַך־פֿאָלקלאָר פֿאַרשפּאָר איך אײַך צו דערציילן — ווער קען עס נישט דאָס ווערטל "האַק מיר נישט קיין טשײַניק!"? טשיקאַווע, וואָס אין זײַן דערציילונג "בערל אײַזיק" שרײַבט שלום-עליכם, אַז "בײַ אונדז אין כּתרילעווקע, איינער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אויף אײַער אַמעריקאַנער לשון וועט דאָס הייסן: ער האַקט אַ טשײַניק״.
הײַנט לאָמיר נישט פֿאַרגעסן דעם אַנעקדאָט וואָס ס׳האָט דערציילט ש. דזשיגאַן אין זײַן מאָנאָלאָג "יאַנקעלע קצבֿ": אַז ער איז געווען אין פּאַריז, האָט ער געקענט "זאָגן אויף פֿראַנצויזיש איין מאכל: פֿילע מיניאָן. דאָס איז אַזאַ סטייק. און אַז מע עסט אויף אַזאַ סטייק, וויל מען דאָך עפּעס טרינקען. גיי ווייס ווי מע זאָגט אויף פֿראַנצויזיש ‘טיי’. האָב איך מיר שוין געהייסן געבן נאָך אַ מאָל: פֿילע מיניאָן. וואָס מער כ׳האָב געוואָלט טרינקען, אַלץ מער האָבן זיי מיר געגעבן צו עסן..."