איינע פֿון די מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דעם געזעץ, וואָס דערהייבט דעם סטאַטוס פֿון דער רוסישער שפּראַך אין אוקראַיִנע, דעם 5טן יולי, אין קיִעוו |
Credit: Getty Images |
ערנסט האָט מען וועגן דער שפּראַך-פּראָבלעם ניט גערעדט, סײַדן אין די קרײַזן צו וועלכע איך האָב ניט געהערט. דעם באַגריף "אוקראַיִנע" פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, אויפֿנעמען דאָרטן גאַנץ באַדינגיק. היסטאָריש איז די גאַנצע געגנט מער אָדער ווייניקער געדיכט באַפֿעלקערט געוואָרן אין 19טן יאָרהונדערט, דורך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, ניט נאָר אוקראַיִנער. אין די סאָוועטישע יאָרן, בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע, איז ווידער געקומען אַ גרויסער שטראָם מיגראַנטן. אמת, די דערפֿער זײַנען פֿאַרבליבן אוקראַיִניש- צי, ריכטיקער, געמישט רוסיש-אוקראַיִניש-רעדנדיקע.
אין די עכטע אוקראַיִנישע געגנטן איז דער מצבֿ געווען, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין אַן אַנדערער. בײַ זיי איז די שפּראַך געווען דער צענטראַלער עלעמענט פֿון זייער נאַציאָנאַלן זעלבסט-באַוווּסטזײַן. באַזונדערס אין די מערבֿדיקע טיילן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן מיט סאָוועטן-אוקראַיִנע ערשט ערבֿ, און פֿאַקטיש — נאָך, דער צווייטער וועלט-מלחמה. קיין שטאַרקן שותּפֿות האָבן די גאַליציאַנער אוקראַיִנער און די מיזרחדיקע אוקראַיִנער צווישן זיך ניט געפֿילט. נאָך מער: אָפֿט מאָל האָט מען פּשוט פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן.
צעטיילט האָט זיי ניט נאָר די שפּראַך, נאָר אויך אַנדערע קולטורעלע און אידעאָלאָגישע ווערטן, וואָס פֿאַראייניקן מענטשן אין אַ פּאָליטישער נאַציע. ס’איז וויכטיק, זייער וויכטיק, אַ שטייגער, אַז די מערבֿניקער און מיזרחניקעס קוקן אַנדערש אויף די געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די מלחמה-מיטאָלאָגיע פֿון דעם מיזרח איז, אין תּוך גענומען, די זעלבע ווי אין רוסלאַנד, בעת אין מערבֿ גלאָריפֿיצירט מען די לײַט, וועלכע ווערן אין מיזרח אויפֿגענומען ווי גזלנים און פֿאַררעטער. אין מערבֿ האָט מען פֿון דער טאָפּאָנימיק אָפּגעטרייסלט די סאָוועטישע נעמען — די לענין-גאַסן וכ’, און די מיזרחדיקע שטעט זײַנען פֿול מיט סקאַרבאָוונע סאָוועטישע נעמען און דענקמעלער, גלײַך ווי זיי געהערן נאָך אַלץ צו סאָוועטן-אוקראַיִנע.
דעמאָגראַפֿיש און עקאָנאָמיש איז דער אוקראַיִנישער מיזרח שטאַרקער — אַזוי איז עס געווען און אַזוי בלײַבט עס ביזן הײַנטיקן טאָג. דער איצטיקער פּרעזידענט, וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, און זײַן רעגירונג שטעלן פֿאָר, דער עיקר, אינטערעסן פֿון דער מירחדיקער באַפֿעלקערונג, וואָס פֿאָדערט, בפֿרט, מע זאָל זיי געבן מעגלעכקייטן זיך אויסצולעבן אויף רוסיש. כאַראַקטעריש, אַז דאָס פֿאָדערן, מערסטנטייל, די מענטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר אוקראַיִנער, ניט נאָר די רוסן, וועלכע שאַפֿן בערך 17 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. בשעת די וואַלן האָט יאַנוקאָוויטש צוגעזאָגט עס צו טאָן. און איצט, ניט לאַנג פֿאַר נײַע וואַלן, וויל ער און זײַנע פּאַרטיי-חבֿרים ווײַזן, אַז זיי זײַנען וואָרט-מענטשן.
האָט מען אויסגעמײַסטרעוועט אַ געזעץ, וואָס הייבט ניט אויף רוסיש ביזן סטאַטוס פֿון דער צווייטער מלוכה-שפּראַך, נאָר דערלויבט די געגנטן, וווּ אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעט שאַפֿט אַ היפּשן חלק אין דער באַפֿעלקערונג, צו נוצן די שפּראַך פֿון אָט דער עטנישער גרופּע ווי — פֿאַקטיש — די צווייטע (אויב ניט די ערשטע) שפּראַך. אַגבֿ, אין דער רשימה פֿון די צווייטע שפּראַכן גייט אַרײַן אויך ייִדיש, כאָטש איך בין ניט זיכער, צי אין גאַנץ אוקראַיִנע קען מען הײַנט געפֿינען אַ פּאָר צענדליק מענטשן, וואָס זײַנען בכּוח אָנצושרײַבן אויף ייִדיש אַ פּאָר צענדליק פֿראַזעס. הקיצור, ייִדיש שאַפֿט ניט קיין פּראָבלעם מיט דעם נײַעם געזעץ. די פּראָבלעם איז פֿאַרבונדן נאָר מיט רוסיש.
פּראָטעסטן רופֿט אַרויס אויך דער עצם אופֿן פֿון דורכפֿירן דאָס געזעץ. מע האָט אויסגענוצט אַ מאָמענט, דעם 3טן יולי, ווען די ראַדע (פּאַרלאַמענט) האָט געפֿירט אַ זיצונג אָן איר ספּיקער (פֿאָרזיצער), און זײַן פֿאַרטרעטער, אַ קאָמוניסט, האָט פּלוצעם געשטעלט דאָס געזעץ צום אָפּשטימען, ניט געבנדיק קיין מעגלעכקייט אַרומצורעדן די הונדערטער באַמערקונגען, וועלכע עס האָבן פֿאָרמולירט אָפּאָזיציאָנעלע דעפּוטאַטן. בעת-מעשׂה האָבן זיך אייניקע דעפּוטאַטן געשלאָגן — אַ געשלעג מאַכט זיך אין דער ראַדע גאַנץ אָפֿט, בפֿרט ווען די רייד גייט וועגן דער שפּראַך.
ס’איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן, וואָס וועט געשען ווײַטער. מע רעדט שוין אַפֿילו וועגן פֿאַרטערמיניקע פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן. ווי דער שטייגער איז אין אוקראַיִנע, אָנהענגער און קעגנער פֿון דעם געזעץ פֿאָרן זיך צונויף אין קיִעוו, כּדי אַזוי אָדער אַנדערש ווירקן אויף דעם פּרעזידענט און זײַנע ראָט-געבער. זומער־צײַט איז אין דרויסן וואַרעם, אַזוי אַז מענטשן קענען בלײַבן אין דרויסן גאַנצע מעת-לעתן.
עס גלייבט זיך ניט, אַז אַזאַ דורכגעטריבענער מענטש ווי וויקטאָר יאַנוקאָוויטש האָט ניט פֿאָרויסגעזען אַזאַ רעאַקציע אויף דער אָפּשטימונג. דערווײַל גייט דאָך אַלץ לויט אַ סצענאַר, וואָס איז שוין ניט איין מאָל געווען רעאַליזירט אין אוקראַיִנע. אפֿשר וועט דער פּרעזידענט צוּוואַרטן עטלעכע טעג, כּדי אָפּצושאַצן דעם פֿאַרנעם פֿונעם שטורעם.
ווי עס זאָל ניט זײַן, זעט מען אין אוקראַיִנע די גאַנצע צײַט נאָכווייטיקן פֿון דער קרענק, וואָס די מדינה האָט באַקומען פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. דער מערבֿ און דער מיזרח האָבן געלעבט אָפּגעפֿרעמדט איינער פֿון דעם אַנדערן אין די סאָוועטישע צײַטן, און די צוויי יאָרצענדליק פֿון אומאָפּהענגיקייט האָבן דעם מצבֿ ניט שטאַרק געביטן. און די איצטיקע עסקאַלאַציע פֿון דער שפּראַך־מלחמה ווײַזט עס זייער בולט.
צו מאָל הייב איך אָן טראַכטן: אויף וועלכער זײַט בין איך? און קיין ענטפֿער האָב איך ניט. ס’איז קלאָר, אַז דאָס געזעץ האָט מען דורכגעפֿירט ניט שיין, און שיינקייט איז בכלל ניט אין דער נאַטור פֿון אוקראַיִנישער פּאָליטיק (צי אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן פּאָליטיק?). גלײַכצײַטיק שפּיגלט אָפּ דאָס געזעץ די רעאַלקייט פֿון דער טראַגישער צעטיילונג אין לאַנד, וואָס איז צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן פֿון בוימל און וואַסער, וואָס מישן זיך בשום-אופֿן ניט צונויף.