אינעם חומש "במדבר" זענען פֿאַראַן דרײַ פּרשיות, וועלכע טראָגן נעמען פֿון געוויסע מענטשן: "קורח", "בלק" און "פּינחס".
קורח האָט אָרגאַניזירט אַ בונט קעגן משה רבינו, טענהנדיק, אַז אַלע ייִדן זענען גלײַך און פֿאָדערן נישט קיין היעראַרכישן פֿירער. ער אַליין האָט אָבער געוואָלט איבערנעמען די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימלישן פֿײַער.
פֿונדעסטוועגן, ווי עס שטייט אינעם מדרש, וועט קורח דינען ווי אַ כּהן־גדול בײַ תּחית־המתים. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז קורחס עצם־געדאַנק קעגן היעראַרכיעס איז געווען אַ הייליקער, הגם ער איז געווען אויסגעמישט מיט פֿאַלשע כּוונות, און געהערט צו משיחס צײַטן, ווען די גאַנצע וועלט וועט טאַקע פֿאַרשטיין, אַז יעדער מענטש איז אוניקאַל און הייליק. אין זײַן תּקופֿה, האָט משה רבינו געמוזט אָרגאַניזירן די ייִדישע געזעלשאַפֿט אויף אַ נישט־אידעאַלן אופֿן, כּדי דער עולם זאָל עס קאָנען פֿאַרשטיין. הגם קורח איז געווען אַ סתּירותדיקע פֿיגור, האָט ער פֿאַרדינט פֿאַר זײַנע משיחישע געדאַנקען אַ פּרשה, וואָס טראָגט זײַן נאָמען.
די פֿאָריקע פּרשה, "בלק", טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ נאָך מער סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. בלק איז געווען אַ קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געוואָלט ברענגען די ייִדן אַ היזק און אַרויסגעוויזן אין דעם אַן אויסערגעוויינטלעכע דערפֿינדערישקייט. צוערשט, האָט ער געבעטן דעם באַרימטן כּישוף־מאַכער בלעם צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. בלעם האָט עס אָבער נישט געוואָלט דורכפֿירן, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים נישט געלאָזט. אַדרבה, בלעם האָט אַרויסגעזאָגט אַ נבֿיאישע ברכה, וועלכע איז אַרײַן אינעם סידור — בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דאַוונען אין דער פֿרי.
דערנאָך, האָבן בלעם און בלק צוגעטראַכט אַן אַנדער כיטרע, שלעכטע עצה, און אַרײַנגעשיקט צו די ייִדן אינעם מידבר עטלעכע פֿרויען פֿון מדין, זיי זאָלן פֿאַרפֿירן די מענער און פֿאַרשפּרייטן עבֿודה־זרה. די עצה האָט געפּועלט, און אינעם ייִדישן לאַגער האָט זיך אָנגעהויבן אַ מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט ווען פּינחס, אַהרן הכּהנס אייניקל, האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד אַ ייִדישן מאַן מיטן נאָמען זמרי, בעת ער האָט געהאַט אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט אַ מואבֿישער פֿרוי מיטן נאָמען כּזבי.
צוליב דער דאָזיקער אַקציע האָט פּינחס פֿאַרדינט צו ווערן אַ כּהן. די מעשׂה איז געשען נאָך דעם, ווי אַהרנס זין זענען געוואָרן כּהנים און האָבן באַקומען די כּהונה בירושה פֿאַר זייערע קומענדיקע קינדער; פּינחס איז אָבער געבליבן, בײַם אָנהייב, אַ פּשוטער לוי. צוליב זײַן קנאָות, האָט ער אָבער אויך באַקומען די כּהונה פֿאַר זיך און פֿאַר זײַנע זין, ווי אַ ספּעציעלער אויסנאַם.
פּינחס ווערט אָפֿט באַטראַכט אין די מדרשים און אַנדערע הייליקע ספֿרים, ווי אַ העלד און אַ מוסטער פֿון הייליקייט. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זאָגן, אַז ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, אינעם חומש "במדבר" טראָגט אַ גאַנצע פּרשה זײַן נאָמען. ווי מיר האָבן שוין עטלעכע מאָל באַטאָנט, ווערן אין דעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה כּסדר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע אומגעוויינטלעכע און אויסנעמלעכע סיטואַציעס, און בכלל די דיאַלעקטישע באַציִונג צווישן די אָרדינאַרע און אויסעראָרדנטלעכע עלעמענטן פֿונעם לעבן.
על־פּי־חז״ל, איז כּזבי, די דערהרגערע פֿרוי, געווען בלקס טאָכטער — די מואבֿישע פּרינצעסין. הגם בלק איז געווען אַ רשע, האָט ער אַרויסגעוויזן אַן אויסערגעוויינטלעכע דרייסטקייט און אַן עכטע מסירת־נפֿש אין זײַנע אַקציעס. רות, די באַרימטע מואבֿישע גיורת, האָט געשטאַמט פֿון בלקן, און האָט איבערגעגעבן דעם דאָזיקן קוראַזש צו איר אייניקל, דוד־המלך. צוליב דעם, וואָס בלק האָט אַרויסגעוויזן אַ קערנדל פֿון משיחישער דרייסטקייט — הגם, אויף אַ נעגאַטיוון און דעסטרוקטיוון אופֿן — טראָגט אַ גאַנצע פּרשה זײַן נאָמען.
אַז מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אָבער פּינחס — נישט געקוקט אויף זײַן הייליקייט און העלדישקייט — אויך גאָר אַ סתּירותדיקער פּערסאָנאַזש. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, אַז צווישן די נעמען פֿון די פּרשיות אינעם חומש "במדבר" געפֿינט ער זיך נאָך קורחן און בלקן.
רבי יונתן אייבערשיץ, דער איזשביצער רבי און אַ צאָל אַנדערע מפֿרשים דערקלערן, אַז זמרי איז נישט געווען קיין פּשוטער גראָבער יונג. ער איז געווען דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון און האָט זיך ביז דער מעשׂה מיט כּזבי געפֿירט גאַנץ ערנסט און באַשיידן. כּזבי, ווי אַ פּרינצעסין, איז אויך נישט געווען קיין אויסגעלאַסענע פֿרוי, נאָר זי האָט געפֿאָלגט איר טאַטנס באַפֿעל. על־פּי־קבלה, איז זי געווען אַ גילגול פֿון דינה — יעקבֿ־אָבֿינוס טאָכטער.
ווען זמרי האָט דערזען כּזבי, האָט ער זיך פּלוצעם פֿאַרליבט אין איר און פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז זײַן באַשערטע. דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן, אַז ער מעג טאָן מיט איר וואָס מע וויל, אַפֿילו בפֿרהסיא. אַזאַ ווילדע אויפֿפֿירונג איז אָבער געווען זײַן גרויסער טעות. ווען פּינחס וואָלט זיך טיף פֿאַרטראַכט, וואָלט ער אויך פֿאַרשטאַנען, אַז אינעם ראָמאַן צווישן זמרי און כּזבי שטעקט אַ טיפֿערע סיבה, ווי סתּם תּאווה. ער איז אָבער געוואָרן אין כּעס און דורכגעשטאָכן דאָס פּאָרפֿאָלק אויף טויט מיט אַ שווערד.
על־פּי־הלכה, אויב אַ ייִד פֿירט אַ בפֿירוש אויסגעלאַסענע ליבע מיט אַ פֿרוי, וואָס דינט אַן עכטע עבֿודה־זרה, אין אַן אָרט, וווּ אַ גאַנצער מנין ייִדן זעט, וואָס זיי טוען, מעג מען זיי ביידע, טעאָרעטיש, דערהרגענען. פֿונדעסטוועגן, ווי עס דערקלערן די פּוסקים, איז בעסער נישט דערציילן אַזאַ הלכה אַ פּשוטן מענטש. דערצו, האָט דער מאַן, וואָס זינדיקט מיט אַ פֿרוי, דאָס רעכט צו דערהרגענען דעם אָנפֿאַלער. אויב זמרי וואָלט דערהרגעט פּינחסן, וואָלט מען אים נישט געמישפּט.
אַ גאַנצע ריי תּנאָים און אַ געוויסע אומבאַקוועמקייט, מיט וועלכער די דאָזיקע מעשׂה ווערט דערמאָנט אין די הלכה־ספֿרים, ווײַזט אָן, אַז הגם פּינחס האָט אַרויסגעוויזן זײַן קנאָות לשם־שמים און אַפֿילו פֿאַרדינט פֿאַר דעם די כּהונה, איז זײַן אַקציע געווען אַן אוניקאַלער אויסנאַם, און נישט אַ מוסטער צו פֿאָלגן.
ווײַטער אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט באַפֿולמעכטיקט זײַן תּלמיד, יהושע בן נון, ווי דעם קומענדיקן מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווי עס ווערט דערציילט אינעם "ספֿר־יהושע", האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער מלחמה קעגן די כּנענים, וועלכע ווערט אויך באַטראַכט אין דער הלכה ווי אַן אוניקאַלער פֿאַל פֿון גוואַלד־אַקציעס, וואָס מע טאָר נישט איבערחזרן.
ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַזאַ מענטש, ווי קורח, מיט זײַנע פֿאַלשע פּאָפּוליסטישע לאָזונגען און סיכסוכים מיט משה רבינו, פֿאַר וועלכע ער האָט פֿאַרדינט אַ הימלישן שטראָף, איז נישט געווען אַ גוטער מוסטער צו פֿאָלגן. ס׳איז נאָך גרינגער צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס בלק, אַ בפֿירושער שׂונא־ישׂראל, איז זיכער נישט געווען קיין צדיק. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז פּינחס איז, אין אַ געוויסן אַספּעקט, נאָך מער סתּירותדיק — דווקא צוליב דעם, וואָס ער איז טאַקע געווען אַ צדיק.
ווען עס גייט אַ רייד וועגן בפֿירושע רשעים, איז קלאָר, פֿאַרוואָס מע טאָר נישט איבערחזרן זייערע מעשׂים. ווען מע לערנט אָבער אָפּ לימודים פֿון צדיקים, מוז מען זײַן צומאָל נאָך מער פֿאָרזיכטיק; מע מוז פֿאַרשטיין, אַז געוויסע מעשׂים זענען געווען פֿאַרשטענדלעך בלויז אין אַ געוויסן אוניקאַלן היסטאָרישן קאָנטעקסט.