|
אליעזר פֿרענקעל מיט יעקבֿ גראָפּער, 1965 |
|
דער נאָמען אליעזר פֿרענקעל איז אפֿשר נישט באַקאַנט דער ברייטער ייִדיש־וועלט, אָבער אין דער ענגער רומעניש־ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך בין אויסגעוואַקסן, איז ער געווען אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט. ווען מע גיט צו צו דער סבֿיבֿה דעם אַדיעקטיוו "טעריטאָריאַליסטישע...", ווערט זי נאָך קלענער. ער, און זײַן דעמאָלטדיקע פֿרוי וויטע, זענען אײַנגעשטאַנען בײַ אונדז אין בראָנקס, און בעת מײַנע וויזיטן קיין ישׂראל, בין איך תּמיד צוגעפֿאָרן אים צו באַזוכן. זײַן דירה אין אַשקלון האָט ער אָנגעפּאַקט מיט ביכער אויף כּלערליי שפּראַכן — ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש און רומעניש — און האָט אָפּגעשפּיגלט זײַן ביבליאָפֿיליע; מע קען עס אַפֿילו אָנרופֿן ביבליאָמאַניע. פֿרענקעלס געדרוקטע עסייען זענען צעוואָרפֿן אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן, האָט דער "פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון יעקבֿ גראָפּער" אין ישׂראל געטאָן אַ מיצווה און זיי צונויפֿגענומען אין איין צוויי־שפּראַכיקן (ייִדיש/העברעיִש) באַנד "אליעזר פֿרענקעל: אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע שריפֿטן און פֿון אַרטיקלען וועגן אים".
פֿון ד״ר יאַנקו שעכטערס אַרײַנפֿיר־וואָרט (פֿריִער אָפּגעדרוקט אין "אויפֿן שוועל") דערוויסן מיר זיך אַ ביסל וועגן אליעזר פֿרענקעלס לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1920 אין פּאָדעלוי, לעבן יאַס. זײַן טאַטע איז געווען אַ מלמד. אין 1940 איז ער געווען אַ לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין אַן "אָרט"־שול אין יאַס, און האָט אַרויסגעגעבן אַ לערנבוך פֿאַר שפּראַך. אַפֿילו בעת דער מלחמה האָט ער אין דער זעלבער שטאָט ווײַטער געלערנט די ייִדישע ליטעראַטור און שפּראַך מיט אַ צאָל יונגע־לײַט. ער האָט מיטגעמאַכט די מלחמה אין יאַס און דערנאָך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", מיט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג בראָש.
אין 1945 האָט פֿרענקעל, צוזאַמען מיט יצחק פּאַנער רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט לאַטײַנישע אותיות, ווײַל קיין ייִדישע אותיות האָט מען נישט געהאַט. די זעלבע אַנטאָלאָגיע מיט ייִדישע אותיות האָט מען אַרויסגעגעבן עטלעכע יאָר שפּעטער אין בוקאַרעשט, וווּ ער האָט זיך באַזעצט נאָך יאַס.
פֿרענקעלס אידעען מכּוח פֿאָלק און שפּראַך האָט ער אויסגעדריקט אין זײַן "פֿירוואָרט" (1945), און בפֿרט אינעם עסיי "צו דער פֿראַגע וועגן צוקונפֿט פֿון ייִדיש" (1947) וואָס ווערן אַרײַנגענומען אין דעם באַנד. זײַנע עסייען איז כּדאַי צו לייענען נישט נאָר צוליב די געדאַנקען, נאָר אויך צוליב זײַן פֿײַנעם סטיל, וואָס שפּיגלט אָפּ סײַ זײַן סענסיטיווקייט צו אַ מאָדערנעם ייִדיש, סײַ זײַן פֿאַרוואָרצלטקייט אין אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה.
אין 1961 האָט פֿרענקעל עולה געווען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין אַשקלון. כאָטש ער האָט נישט פֿאַרענדיקט זײַן דאָקטאָראַט וועגן אליעזר שטיינבאַרג בײַם "העברעיִשן אוניווערסיטעט", זײַנען אַרויסגעקומען פֿון זײַן פֿאָרשונג אויף דער טעמע עטלעכע אַרטיקלען, וואָס ווערן אַרײַנגענומען אין דעם באַנד. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז הײַנט מיט קאָמפּיוטערס און מיט "גוגל" וואָלט אַ פֿאָרשער געקאָנט זיך אײַנשפּאָרן אַ סך מי און צײַט בײַם שרײַבן "צו די מקורים פֿון מקרא און חז״ל אין אליעזר שטיינבאַרגס ווערק" (1972). פֿרענקעלס מוח האָט געהאַט, זעט אויס, עפּעס "קאָמפּיוטערדיקס" אין זיך, און אַלע ליבהאָבער פֿון שטיינבאַרגס "משלים" וואָלטן געדאַרפֿט לייענען די דאָזיקע אַרבעט, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם ליטעראַרישן קאָנטעקסט פֿון אונדזער גרויסן משלים־שרײַבער.
אינעם אַרטיקל "וועגן אונדזער לעבן אין די ביכער" און "וועגן עטלעכע ייִדישע געשטאַלטן בײַם רומענישן שרײַבער מיכאַיִל סאַדאָווענאַנו" שרײַבט פֿרענקעל וועגן דעם "ייִדיש־רומענישן" און סתּם "רומענישן שבֿט"; טעמעס וואָס זענען אים נאָענט געווען צום האַרצן. די ליבשאַפֿט צו רומעניע און צו דער רומענישער ליטעראַטור האָט אויך געהאַט דער פּאָעט יעקבֿ גראָפּער, און פֿרענקעל האָט אַ סך צײַט אָפּגעגעבן זײַן ליטעראַרישן עזבֿון און געשריבן אַן אַרײַנפֿיר צום באַנד גראָפּערס לידער, וואָס איז אַרויס אין 1978.
פֿרענקעל האָט איין ליד געדרוקט אינעם זשורנאַל די "גאָלדענע קייט", און די פּאָעמע "שמשון" ווערט אַרײַנגענומען אינעם באַנד — אַ פּאָעטישע שאַפֿונג געשריבן אין פֿרײַע פֿערזן אין דער ערשטער פּערזאָן — מיטן קול פֿון שמשון הגיבור —
מיט טענץ, מיט פּויק און געזאַנג,
פֿלעגן מיך באַגעגענען די טעכטער
פֿון שבֿט דן:
"שמשון, דו,
גבֿורה פֿון זונאויפֿגאַנג!
אין נל שורק רינען מער נישט קיין וואַסערן,
נאָר דאָס בלוט פֿון די פּלישטים.
די רויבפֿייגל פֿליִען נאָך דיר
און דו האָדעוועסט זיי מיט פּגרים פֿון פּלישתּים.
גיבור אונדזערער,
פֿון מרחקים פֿילט דיך דער לייב
און קערט זיך אום פֿון וועג —
די צווייטע העלפֿט פֿונעם בוך נעמט אַרײַן אַרטיקלען וועגן אליעזר פֿרענקעל און ערשט אין דעם אַרטיקל — "וויזיאָנער" פֿון טודאָר אַרגעזי זעט מען ווי די דרויסנדיקע וועלט האָט רעאַגירט אויף פֿרענקעלס טעריטאָריאַליסטישער וויזיע — מען איז סימפּאַטיש צום געדאַנק, און נאָך מער צו די מענטשן וואָס האַלטן אָן אַזאַ אידעע, אָבער אין תּוך בלײַבט מען סקעפּטיש, אַז מע קען אַזאַ פּלאַן אויספֿירן.
ווער וואָלט בעסער געקענט אָפּשאַצן פֿרענקעלס עמקות און קענטעניש אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן ווי דבֿ סדן? ס‘איז אַ פֿאַרגעניגן צו לייענען זײַן פּראָפֿיל "וועגן אַ ליטעראַטור־פֿיגור און אַרום איר: מכּוח אליעזר פֿרענקעל און זײַן באַטײַט". כאָטש סדן און פֿרענקעל געהערן צו אַנדערע דורות האָבן זיי ביידע געשלונגען כּלערליי ביכער במשך פֿונעם לעבן, און זיי איבערגעקאָכט. אין שלמה ביקלס זכרונות אין דעם באַנד וועגן פֿרענקעלן, פֿאַרשטייט דער מחבר די וויכטיקייט פֿון אַזאַ טיפּ ווי פֿרענקעל ממשיך צו זײַן אונדזער קולטור דורך זײַן התפּעלות.
"ייִראת־הכּבֿוד האָט געשטראַלט פֿונעם פּנים פֿון דעם פֿעסטן און הויכן מאַן, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די כאַראַקטעריסטישע באַציִונג פֿון יונגע געלערנטע און שרײַבערס צו די גײַסטיקע ווערטן, וואָס וואַרטן מע זאָל זיי שעפֿעריש באַאַרבעטן און אויספֿאָרשן".
כאָטש ער איז מער נישט געווען קיין יונגער־מאַן ווען איך האָב אים געקענט, איז דער ענטוזיאַזם פֿון אליעזר פֿרענקעל פֿאַר ייִדיש, דער ייִדישער ליטעראַטור, "שבֿט ייִדיש־רומעניע" נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן מיט די יאָרן און האָט אָנגעשעטקט יעדן וואָס האָט אים געקענט. דער נײַער אָפּקלײַב פֿון זײַנע שריפֿטן וועט דינען ווי אַ פּאַסיקע דערמאָנונג אין זײַן צושטײַער צו דער ייִדיש־וועלט.