זכרונות

יודל מאַרק
יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער טאַטע איציק

איצט קום איך צו דעם עלטסטן זון פֿון מײַן זיידע שמואל, [וואָס] האָט געהייסן איציק. אין זײַנע צײַטן איז שוין אין פּאַלאָנגע געווען אַנטוויקלט די גאַנצע אַרבעט פֿון בורשטין. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1870 [און] איז געוואָרן בר־מיצווה אין 1883. אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער זייער אָרעמער משפּחה, איז ער, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך נאָך 1883 אַוועק ווי אַ לערן־ייִנגל אין איינער פֿון די פֿאַבריקן אין דער דאָזיקער שטאָט. כּמעט אַלע ייִדן האָבן שוין דעמאָלט געאַרבעט אין פֿאַבריקלעך, וווּ מע האָט אויסגעאַרבעט די פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן פֿון בורשטין. האָט מײַן פֿאָטער איציק געקראָגן ווייניק בילדונג — וויפֿל האָט ער געקאָנט קריגן אין פּאַלאָנגע ביז בר־מיצווה? ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בורשטין בײַ זײַנעם אַ פֿעטער, וואָס האָט געהייסן הערצע. דער דאָזיקער הערצע, [אָדער] הערצל, איז געווען אַ ברודער פֿון שמואל. אָבער דער הערצל איז גאָר ניט געווען ענלעך אויף דעם ברודער, [ווײַל ער] האָט אין די יונגע יאָרן אַ סך געלערנט תּלמוד.
דער וואָס האָט געבראַכט די גאַנצע פּראָדוקציע פֿון בורשטין אין פּאַלאָנגע איז געקומען ווײַט פֿון אוקראַיִנע, און געהייסן האָט ער [מאָריץ] בעקער. ער איז געווען אַ געניאַלער מענטש און ער האָט זיך דערטראַכט צו דעם, אַז מע קען געפֿינען בורשטין טיף אין דר’ערד. ווען ער האָט, אַזוי צו זאָגן, זײַנע אַלע אידעעס פֿאַרקויפֿט דער פּרײַסישער רעגירונג, האָט די פּרײַסישע רעגירונג אַרום קעניגסבערג אויפֿגעשטעלט גראָבערײַען אויסצוגראָבן פֿון אונטער דעם זאַמד בורשטין, און ער האָט געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט זיי. ער האָט געקראָגן אַ באַלוינונג און אַלצדינג, און איינער פֿון די אָפּמאַכן איז געווען, אַז נאָר זײַנע קינדער וועט מען פֿאַרקויפֿן דעם בורשטין. דער דאָזיקער בעקער מיטן געניאַלן געדאַנק, אַז מע וועט געפֿינען בורשטין אין זאַמד, איז געווען אין פּאַלאָנגע און ער האָט געהאַט אַ ים מיט טעכטער: פֿינף, זעקס, אפֿשר מער. און ער האָט די טעכטער חתונה געמאַכט פֿאַר אַ צאָל גוטע יונגע־לײַט. און זײַנע אַלע איידעמס זײַנען געוואָרן די פֿאַבריקאַנטן פֿון בורשטין. איז איינער פֿון זײַנע איידעמס געווען מײַן טאַטעס אַ פֿעטער: הערצע. און דער הערצע האָט צוגענומען מײַן טאַטן צו זיך אין דער פֿאַבריק וואָס ער האָט געהאַט, און הערצע איז געווען דער גרעסטער, אָדער פֿון די גרעסטע, פֿאַבריקאַנטלעך.
מײַן טאַטע האָט אויסגעלערנט זיך דעם דאָזיקן פֿאַך אויסערגעוויינטלעך גוט. ווי אַ בעל־מלאָכה האָט דער טאַטע געהאַט זייער אַ זיכערע האַנט. ווען עס קומט אַ גרויסע שטיק בורשטין, דאַרף מען עס צעשנײַדן, און בײַם צעשנײַדן, ווי נאָר מע גיט אַ דריי, קען אַוועק אַ שפּליטער — בורשטין ברעכט זיך גרינג. און ניט נאָר בײַם צעשנײַדן: מע צעשנײַדט עס און עס באַקומט זיך, לאָמיר זאָגן, עפּעס אַזוינס וואָס דערמאָנט אַ פֿינגער. דאַרף מען דורכדרילן אויף צו מאַכן די מונדשטוקן אויף צו רייכערן. דורכדרילן איז נאָך שווערער; בײַם דורכדרילן דאַרף מען זייער, זייער גלאַט גיין — ווי נאָר מע גיט אַ ציפּ מיט דער האַנט, צעברעכט זיך עס. און ער איז געווען אַ גוטער צעשנײַדער, אַ גוטער דרילער פֿון בורשטין.
געלעבט אייגנטלעך האָט ער מיט דער אידעע, ער וועט לעבן בײַ דעם פֿעטער הערצע, [אַז] דאָס איז זײַן פּרנסה. [אָבער] דער פֿעטער הערצע האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַן אָפּטיילונג אין מאָסקווע, וווּ מע זאָל קענען פֿאַרקויפֿן די אויסאַרבעטונגען פֿון בורשטין. האָט ער אַהין אַוועקגעשיקט זײַן פּלימעניק, ווען ער איז געווען אַ ייִנגל פֿון 17—18 יאָר. איז מײַן טאַטע געקומען אין מאָסקווע, וווּ ער האָט געדאַרפֿט פֿאַרקויפֿן זײַן פֿעטערס בורשטין און וווּ ער האָט געדאַרפֿט [אַ מאָל] פֿאַרריכטן עפּעס. למשל, מע פֿאַרקויפֿט קרעלן: קען עפּעס איינע אָדער ערגעץ וווּ אַן אַנדער קרעל זיך צעברעכן — דאַרף מען עס איבערציִען, אָדער מע קען מאַכן פֿון אַ גרעסערער קרעל אַ קלענערע. דאָס איז געווען זײַן אַרבעט און ער האָט אָפּגעלעבט אין מאָסקווע איבער פֿיר יאָר, אין דעם עלטער פֿון 17 און אַ האַלב, למשל, ביז דעם עלטער פֿון 22.
די יאָרן אין מאָסקווע זײַנען געווען מײַן פֿאָטערס לערן־יאָרן. אין מאָסקווע האָט ער זיך צוגעלערנט אַ סך העברעיִש, און ער האָט זיך אויסגעלערנט לייענען די השׂכּלה־ליטעראַטור. ס׳איז געווען אַ שרײַבער סמאָלענסקי און נאָך [אַנדערע], וואָס האָבן געשריבן די ערשטע העברעיִשע ראָמאַנען אין די 1860ער, 1870ער, און אויך אין די 1880ער יאָרן. אין מאָסקווע איז ער געוואָרן אַן אומגלייביקער — אַן עקסטרעמער ניט־גלייביקער, אַן אַטעיִסט. ער האָט זיך אויסגעלערנט רוסיש ([כאָטש] ער האָט אַלע מאָל גערעדט רוסיש מיט גרײַזן) און געלייענט אַ סך פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, די רוסישע זשורנאַלן, די טעגלעכע צײַטונגען.
אָבער אין 1892 האָט די רוסישע רעגירונג אַרויסגעטריבן ייִדן פֿון מאָסקווע. מײַן טאַטע איז געקומען צוריק צו זיך אין שטעטל אַן אַפּיקורס, מיט אַ ביסעלע וואָנצעס, מיט אַ פּיצעלע בערדעלע, עפּעס וואָס נאָך געבליבן, וואָס האָט שוין געקענט לייענען די השׂכּלה־ליטעראַטור, געקענט זיך צונויפֿרעדן אויף רוסיש. ער שפּאַצירט די ערשטע טעג אין דעם שטעטל, איז ער אַרײַנגעקומען אין דעם קרעמל, וווּ מײַן מאַמע איז געשטאַנען, און געקויפֿט עפּעס וואָס — [אפֿשר] פּאַפּיראָסן. און ער האָט געזען די מאַמע און ער האָט זיך פֿאַרליבט אין איר. זי איז געווען זײַן גליד־שוועסטער־קינד און די טאָכטער פֿונעם רבֿ. פֿאַרשטייט זיך, ער האָט געוואָלט מיט איר, און זי האָט אויך געוואָלט מיט אים, חתונה האָבן.


אַ חתונה אין דייטאָן, אָהײַאָ

מײַן זיידע איז געווען אַזאַ מין מאָדנער רבֿ, און מײַן מאַמע האָט שוין אין די יונגע יאָרן זיך אויסגעלערנט דײַטש — דײַטש איז געווען איר קולטורשפּראַך. מײַן מאַמע האָט געלייענט שילער (דעמאָלט איז דער הויפּט־גאָט געווען ניט געטע און ניט הײַנע, [נאָר] שילער; שילערס "גלאָקע" און נאָך אַנדערע שילערס זאַכן האָט מען געקענט אויף אויסנווייניק. און דאָ איז געקומען דער דאָזיקער יונגערמאַן — וואָס טוט מען אויף אַזאַ אומגליק אין דער משפּחה? דאָס מיידל וויל, דער בחור וויל, און פֿאַרשטייט זיך, דער זיידע שמואל האָט קיין דעה ניט געהאַט, און אויף דעם בחור האָט איצט שוין קיינער קיין דעה ניט געהאַט — ער קומט פֿון מאָסקווע אַ גאַנצער משׂכּיל.
דערווײַל זײַנען שוין אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע מײַן זיידנס צוויי זין, שײַע און לייבל. איז געוואָרן פֿאַר אים קלאָר, ס׳איז דאָ איין מיטל זיך צו ראַטעווען פֿון דעם דאָזיקן שידוך: אַוועקפֿאָרן קיין אַמעריקע. איז מײַן זיידע און מײַן באָבע מיט זייער טאָכטער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע צו זייערע צוויי זין, קיין סינסינעטי. זיי זײַנען געווען אַ קורצע צײַט אין סינסינעטי און ער האָט געקראָגן אַ שטעלע בײַ אַ רבֿ אין דייטאָן, און ער איז אַריבער פֿון סינסינעטי אין דייטאָן, אָהײַאָ. דאָס איז מסתּמא געווען אין דעם יאָר 1893, אפֿשר 1894. וואָס זשע האָט געטאָן מײַן טאַטע? מײַן טאַטע איז, אַ קורצע צײַט נאָך דעם ווי זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, אויך אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. און ער איז געקומען צו זיי אין דייטאָן. דאָ איז שוין געווען ניט מעגלעך עפּעס וואָס אַרויסצוראַטעווען פֿון דער סיטואַציע, און אין 1895 האָט מײַן טאַטע מיט מײַן מאַמען חתונה געהאַט אין דייטאָן, אָהײַאָ. זייער אַן אָפּגעריבן בילד פֿון דעם, ווי דער חתן און די כּלה האָבן אויסגעזען, איז דאָ בײַ מיר אין דער היים. דעמאָלט האָבן זיך אויך פֿאָטאָגראַפֿירט דער זיידע מיט דער באָבען.
מײַן טאַטע איז געקומען, חתונה געהאַט, מע דאַרף נאָך דעם זען חיונה. שײַע האָט שוין געהאַט אַ קליין קרעמעלע פֿאַר זיך געמאַכט ערגעץ וווּ אין אַ ייִדישער געגנט אין סינסינעטי, און דער לייבל, זײַן ייִנגערער ברודער, איז נאָר געווען אַ פּעדלער אַרום סינסינעטי. האָט מען באַזאָרגט פֿאַר מײַן טאַטן אויך וואָס אַ פּעדלער דאַרף מיטנעמען [און] מע האָט אים געלאָזט גיין פּעדלען. האָט דער טאַטע געפּעדלט אַ פּאָר טעג און באַשלאָסן, ער מעג שטאַרבן דאָ פֿון הונגער, ער וועט ניט פּעדלען. ער קען ניט — ער, דער גרויסער ספּעציאַליסט אין בורשטין אאַז"וו; הכּלל, ער וועט ניט פּעדלען. וואָס זשע וועט ער סוף־כּל־סוף טאָן? ער וועט פֿאָרן צוריק אין פּאַלאָנגע, [וווּ] ער וועט כאָטש האָבן פּרנסה. איז אין דעם זעלביקן יאָר פֿון דער חתונה, אין 1895, דער טאַטע געפֿאָרן צוריק אין פּאַלאָנגע מיט זײַן יונג ווײַב. (דער אונטערשייד אין יאָרן צווישן טאַטן און דער מאַמען איז געווען פֿיר יאָר. דער טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין 1870, די מאַמע — אין 1874.)
וואָס זשע האָט געקענט נאָך דעם טאָן דער זיידע, וואָס האָט זיך געפֿילט אַזוי שלעכט, אַז ער דאַרף לעבן פֿון דעם, וואָס עס פֿאַרדינען מענטשן וואָס זײַנען מחלל־שבת? האָט ער באַשלאָסן, ער וועט אויך פֿאָרן צוריק. אַ ביסל שפּעטער, אין אָנהייב פֿון 1896, איז ער מיט זײַן ווײַב געפֿאָרן צוריק, [אָבער] די ביידע זין זײַנען געבליבן אין סינסינעטי; איינער, אפֿשר ביידע, האָבן שוין חתונה געהאַט. דער זיידע, ווען ער איז געפֿאָרן צוריק, איז גלײַך נאָכן קומען קראַנק געוואָרן. ער איז קראַנק געוואָרן אויפֿן מוח, געהאַט אַ וווּקס ערגעץ וווּ אויפֿן מוח. איצט מאַכט מען דאָך מוח־אָפּעראַציעס, דעמאָלט איז דאָס געווען אַ שווערע, אַן אומהיילבאַרע קראַנקייט. מען האָט נאָך נישט געהאַט קיין "עקס־ריי" [רענטגען], אַזוי גענוי גוט האָט מען ניט געוווּסט; קיין אָפּעראַציע האָט מען ניט געמאַכט, אָבער גלײַך איז געוואָרן צעשעדיקט דער ריידצענטער און ער האָט זייער אַ סך זיך געמאַטערט. למשל, ער וויל האָבן אַ מעסער, ער בעט אַ מעסער, אָבער בעטן בעט ער אַ גאָפּל אָדער אַ טעלער. עס איז קיין מאָל ניט געווען אָט אָ דאָס וואָרט וואָס ער האָט געוואָלט זאָגן, נאָר עפּעס וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות צו דעם, און דאָס האָט אים געמאַכט משוגע נערוועז. ווײַל ער האָט אַליין ניט געקענט וויסן, אַז ער האָט דאָ עפּעס וואָס פֿאַרפּלאָנטערט. האָט ער די לעצטע עטלעכע חדשים פֿון זײַן לעבן זייער שטאַרק זיך געמאַטערט און ער איז געשטאָרבן יונגערהייט. נאָך קיין פֿולע 60 יאָר נישט געווען.


משהס זין — אַן אינטערנאַציאָנאַלע משפּחה

משה האָט געהאַט ניט נאָר דעם זון יודל, [ער] האָט געהאַט אויך אַ זון לייב, אַ זון שמואל, און נאָך אַ זון, וואָס איך ווייס אַפֿילו ניט זײַן נאָמען. לייב איז אַוועקגעפֿאָרן לערנען אין אַ גרויסער שטאָט, גראָדנע. דאָס איז געווען היפּש ווײַט פֿון אונדז; גראָדנע איז שוין אין ווײַסרוסלאַנד, דרומדיקער פֿון ווילנע. און אין גראָדנע האָט ער חתונה געהאַט און [דאָרט] האָט ער געהאַט אַ טאַרטאַק — אַ טאַרטאַק הייסט אַ מיל צו זעגן, וווּ מע זעגט ברעטער און נאָך אַזעלכע זאַכן, מע צעזעגט גרויסע ביימער אויף באַזונדערע קלעצער. ס’איז געווען אַ גוטע פּרנסה, ס׳איז אים זייער פֿײַן געגאַנגען. ער האָט געהאַט אַ גאַנץ גרויסע משפּחה — זײַנע אייניקלעך האָב איך געקענט. איינער האָט געהייסן אַהרן און אַ צווייטער האָט געהייסן בער.
דער אַהרן איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעך שיינער מאַן, דער שענסטער פֿון אונדזער גאַנצער משפּחה וואָס איז ווען עס איז געווען. און דער אַהרן איז געווען אַ הייסער ייִדישיסט — אַ פּויליש־ייִדישן ווערטערבוך האָט ער צונויפֿגעשטעלט. ער האָט איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש אויף ייִדיש "זשאַן קריסטאָף", און ער איז געוואָרן דער לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין דער ווילנער גימנאַזיע. אָבער ער איז זייער יונג געשטאָרבן, האַרט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַן ייִנגערער ברודער האָט געהייסן בער מאַרק. ער איז געווען אַ גרויסער קנאַקער, אַ קאָמוניסטישער, אַ פֿירער פֿון די קאָמוניסטן אין פּוילן. אַ היסטאָריקער, ער האָט שפּעטער זיך פֿאַרנומען מיט דער געשיכטע פֿון חורבן, בכלל מיט דער געשיכטע פֿון פּוילן. און גאָר אויף די עלטערע יאָרן האָט ער גענומען גיין אויף צוריק. ער האָט געליטן פֿון דעם אויך, וואָס ער איז אין גאַנצן, אָדער כּמעט אין גאַנצן, בלינד געוואָרן. געוויסע זאַכן חזרן זיך איבער אין אַ משפּחה: מײַן זיידנס קראַנקייט האָט זיך איבערגעחזרט אויף איינעם פֿון זײַנע אייניקלעך. און יענער מענדל, וואָס איז געווען דער קאָנטראַבאַנדיסט, איז אויך בלינד געוואָרן. מסתּמא איז פּשוט געווען אַ קאַטאַראַקט, וואָס מע האָט ניט געקענט דעמאָלט אַזוי גוט אַראָפּנעמען — איצט וואָלט מען זיכער געקענט מאַכן אָפּעראַציעס. אָבער ער האָט געליטן פֿון דעם וואָס ער האָט כּמעט ניט געקענט לייענען, ניט געקענט שרײַבן. ער איז געשטאָרבן רעלאַטיוו מיט אַ קורצער צײַט צוריק, מיט אַ 5—6 יאָר צוריק [אין 1966]. בער און אַהרן מאַרק זײַנען מײַנע גליד־שוועסטער־קינדער.
דעם משהס אַ זון האָט געהייסן אויך שמואל. (דער נאָמען שמואל האָט זיך אַ סך מאָל איבערגעחזרט אין דער משפּחה — [די גאַנצע משפּחה האָט כּמעט תּמיד די זעלבע נעמען]). דער שמואל איז אַוועקגעפֿאָרן אין ענגלאַנד. [ער] האָט געהאַט אַ זון יודל, און דער זון יודל האָט געהאַט [צוויי] זין. זיי האָבן געהאַט אַ ברודער, יודל, לייב און שמואל האָבן געהאַט אַ ברודער. און דער זעלבער שמואל האָט געהאַט אַ זון יודל, וואָס איז געוואָרן אַ פֿירער אין דער ענגלישער "לייבאָר פּאַרטי" [אַרבעטער־פּאַרטיי].
שמואל האָט געהאַט אַ זון, וואָס איז אַוועק אין פֿראַנקרײַך, און ער האָט אין פֿראַנקרײַך אויסשטודירט אַן אינזשעניר, און געווען אַ גוטער מאַטעמאַטיקער. ער איז געוואָרן אַ גענעראַל אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי, אויפֿן געביט פֿון שאַפֿן געווער, גרעסערע קאַנאָנען. ער האָט אין גאַנצן געהאַט איבערגעריסן מיט דער משפּחה ניט נאָר, אַזוי צו זאָגן, אין מײַן דור, נאָר אין דעם דור פֿון מײַנע זיידעס. אויף דער עלטער האָט לייב, יודלס ברודער, באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן אין פּאַריז ווײַל מען דערציילט, אַז [יענער] איז געוואָרן זייער רײַך, און האָט געהאַט פֿאַרשיידענע דערפֿינדונגען געמאַכט און ער איז געווען אַזוי חשובֿ אין פֿראַנקרײַך, ספּעציעל אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי. [לייב] האָט זיך נאָר דערוווּסט, אַז ער איז געשטאָרבן. ער האָט זיך דערוווּסט, אַז ער האָט געהאַט אַ פֿראַנצויזיש ווײַב און אַז ער האָט געהאַט מיט איר קינדער. אָבער [לייב] האָט זיך ניט געקענט דערשלאָגן צו זיי, ווײַל ער האָט דאָך ניט געהייסן מער מאַרק. דאָס איז אַזאַ אָפּגעשטאָרבענער צווײַג. אינטערעסאַנט אָבער: דאָס זײַנען פֿיר ברידער, יעדער איינער — גאַנץ אַנדערש. יודל, וואָס איז געווען דער רבֿ; לייב, וואָס איז געוואָרן דער גרויסער הענדלער און סוחר; און שמואל וואָס איז געפֿאָרן אין איין לאַנד, און [יענער וואָס איז] געפֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד.

(המשך אין קומענדיקן נומער)