זכרונות

יודל מאַרק
יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער זיידע יודל — אַ מאָדנער רבֿ

מײַן זיידע יודל איז געווען אַ זייער טשיקאַווער מענטש. ער האָט יאָרן לאַנג נישט געוואָלט ווערן קיין רבֿ. אין פּאַלאָנגע גופֿא איז ער געוואָרן אַ דיין, אַ מין געהילף צו אַ רבֿ. צי מע האָט טאַקע אין פּאַלאָנגע געדאַרפֿט צום רבֿ אַ דיין, ווייס איך נישט. אפֿשר דערפֿאַר, [ווײַל] ער איז געווען אַ חשובֿער מענטש, אַ געבוירענער אין פּאַלאָנגע, פֿון דורות פּאַלאָנגער, האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ דיין. די באָבע האָט די גאַנצע צײַט געוואָלט, ער זאָל ווערן אַ רבֿ, און בשעת אין איר געבורטסשטאָט, אין פּלונגיאַן — דאָרטן וווּ זי האָט זיך געהאָדעוועט — איז געוואָרן באַקאַנט די פּאָזיציע פֿון אַ רבֿ, האָט זי אַזוי לאַנג געטענהט צו איר מאַן, אַז ער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע און ער איז געוואָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן. ער איז געווען אַ געוויסע צאָל יאָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן — וויפֿל יאָרן, ווייס איך נישט. איך ווייס אָבער, אַז ער האָט זיך צעקריגט מיט זײַנע בעלי־בתּים איבער זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט יושר, מיט גערעכטיקייט. אפֿשר האָט דאָס געהאַט צו טאָן מיט קאַנטאָניסטן, אפֿשר מיט אַנדערע זאַכן. די באָבע האָט מיר קיין מאָל ניט דערציילט, פֿאַר וואָס ער האָט זיך צעקריגט, נאָר געענדיקט האָט זיך מיט דעם, אַז אין אַ זומער־נאַכט האָט ער געדונגען אַ בויד מיט אַ פּאָר פֿערד, אַרײַנגעפּאַקט אין בויד זײַנע קינדער (ער האָט שוין געהאַט אַ היפּשע צאָל קינדער), אַרײַנגעפּאַקט אין בויד דאָס ביסל בעבעכעס, וואָס מע האָט געהאַט, און אַוועקגעפֿאָרן צוריק צו זיך אין שטעטל פּאַלאָנגע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז געווען אַ גאַנצער טומל אין דער גאַנצער געגנט: פֿאַר וואָס האָט ער עס געטאָן בײַ נאַכט? אפֿשר האָבן די אַנדערע געוווּסט, אַז ער טוט עס, אפֿשר האָבן די אַנדערע זיך געמאַכט ניט־וויסנדיק? ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שטעטל. דער וואָס איז געווען דער חבֿר פֿון זײַן שווער, ישׂראל סאַלאַנטער, האָט וועגן אים געזאָגט אַ ווערטל (ישׂראל סאַלאַנטער איז דאָך געווען אַ געוואַלדיקער ווערטל־זאָגער און אַ שאַרפֿער); [ער האָט] געזאָגט אַזוי: "אַ רבֿ וואָס לעבט בשלום מיט זײַנע בעלי־בתּים איז קיין רבֿ ניט; אַ רבֿ וואָס אַנטלויפֿט פֿון זײַנע בעלי־בתּים איז קיין מענטש ניט".
ווען ער איז געקומען אין פּאַלאָנגע, האָט ער געדאַרפֿט האָבן פּרנסה. האָט ער געעפֿנט אַ חדר און אָנגעהויבן לערנען גמרא מיט קינדער. האָט מען גענומען אָפּנעמען די קינדער פֿון אַנדערע חדרים און געבן אים אין זײַן חדר. זײַנען די אַנדערע מלמדים געקומען מיט אַ געוואַלד: "וואָס זײַט איר געקומען צונעמען פֿון אונדז חיונה? איז דאָס ערלעך? איז דאָס גערעכטיקייט, און איז דאָס יושר?" הכּלל, מע האָט אײַנגעשטעלט, אַז ער איז געבליבן מיט אַ פּאָר תּלמידים, וואָס האָבן אַנדערש בשום אופֿן ניט געוואָלט. ער האָט פֿון דעם אויך ניט געהאַט גענוג פּרנסה. [אָבער] דערווײַל איז שוין געווען אונטערגעוואַקסן זײַן מיידל, וואָס האָט געהייסן פֿייגע. האָט מען געעפֿנט אַ קרעמל און פֿייגע איז געווען אינעם קרעמל. ער האָט געהאַט אַ פּאָר תּלמידים — און אַזוי האָט זיך געלעבט דער יודל.
דער יודל איז שפּעטער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און ער איז געוואָרן אַ רבֿ אין דייטאָן, אָהײַאָ. דאָרטן איז ער אויך געוואָרן אומגליקלעך, און געוואָרן אַ רבֿ נאָר אויף אַ קורצער צײַט. אָבער דאָס איז שוין פֿאַרבונדן מיטן ראָמאַן פֿון מײַן טאַטן און מײַן מאַמען. געקומען אין דייטאָן, האָט זיך דאָרטן אָנגעהויבן פֿאַר אים אַ נײַע טראַגעדיע. פֿון וואָס באַשטייט בײַ אים די נײַע טראַגעדיע? ער איז דאָך געווען אַ רויִקער, שטילער מענטש. מע זאָגט, אַז ער האָט זייער שיין גערעדט פֿאַרן עולם און זייער געפֿעלן געוואָרן אַלעמען. [אָבער] ער האָט געזען, אַז זײַנע אייגענע מענטשן — די זעלביקע סיטואַציע איז באַשריבן בײַ אַשן אין זײַן בוך "אַמעריקע": ער גייט אין שיל דאַוונען פֿרײַטיק צו נאַכט און זײַנע אייגענע בעלי־בתּים שטייען נאָך מיט פֿאַרשיידענע קאָשיקעס, מיט פֿאַרשיידענע זאַכן צו פֿאַרקויפֿן כּמעט בײַ די טרעפּ פֿון דעם אָרט וווּ מע דאַרף גיין דאַוונען. ער האָט געזען, אַז זײַנע אייגענע בעלי־בתּים זײַנען מחלל־שבת. הייסט עס, ער פֿאַרדינט פֿון דעם, וואָס מע פֿאַרדינט, ווען מען איז מחלל־שבת און דאָס געלט וואָס ער קריגט איז פֿון מחלל־שבת זײַן. טאָר מען דאָך עס [ניט]. ווי קען אַ רבֿ לעבן פֿון דעם, וואָס ער קריגט פֿון אַ מענטש, וואָס איז מחלל־שבת? און שפּעטער, ווען ער האָט, אַזוי צו זאָגן, פֿאַרלוירן אויך זײַן טאָכטער, איז ער גלײַך צוריקגעפֿאָרן. אָבער ער האָט דאָרטן קיין איין גוטן טאָג ניט געקענט דורכלעבן, ווײַל ער האָט געזען, ער איז אַרײַנגעפֿאַלן. אַז פּונקט ווי ער האָט ניט געקאָנט זײַן (ווײַל ער האָט ניט געוואָלט זײַן) קיין רבֿ אין פּלונגיאַן, קען מען אויך ניט זײַן קיין רבֿ אין דייטאָן, אָהײַאָ, אָדער ערגעץ אַנדערש וווּ אין אַמעריקע. דערפֿאַר איז ער דאָך צוריקגעפֿאָרן פֿון אַמעריקע.
דאָס איז די געשיכטע פֿון מײַן זיידן און פֿון מײַן באָבען. אָבער דאָס איז ניט די גאַנצע געשיכטע. ס׳איז דאָ עפּעס אין דער געשיכטע פֿון מײַן זיידן, וואָס ער איז געווען אַנדערש פֿון אַנדערע רבנים. ער האָט אַ סך זאַכן ניט געהאַלטן, וואָס אַלע פֿרומע ייִדן האַלטן. ער האָט פֿאַרווערט אין זײַן משפּחה צו שלאָגן כּפּרות. ער האָט געטענהט, אַז כּפּרות איז אַ מיאוסער מינהג: ניטאָ אַזאַ דין, ס׳איז אַ גוייִשע זאַך, ס׳איז אַ געצן־דינערישע זאַך. מע טאָר ניט שלאָגן כּפּרות! ער האָט פֿון אַ סך אַנדערע זאַכן ניט געהאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן באָבע איז געווען דורכגעדרונגען מיט די אַלע פֿאַרשיידענע פֿרומע זאַבאָבאָנעס.
די באָבע אַליין איז געווען אַ גרויסע ספּעציאַליסטקע: ווען עס איז געווען אַן עין־הרע, פֿלעגט מען קומען און זי פֿלעגט אָפּשפּרעכן די עין־הרע. ס’איז דאָ אַזאַ זאַך ווי אָפּשפּרעכן אַ רויז — ווען מע קריגט אַזאַ געשווילעכץ — און מע קומט אָפּשפּרעכן אַ רויז. די באָבע האָט געגלייבט אין שדים, אין די אַלע רוחות אאַז"וו. דער זיידע פֿלעגט ניט לאָזן דער באָבען לייענען יענע מוסר־ספֿרים וווּ עס רעדט זיך וועגן שדים אָדער וועגן רוחות. און מײַן באָבע האָט דאָס גאַנצע לעבן געהאַט האַרצווייטאָג, אַז ער איז ניט גענוג פֿרום, אַז ער איז קעגן דעם, וואָס איז דאָ אין די הייליקע ספֿרים. ס׳איז דאָ אַ ספֿר וואָס הייסט "מנורת המאור", [וואָס] איז פֿול מיט מעשׂיות וועגן שדים — וואָס קומען אין אַ הויז, אָדער וועגן אַ מענטש וואָס לעבט מיט אַ שדיכע, [און] נאָך אַזעלכע זאַכן. ער האָט געטענהט: "ס׳איז נאַרישקייטן. נאַרישקייטן!" פֿלעגט ער זאָגן. אפֿשר איז די באָבע געווען אויך אומצופֿרידן, ווײַל ער איז געגאַנגען, אין אַ היפּשער מאָס, אויך אין די וועגן [פֿון ישׂראל סאַלאַנטער] (כאָטש די באָבע האָט זייער געהאַלטן פֿון סאַלאַנטער, ווײַל ס׳איז געווען איר פֿאָטערס אַ חבֿר).
ס׳איז דאָ אַן אַלטע חכמה, וואָס מע דערציילט וועגן אַ סך חסידישע רביים, וועגן אַ סך רבנים, און דער זיידע פֿלעגט [אויך ציטירן]: ווען "ס׳איז ניטאָ קיין גאַל, איז אַ הונט טריף". געוויינטלעך, וואָס טוט אַ רבֿ? ער נעמט, ער גיט אַ לעק אין איין אָרט, אין אַ צווייטן אָרט, און אַז ער פֿילט, אַז ס׳איז אין ערגעץ ניט ביטער, איז עס טריף. ער פֿלעגט קיין מאָל ניט אַליין אַ לעק טאָן. די ייִדענע פֿלעגט קומען, פֿלעגט ער איר זאָגן, זי זאָל געבן אַ לעק, אפֿשר דערפֿילט זי אַ ביטערקייט. פֿלעגט, פֿאַרשטייט זיך, די ייִדענע זאָגן: "אוי, ס׳איז מיר ביטער, ס׳איז מיר ביטער!" געוויינטלעך [פֿלעגט ער] זאָגן: "כּשר". עס זײַנען געווען אַפֿילו ייִדענעס, וואָס זײַנען געגאַנגען [ספּעציעל] צו אים אין פּלונגיאַן פֿרעגן אַ שאלה, ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז ער וועט זאָגן "כּשר".
וואָס האָט ער געטאָן אַ גאַנצן טאָג, דער זיידע יודל? ווי אַ סך רבנים, פֿלעגט ער שרײַבן פּירושים, דערקלערונגען. דאָס איז דאָרט די סיסטעם געווען: אַנשטאָט צו שרײַבן אַן אייגענעם ספֿר, פֿלעגט מען שרײַבן דעם פּירוש. זײַנע פּירושים זײַנען געווען צום רמב״ם, און צום רמב״ם איז געווען אַ דאָפּלטע באַציִונג: פֿון איין זײַט, איז ער געווען דער גרעסטער אויטאָריטעט אויפֿן געביט פֿון ייִדישן געזעץ; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען ניט געקענט שלום מאַכן מיט זײַן פֿילאָסאָפֿיש ווערק "מורה נבֿוכים". ער האָט געשריבן פּירושים אויפֿן רמב״ם און ער האָט אָנגעזאָגט זײַן זון, אַז דרוקן זאָל מען עס ערשט נאָך זײַן טויט. איך האָב די פּירושים קיין מאָל ניט געזען, אָבער מײַן פֿעטער יעקבֿ, וועגן וועלכן איך וועל דאַרפֿן דערציילן אַ ווײַלע שפּעטער, האָט די פּירושים יאָ געזען און ער האָט די צוואה פֿון זײַן פֿאָטער ניט דורכגעפֿירט, און ניט געדרוקט. יאָרן שפּעטער, אַז איך האָב אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער האָט עס ניט געדרוקט? — ער האָט ניט געדרוקט, זאָגט ער, איבער כּבֿוד המת: עס וואָלט געווען אַן אומכּבֿוד פֿאַר דעם אָנדענק זײַנעם אַזעלכע פּירושים צו דרוקן. איך מיין, אַז זיי זײַנען געווען זייער פֿרײַזיניקע, פֿרײַדענקערישע פּירושים. אַניט וואָלט דער פֿעטער מײַנער זיכער עס געדרוקט און זיך געצאַצקעט מיט דעם ספֿר, וואָס האָט צו טאָן מיט תּורה־זאַכן. און אַזוי זײַנען די פּירושים געווען און געבליבן, ביז זיי זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. מײַן פֿעטער האָט זיי אַפֿילו מיטגענומען קיין אַמעריקע, ווען ער איז דאָרטן געפֿאָרן אין 1922. אָבער וואָס ס׳איז שפּעטער מיט זיי געוואָרן, דאָס האָט אַפֿילו אויך מײַן פֿעטער יהושע ניט געוווּסט.
די באָבע איז געווען פֿון אַן אַנדער וועלט. זי פֿלעגט קענען זאָגן אַ מאָל מאָדנע, נישט־גוטע, און ניט־יושרדיקע זאַכן וועגן איר אייגענעם מאַן, וואָס זי איז געווען זײַנע אַזאַ מין געטרײַע אַלמנה, און כּסדר איבערגעגעבן אי זײַנע גוטע זאַכן, אי די שלעכטע (וואָס זי האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז שלעכטע — וואָס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען היפּש אַנדערש און פֿרײַדענקערישע זאַכן). ווי פֿרײַדענקעריש דער זיידע איז געווען, קען מען זען פֿון דעם, אַז ער האָט זײַן עלטסטן זון יעקבֿ, וואָס איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם, געשיקט אין אַ דײַטשישער פּראָגימנאַזיע. אַ פּראָגימנאַזיע, דאָס זײַנען די אונטערשטע פֿיר קלאַסן פֿון אַ גימנאַזיע; אַ גימנאַזיע איז געווען אַ מיטלשול און געהאַט אַכט קלאַסן, די אונטערשטע איז געווען פּראָגימנאַזיע און די עלטסטע פֿיר זײַנען געווען גימנאַזיע. און ער האָט געשיקט זײַנעם אַ זון זיך לערנען, ניט געקוקט אויף דעם, [אַז] דאָס איז געווען אַ גרויסער טומל און אַ סקאַנדאַל. ער האָט געשיקט זײַן ייִנגל (מסתּם שוין לאַנג נאָך בר־מיצווה) אין די עלטסטע צוויי קלאַסן פֿון דער פּראָגימנאַזיע. בשעת עס וועט קומען צו מײַן אייגענער געשיכטע, דאַרף מען אַוודאי געדענקען, [אַז] מײַן באָבע האָט פֿריִער ניט געלאָזט, אַז איר אייגענער זון זאָל אַוועק אין פּראָגימנאַזיע — ניט, חלילה, צו צען יאָר, אָדער פֿריִער אַפֿילו.

(המשך אין קומענדיקן נומער)