|
יודל מאַרק |
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
מענדלס צווייטער זון האָט געהייסן בנימין. דער בנימין האָט שוין באַקומען, אַזוי צו זאָגן, אַן אַנדער דערציִונג. ער איז געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור, געלערנט פֿריִער אין דער היים, וויפֿל מע האָט געקאָנט; און נאָך דעם איז געווען אַ מאָדנע טבֿע. מען האָט ניט געוואָלט, אַז אַ בחור, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט לערנען גמרא, זאָל זײַן אין דעם זעלביקן שטעטל, וווּ זײַן משפּחה און וווּ זײַנע עלטערן זײַנען. מע האָט געזאָגט: ער קען ניט לערנען מתתּקן צו זײַן. האָט מען אים אַוועקגעשיקט אין ווילקאָמיר, וואָס האָט געהאַט אַ קליינע ישיבֿה. ער איז דאָרטן געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור ווי אַלע ישיבֿה־בחורים, וואָס לעבן פֿון טעג. ער האָט דאָרטן אַ סך געלערנט, און פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָרטן האָט מען אים חתונה געמאַכט, און ער איז שוין געבליבן אין ווילקאָמיר. און פֿון דאָרטן שטאַמט דער צווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ווילקאָמיר, וואָס געבליבן פֿון זיי איז — פּונקט ווי איך בין שמואלס אַן אייניקל — אַזוי איז דאָ איצט אין פתח־תּקווה עמעצער וואָס הייסט מענדל, און ער איז דעם בנימינס אַן אייניקל.
בנימין האָט געהאַט קינדער, זין און טעכטער. אַ טייל פֿון זײַן משפּחה איז אַוועק אין דרום־אַפֿריקע. דער גרעסטער טייל פֿון זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין דער צײַט פֿון חורבן, און געבליבן אין דער משפּחה נאָכן חורבן זײַנען קרובֿים אין ווילנע, און דער מענדל דאָ מיט זײַן משפּחה אין ארץ־ישׂראל.
דאָס זײַנען די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן מענדל. די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן משה זײַנען געווען: מײַן אייגענער זיידע יודל; זײַנער אַ ברודער, וואָס האָט געהייסן לייב; זײַנער אַ זון שמואל, וואָס האָט געשאַפֿן דעם אָפּצווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ענגלאַנד; און זײַנער נאָך אַ ברודער, וואָס איך געדענק ניט זײַן נאָמען — אָבער וואָס האָט געהאַט אַ פֿאַנטאַסטישע געשיכטע. איך וועל אָנהייבן פֿון מײַן זיידן יודל.
גרשון סאַלאַנטער, מײַן באָבעס טאַטע
מײַן זיידע יודל איז געווען עמעצער וואָס האָט געלערנט זיך, געלערנט אַ סך תּורה, געקראָגן סמיכה אויף רבנות, און געבליבן בײַ זיך אין שטעטל. און ער האָט חתונה געהאַט מיט מײַן באָבע שׂרה. מײַן באָבע שׂרה איז געבוירן געוואָרן אין דעם יאָר 1837 [און] מײַן זיידע איז ניט געווען עלטער פֿון איר (אפֿשר איז ער געווען מיט אַ יאָר עלטער, נישט מער). מײַן באָבע שׂרה שטאַמט ווידער פֿון זייער אַן אינטערעסאַנטער משפּחה. דער פֿאָטער פֿון מײַן באָבע שׂרה האָט געהייסן גרשון, און מע האָט אים גערופֿן גרשון סאַלאַנטער, ווײַל ער האָט געלעבט אין סאַלאַנט — דאָס הייסט, ער האָט ניט געלעבט אין סאַלאַנט, ער איז געוואָרן אַן איידעם אין סאַלאַנט. און ער איז אויך געווען אַ חבֿר פֿון ישׂראל סאַלאַנטער, פֿון דעם באַרימטן רעפֿאָרמאַטאָר [און] בויער פֿון דער באַוועגונג פֿון די מוסרניקעס. זיי זײַנען געווען יונגע מענטשן אין דעם זעלביקן עלטער. זיי זײַנען ביידע געווען ניט קיין סאַלאַנטער, נאָר סאַלאַנטער איידעמס, און בשעת זיי זײַנען ביידע געווען אויף קעסט, האָבן זיי ביידע צוזאַמען געלערנט. לערנען צוזאַמען איז געווען אַן אָנגענומענע זאַך — מע פֿרעגט זיך איינער דעם אַנדערן, מען שמועסט בײַם לערנען. זײַנען דער ישׂראל און דער גרשון סאַלאַנטער געווען גוטע חבֿרים און פֿאַרבראַכט צוזאַמען.
מײַן באָבעס זיידע [לייב שייפֿער] איז געווען אַ באַרימטער סוחר אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן פּלונגיאַן. ווען נאַפּאָלעאָן איז געגאַנגען אויף רוסלאַנד און זײַן אַרמיי איז געגאַנגען מיט עטלעכע שטראָמען, איז דער צפֿונדיקער שטראָם געגאַנגען ניט ווײַט פֿון אונדזערע געגנטן — אויף קאָוונע. די ערשטע גרויסע פֿעסטונג וואָס ער האָט אײַנגענומען פֿון רוסלאַנד איז געווען קאָוונע. נאַפּאָלעאָן איז געגאַנגען כּסדר, אײַנגענומען און אײַנגענומען שטח. זײַן פּאָליטיק איז געווען: קיין זאַך ניט צונעמען פֿון דער באַפֿעלקערונג, און די אַלע זאַכן, וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט האָבן, אויפֿצוקויפֿן — פֿלייש, גענדז, פּראָוויאַנט פֿאַרשיידענע, היי. וואָס די אַרמיי האָט געדאַרפֿט האָבן, האָבן צוגעשטעלט די אָרטיקע סוחרים.
דער באָבעס זיידע, איז געווען אַ צושטעלער פֿון אָקסן און פֿון גענדז פֿאַר נאַפּאָלעאָנס אַרמיי. געזאָגט האָט מען, אַז נאַפּאָלעאָן האָט געצאָלט מיט גאָלדענע אימפּעריאַלן. ווי ער האָט געצאָלט, מיט וועמען מײַן באָבעס זיידע איז געווען דער שותּף, ווייס איך ניט אַזוי גענוי, נאָר מײַן באָבעס זיידע איז געוואָרן זייער, זייער רײַך. און אַז מײַן באָבעס זיידע איז געוואָרן זייער רײַך, האָט ער בײַ דעם אָרטיקן גראַף — די גראַפֿן זײַנען אַלע געווען פּוילישע אין אונדזער גאַנצער געגנט, ווײַל די דאָזיקע געגנט האָט דאָך פֿאַר דער פֿונאַנדערטיילונג פֿון פּוילן געהערט צו פּוילן; און די ערד האָט געהערט צו גרויסע פּריצים, וואָס האָבן געהאַט, אין יענער תּקופֿה, לײַבאייגענע אָדער סתּם פּויערים, וואָס האָבן פֿאַר זיי געאַרבעט — האָט ער בײַ איינעם אַן אַלטן גראַף, וואָס האָט געהייסן גראַף אָגינסקי — אַ באַרימטער גראַף אין דער פּוילישער געשיכטע — אָפּגעקויפֿט אַ גרויסן טייל פֿון דעם, וואָס דער גראַף האָט פֿאַרמאָגט. ער האָט אָפּגעקויפֿט פֿון אים דאָס שטעטל פּלונגיאַן, און אָפּגעקויפֿט פֿעלדער מיט סטאַדעס פֿי, און אים באַצאָלט מיט די אימפּעריאַלן, וואָס ער האָט באַקומען פֿון דער אַרמיי, וואָס איז דאָרטן, נישט ווײַט, דורכגעגאַנגען.
עס איז געווען אַ מיסחר אין יענע צײַטן — ס׳איז זייער שווער זיך פֿאָרצושטעלן: אָן אַ קאָנטראַקט, אָן אונטערשריפֿטן. ס׳איז געווען אַזוי: מען איז אָנגעקומען, מע האָט אָפּגערעדט, מע האָט אַרויסגענומען די אימפּעריאַלן, מע האָט זיך געגעבן די הענט, מע האָט געטרונקען בראָנפֿן, און די גאַנצע וועלט האָט געוווּסט, אַז לייב שייפֿער האָט אָפּגעקויפֿט כ’ווייס וויפֿל מאַיאָנטקעס בײַ דעם גראַף אָגינסקי. אָבער אַ קורצע צײַט נאָך דעם איז דער גראַף אָגינסקי געשטאָרבן און זײַנע יורשים האָבן עס ניט אָנערקענט. האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס, אַ פּראָצעס וואָס האָט זיך געצויגן עטלעכע צענדליק יאָר און וואָס איז דערגאַנגען ביז צו דעם רוסישן סענאַט. (דער רוסישער סענאַט איז געווען דאָס העכסטע געריכט אין רוסלאַנד.) עס האָט זיך געצויגן מיט באַרימטע אַדוואָקאַטן פֿון פּעטערבורג. און כאָטש מע האָט בײַ אַלע פֿריִערדיקע נידעריקע אינסטאַנצן געוווּנען, האָט מען בײַ דעם סענאַט פֿאַרשפּילט. ווײַל דעמאָלט איז שוין געווען די צײַטן פֿון ניקאָלײַ דעם ערשטן, ס׳איז שוין געווען זייער שטרענג וועגן דעם, אַז ייִדן טאָרן נישט האָבן קיין ערד אין זייער באַזיץ. (כאָטש ס׳זײַנען געווען געוויסע אויסנאַמען פֿון ייִדן, וועלכע האָבן יאָ געהאַט ערד, אָבער — פֿון פֿריִערדיקע צײַטן). הכּלל, מען האָט פֿאַרשפּילט. און בײַם פּראָצעס פֿון פֿאַרשפּילן דעם מישפּט האָט די משפּחה — דער זיידע און זײַנע קינדער — פֿאַרלוירן אַלץ וואָס זיי האָבן געהאַט.
מײַן באָבע האָט שפּעט חתונה געהאַט. פֿאַר וואָס האָט זי אַזוי שפּעט חתונה געהאַט? וואָס הייסט שפּעט? זי איז געווען 18 יאָר און זי איז נאָך געווען אַ מיידל. ס׳איז געווען אַ סקאַנדאַל! מען איז געווען אַזוי פֿאַרנומען מיטן פּראָצעס, אַז מע האָט זיך ניט אַרומגעקוקט. און מײַן באָבע האָט זיך געהאָדעוועט בײַ איר זיידן, ווײַל איר פֿאָטער, דער גרשון סאַלאַנטער, איז געווען אַן אָרעמער מאַן, געלעבט פֿון תּורה, כאָטש מען האָט ניט געוואָלט ווערן קיין רבֿ. דאָס איז, אַגבֿ, געווען אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך, אַז די גאָר ערנסטע, די גאָר געלערנטע, האָבן נישט געוואָלט ווערן קיין רבנים. ערשטנס, איז גאָר ניט ריכטיק צו לעבן פֿון דער תּורה; און צווייטנס, ווער וויל זיך פֿאַרנעמען מיט פּסקענען אַ שאלה, צי עפּעס וואָס ס׳איז כּשר אָדער עפּעס וואָס ס׳איז טריף — מע פּטרט דאָרט די צײַט! אָדער אַפֿילו אויסגלײַכן אַ סיכסוך צווישן צוויי שותּפֿים. מע דאַרף זיצן און לערנען און ניט אַרומדרייען זיך סתּם מיט פֿאַרשיידענע מענטשן וועגן זייערע געשעפֿטן.
דער [דאָזיקער] גרשון, אַגבֿ, איז ניט געוואָרן קיין מוסרניק, כאָטש ער איז געווען אַ חבֿר מיט ישׂראל סאַלאַנטער. האָט דער דאָזיקער גרשון, וואָס איז געבליבן נאָר בײַם לערנען תּורה און געענדיקט, אַזוי צו זאָגן (ווי ס׳איז געווען דער וועג פֿון די אַלע מתנגדים), ווען זײַן ווײַב איז אים געשטאָרבן, איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. ער איז דעמאָלט מסתּמא געווען אַ ייִד נאָענט צו 60, אפֿשר איז ער געווען אין די הויכע 50ער, און שוין צײַט זיך צו קלײַבן שטאַרבן. אין ארץ־ישׂראל האָט געקענט הייסן אין צוויי ערטער: אָדער ירושלים אָדער צפֿת. מסתּמא [איז דאָס] געווען אַרום 1870. איז [ער] געקומען קיין ירושלים. ייִדן האָבן אין ירושלים געלערנט תּורה און געלעבט פֿון חלוקה, דאָס הייסט, פֿון נדבֿות, וואָס מע פֿלעגט קריגן איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס איז געווען אַן אייגענע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿלעגט דאָס געלט פֿונאַנדערטיילן, און ער איז געוואָרן אַ פֿונאַנדערטיילער. ער האָט געהאַט גרויס כּבֿוד, אויך חשיבֿות [ווי] איינער פֿון די פֿונאַנדערטיילערס פֿון דער חלוקה. ער איז געפֿאָרן שטאַרבן, אָבער אָפּגעלעבט האָט ער אין ארץ־ישׂראל אַן ערך 40 יאָר. ער האָט אַרײַנגעלעבט אין די הויכע 90ער.
באַגראָבן האָט מען אים אויף דעם הר־הזיתים — דאָס איז געווען דער חשובֿער בית־עולם אין ירושלים. אין 1947, ווען איך בין דאָרטן געווען, האָב איך געפּרוּווט געפֿינען זײַן קבֿר. אָבער נישט געקאָנט אים געפֿינען. איצטער קען מען זיכער נישט געפֿינען, ווײַל פֿון דעם הר־הזיתים, אין די 20 יאָר וואָס ער איז געווען אין די הענט פֿון די יאָרדאַנער, האָבן זיי אַלץ אויסגעגראָבן. אָבער ווען איך בין אָנגעקומען, האָב איך געקענט דערגיין, אַז מען געדענקט זײַן נאָמען: גרשון סאַלאַנטער. דאָס איז דער באָבעס טאַטע.
די באָבע האָט חתונה געהאַט צו 18 יאָר. מען האָט זי חתונה געמאַכט מיט דעם יודל, יודל פּאַלאָנגער, וואָס האָט געהאַט סמיכה אויף רבנות. אָבער די באָבע האָט געהאַלטן דאָס גאַנצע לעבן, אַז זי איז פֿון אַ גרעסערן ייִחוס ווי דער זיידע, [אַפֿילו] ווען זי איז געוואָרן אַן אַלמנה (און זי איז געוואָרן רעלאַטיוו פֿרי אַן אַלמנה, ווײַל דער זיידע איז געשטאָרבן אין 1896). זי האָט ניט געהאַלטן, אַז ס׳איז אין איר כּבֿוד זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער משפּחה מאַרק; טאַקע אַן אַלטע משפּחה, האָט זי געוווּסט, אָבער זי האָט געוווּסט ניט גענוג שיינע מעשׂיות וועגן דער משפּחה. אמת, ס׳איז געווען אַן אַבֿרהמל פּאַלאָנגער, אָבער אָט גייט אַרום אַ שמואל, דער פֿאָטער פֿון איר איידעם, וואָס איז אַ גראָבער מאַן, אַ גראָבער יונג, ער קען זאָגן נאָר תּהילים.
(המשך אין קומענדיקן נומער)