- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קוקנדיק אין דער טעלעוויזיע, ווי אַזוי ס’איז די וואָך אויפֿגענומען געוואָרן אין ישׂראל דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אין אַ ייִדיש שטעטל איז געקומען פֿון מאָסקווע אַ הויכגעשטעלטער גובערנאַטאָר; איין קלייניקייט, ביז ער איז דערפֿאָרן צום שטעטל, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער מדינה. 2. אונדזערע גאַסטגעבער — עליס און בענעש נאָך דעם לאַנגן איבערפֿלי — ניו־יאָרק־לאָס־אַנדזשעלעס־סידני (איבער 20 שעה אין דער לופֿטן), האָבן שוין די אָנדערטהאַלבן שעה פֿון סידני קיין מעלבורן אויסגעזען ווי אַ קאַצנשפּרונג. אָבער דאָס באַגעגעניש מיט דער שווייץ האָט געהאַט אַ פּעולה ניט נאָר אין דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק און אין אוריאל ווײַנרײַכס אַקאַדעמישער קאַריערע. עס האָט אויך געביטן און אויסגעברייטערט דעם אופֿן, ווי אַזוי מען האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך און דעם באַגריף אַשכּנז. די ווײַנרײַכס האָבן צום ערשטן מאָל "אַנטדעקט" דעם מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס האָט אַ מאָל זיך געצויגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, אַפֿילו צפֿון־איטאַליע, אָבער וואָס דעמאָלט האָבן בלויז געציילטע אַלטע ייִדן די שפּראַך נאָך געדענקט, דער עיקר, אין עלזאַס (פֿראַנקרײַך) און אין דער שווייץ. דאָס וואָרט "אַנטדעקט" שטייט אין גענדזנפֿיסלעך, ווײַל אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור איז די עקזיסטענץ פֿון מערבֿ־ייִדיש שוין געווען גוט באַקאַנט — נאָר וועלכער ייִד אין ווילנע, וואַרשע, אָדער ניו־יאָרק האָט זי אַ מאָל געהערט? אין דײַטשלאַנד האָט מערבֿ־ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ נאָך אין משה מענדלסאָנס צײַטן. ייִדישע דעפּוטאַטן אין דער רוסישער אימפּעריע, 1772—1825. מאָסקווע, "נלאָ", 2011 דאָס ערשטע פֿערטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, די תּקופֿה פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם ערשטן, האָט ביז לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ קנאַפּן אינטערעס בײַ די היסטאָריקער פֿונעם רוסישן ייִדנטום. עס האָט זיי געפֿעלט אַ "מײַסטער–נאַראַטיוו", וואָס זאָל אײַנאָרדענען פֿאַרשיידענע געשעענישן און אַרײַנברענגען אין זיי אַ היסטאָרישע לאָגיק. ווען די מלכּה יעקאַטערינאַ האָט צווישן 1772 און 1795 פֿאַרכאַפּט ווײַסרוסלאַנד, ליטע, אוקראַיִנע און מיזרח־פּוילן, האָט רוסלאַנד באַקומען די גרעסטע אין דער וועלט ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון בערך איין מיליאָן נפֿשות. יעקאַטערינאַ האָט פֿאַר זיי אײַנגעשטעלט אַ מין רעזערוואַציע אין דער פֿאָרעם פֿון תּחום־המושבֿ און אײַנגעפֿירט אַנדערע באַגרענעצונגען לגבי זייער לעבן און טעטיקייט. מיט געוויסע ענדערונגען איז זיך דער דאָזיקער פּאָליטישער סדר אָנגעגאַנגען ביז דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917. ווען מען לייענט רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, סײַ די אַלטע, אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו און יולי געסען, סײַ די נײַע, אַזעלכע ווי דזשאָן קליר, מײַקל סטאַניסלאַווסקי, בנימין נייטענס און יונתן פֿרענקעל, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז צווישן די יאָרן 1800 און 1825 איז געווען אַ לאַנגע הפֿסקה. ערשט מיטן אויפֿשטײַג אויפֿן רוסישן טראָן פֿונעם נײַעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן האָט זיך אָנגעהויבן דער נײַער אַקט פֿון דער רוסיש־ייִדישער היסטאָרישער דראַמע. נאָך דער "דע-סטאַליניזאַציע", לכל-הפּחות, אויסנווייניק פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, זײַנען "לענין" און "לעניניזם" געוואָרן נאָך הייליקער פֿאַר האַרטנעקיקע קאָמוניסטן ווי פֿריִער. די פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה האָט מען געקענט פֿאַרטײַטשן ווי "אָפּווייכונגען" פֿון לעניניסטישע נאָרמעס, און שוין — צוריק צו די "נאָרמעס". דער גלויבן אין קאָמוניזם האָט דאָך תּמיד געהאַט רעליגיעזע עלעמענטן, און לענין איז געוואָרן דער אָפּגאָט אין אָט דעם קולט. ניט צופֿעליק איז ער אַוועקגעלייגט געוואָרן אין מאַווזאָליי, אויפֿן רויטן פּלאַץ, מענטשן זאָלן קענען קומען צו אָט דעם טעמפּל און זיך בוקן צו זייער געץ. אין די פֿאָריקע פּרשיות האָבן מיר באַהאַנדלט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע זאַכן און אויסנאַמען, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי דער לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "במדבר". למשל, מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געלייענט וועגן דעם מחלוקת צווישן קורח און משה רבינו, וועלכע האָט געהאַט צו טאָן מיטן ענין פֿון גלײַכקייט. קורח האָט געטענהט, אַז משה און זײַן משפּחה האָבן באַקומען צופֿיל מאַכט איבערן ייִדישן פֿאָלק; לויט קורחס מיינונג, זענען אַלע ייִדן גלײַך, אַזוי ווי אַ "טלית שכּולו תּכלת" — ווי אַ שטיקל שניט־סחורה פֿון הימליש־בלויען קאָליר. האָבן מיר זיך נישט געפֿוילט און געזוכט דאָס וואָרט "פֿאָלקלאָר" אין דער צײַטונג. קוים, קוים האָט מען עפּעס געפֿונען: אַן אַנאָנס פֿאַרן זשורנאַל "נאָענט און ווײַט" (1914), אין וועלכן פּינחס גראָובאַרד האָט געדרוקט זײַן פֿאָלקלאָר־זאַמלונג; אַן אָנאָנס אין 1932 וועגן דעם "שמואל לעהמאַן בוך" לכּבֿוד דעם וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט, און אַן אַרטיקל פֿון יצחק בערנשטיין וועגן י. ל. פּרץ. ווען מע זוכט מאַטעריאַלן מיטן וואָרט "פֿאָלקסליד" באַווײַזט זיך נאָר איציק מאַנגערס איבערזעצונגען פֿון פֿאָלקסלידער בײַ אַנדערע פֿעלקער (1934). אַפֿילו די רובריק "פֿאָלקס־מעשׂה" רופֿט נישט אַרויס קיין סך אַרטיקלען. אָבער ווען מע זוכט אַזאַ פֿאָלקלאָרישע פּערזענלעכקייט ווי דער בדחן, אַנטדעקט מען אַ וועלט. די וועלט באַשטייט נישט פֿון אַקאַדעמישע, פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן בדחנות, נאָר פֿון באַצאָלטע אַנאָנסן פֿאַר וואַרשעווער חתונה־זאַלן. גרויסע מציאות אויף חתונות האָט מען אַמאָל דאָרטן געקענט געפֿינען, למשל: "פֿאַר 3 רובל באַקומט מען מוזיק מיט פּיאַנע, אַ בדחן, טישן, בענק, געשיר, פּלאַץ פֿאַר 100 פּאַרשוין, אַ חופּה. נאָוואָליפּיע 66" [1916]. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָ מיינט מען 3 רובל אַ פּערזאָן. בײַ אַן אַנדער אַנאָנס שטייט "פֿאַר 1 רובל באַקומט מען כּלי־זמרים, אַ באַוווּסטן קאָמיקער אָדער בדחן, טישן, בענק, געפֿעס, פּלאַץ פֿאַר 200" [1915]. צווישן היסטאָריקער האָט מען ליב צו רעדן וועגן "לאַנגע" און "קורצע" יאָרהונדערטער. פֿאַר ייִדן האָט זיך אַזאַ מין "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אָנגעהויבן אין 1881, מיט דעם הרגענען פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, וואָס האָט גורם געווען די פּאָגראָמען און אַנטי־ייִדישע גזירות. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען די מאַסן־עמיגראַציע לעבֿר־הים און דער אידעאָלאָגישער קער צו נאַציאָנאַליזם. דער "קורצער" 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, ווען די ייִדישע מאַסן אין רוסלאַנד האָבן זיך, צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גלות, אַקטיוו אַרײַנגעטאָן אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דעם מלכות. כאָטש די ציבעלע איז אין מיזרח-אייראָפּע בכלל און, בײַ אונדזערע ייִדן בפֿרט, נישט קיין חשובֿער תּושבֿ, קען מען זיך אָן איר פֿאָרט נישט באַגיין. דאָס איז, אָבער, אויך אמת וועגן דעם קאַרטאָפֿל, וואָס אונדזערע לייענערס ווייסן שוין, אַז ער איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק. און די ציבעלע, מיט אירע נאָענטע קרובֿים — קנאָבל, אַשלעך/גרינע ציבעלע/יונגע ציבעלע, שטשיפּיער און פּאָרע-ציבעלע? קודם-כּל איז דער מין זייערער Allium, אויף ייִדיש — "ציבעלע-געוויקסן", אַ גליד פֿון דער משפּחה Liliaceae — lily, ליליקע. לויט די מקורים זענען פֿאַראַן איבער 300 זגאַלן פֿון די ציבעלע-געוויקסן, וואָס אַרום אַ פֿערטל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַמעריקע. די ציבעלע ווערט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן אין מעסאָפּאָטאַמיע (דאָס הײַנטיקע איראַק) מיט העכער פֿיר טויזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט זי שוין, אַ פּנים, געהאַט אַ שם, אַז זי טויג בעסער פֿאַר אָרעמע-לײַט ווי פֿאַר רײַכע. אָבער אויך גרויסע מענטשן, מלכים, האָבן זי געגעסן. אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטער האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און, סוף-כּל-סוף, אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. אָנגעקומען איז זי, ווי אַ סך אַזיאַטישע געוויקסן, דורך גרעקנלאַנד און רוים. נאָרוועגיע איז טײַער און אויך רײַך, און דאָס קומט, דער עיקר, פֿון די מינעראַלע רעסורסן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעזעטיקט דער ים אַרום דער מדינה. אַנטפּלעקט האָט מען עס סוף 1960ער יאָרן, און הײַנט פֿאַרנעמט נאָרוועגיע איינע פֿון די פֿירנדיקע ערטער צווישן די לענדער, וואָס עקספּאָרטירן נאַפֿט און גאַז. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי איז עס דער נאַפֿט, אָדער נאָך עפּעס אַן אַנדער סובסטאַנץ, וואָס גיט אַזאַ קלאַפּ אין קאָפּ דער נאַציע, אַז זי הייבט אָן אַקטיוו פֿײַנט האָבן ייִדן בכלל און ישׂראלים בפֿרט. דער סך-הכּל איז אָבער, אַז דווקא נאָרוועגיע האָט פֿאַרדינט דעם שם פֿון — אפֿשר — דער סאַמע אַנטי-ייִדישער מדינה אין אייראָפּע. די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדן האָט היסטאָרישע קוואַלן. קודם-כּל מוז מען געדענקען, אַז נאָרוועגיע איז געווען דאָס לעצטע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס האָט דערלויבט ייִדן צו באַזעצן זיך אויף איר טעריטאָריע. געשען איז עס ערשט אין יאָר 1851. צוליב וואָס זאָג איך עס? צוליב דעם וואָס אייניקע מענטשן פֿאַרמאָגן גוטע וויבראַציעס. ווען איר זײַט אין זייער אָנוועזנהייט, קענט איר אָטעמען פֿרײַער, צונויפֿזאַמלען די געדאַנקען, רעדן נישט אָנגעשטרענגט און זײַן צופֿרידן בײַם געזעגענען זיך. 5 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע רויטער ווײַן־עסיק 1 לעפֿל האָניק 1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך כּשרער זאַלץ 4 לאַקס־פֿילעען 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 1/2 טעפּל צעשניטענע שוואַרצע מאַסלינעס, אָן קערעלעך 2 גרויסע, צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן 1 טעפּל סעלעריע, צעשניטן 1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. באַדעקט דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשמירט מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל. אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף 2 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע עסיק, דעם האָניק, די רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך און 1 לעפֿעלע זאַלץ. לייגט די לאַקס־פֿילעען אינעם בעקן און בערשט זיי פֿון אויבן און אויף די זײַטן מיטן האָניק־סאָוס. בראָט זיי ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 4—6 מינוט. דערווײַל הייצט אָן די איבעריקע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿל עסיק און די מאַסלינעס אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. נאָך 30 סעקונדעס גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל און קאָכט עס ביז עס באַווײַזן זיך בולבעלעך, בערך 3 מינוט. מישט עס אויס מיט די פּאָמידאָרן, סעלעריע און מינץ. דערלאַנגט צום טיש מיטן לאַקס. |