|
בענעש און ראַיע אויף דער גלינהאַנטרי־ראָוד, עלסטערנוויק |
|
2. אונדזערע גאַסטגעבער — עליס און בענעש
נאָך דעם לאַנגן איבערפֿלי — ניו־יאָרק־לאָס־אַנדזשעלעס־סידני (איבער 20 שעה אין דער לופֿטן), האָבן שוין די אָנדערטהאַלבן שעה פֿון סידני קיין מעלבורן אויסגעזען ווי אַ קאַצנשפּרונג.
פֿון די בליצבריוולעך, באַקומען פֿון רענאַטאַ זינגער, וואָס האָט פֿאַקטיש אָרגאַניזירט מײַן באַזוך — אָפּגערעדט מיט מיר, אונטערגעהאַלטן די פֿאַרבינדונג, מיט איין וואָרט, געווען מײַן אימפּרעסאַריאָ, שיין גערעדט — האָט זי מיר מיטגעטיילט, אַז אָפּנעמען וועט מיך פֿונעם פֿליפֿעלד בעני ראָזענצווײַג. "ער וועט האַלטן אַ שילדל מיט זײַן ייִדישן נאָמען, בענעש", — האָט פֿאַרפּינקטלעכט רענאַטאַ.
"בעני", "בענעש" — די מעטאַמאָרפֿאָזע פֿון ייִדישע נעמען אין "אינטערנאַציאָנאַלע", איז פֿאַר מיר נישט קיין נאָווינע. אַן אַנדער זאַך, די ייִדישע פֿאַמיליעס, וואָס איך פּלאָנטער שטענדיק, צוליב זייערע אומצאָליקע וואַריאַציעס, למשל: ראָזענצווײַג־ראָזענצוויט־ראָזענפֿעלד־ראָזענבלום־ראָזענפֿאַרב... — דאָס זײַנען נאָר "ראָזען..." מיט אַ "באָטאַנישן ייִחוס"; איך רעדט שוין נישט פֿון כּל־מיני ראָזענגורט, ראָזענבערג, ראָזענטאַל, ראָזענבורג וכּדומה.
מיר האָבן באַלד דערקענט איינער דעם אַנדערן, אָן אַ "שילדל"; כאָטש בענעש האָט געהאַלטן אין דער האַנט אַ פּאַפּירל, אָבער באַלד, נאָך אונדזער ייִדישן "שלום־עליכם" — עס אַרײַנגעשטופּט אין קעשענע. בענעש האָט גערעדט אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש, כאָטש ער האָט זיך געפֿילט אַ ביסל געצאַמט, און צומאָל אַרײַנגעשטעלט דאָ און דאָרט אַ ענגליש וואָרט, אַ זאַץ, וואָס האָט געקלונגען נאַטירלעך.
— איך האָף מיט אײַך, — האָט באַמערקט בענעש, — אין דער צײַט וואָס איר וועט זײַן אונדזערע געסט פֿאַרבעסערן מײַן ייִדיש.
בענעש, גלײַך פֿון די ערשטע קילאָמעטערס פֿון אונדזער וועג אין עלסטערנוויק (Elsternwick) — אַזוי הייסט די פֿאָרשטאָט פֿון מעלבורן, וווּ ער וווינט — איז אַרײַן אין די פֿליגל פֿון אַ וועגווײַזער; און איך האָב אַפֿילו אַ חשד, אַז ער האָט בכּיוון אויסגעקליבן נישט דעם קירצסטן וועג אַהיים, כּדי צו ווײַזן אונדז דאָס, וואָס ס׳איז וויכטיק צו וויסן אַ גאַסט פֿונעם ערשטן טאָג אָן. און דאָך האָט זיך מיר, צווישן זײַנע רייד, אויך אײַנגעגעבן אַרײַנצודרייען מײַנע פֿראַגעס.
ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מיר זײַנען מיט אים כּמעט פֿון איין עלטער, אָבער ער, אַ געוועזענער אַדוואָקאַט, איז שוין עטלעכע יאָר אויף פּענסיע. "מיר איז גענוג..." — האָט ער קורץ דערקלערט, געמיינט, אַ פּנים, דערמיט סײַ די מאַטעריעלע זײַט און סײַ אַנדערע בענעפֿיטן, וואָס אַ פּענסיאָנירטער געניסט פֿונעם לעבן. אין עלסטערנוויק גופֿא וווינען אַן ערך 12־13 טויזנט נפֿשות, צווישן זיי אַ היפּשע צאָל ייִדן, וואָס אַ ממשותדיקער טייל פֿון זיי געהערט צו די ליובאַוויטשער; און צווישן די הויפּט־פּונקטן פֿון בענעשס מאַרשרוט אַהיים האָט ער אַוודאי נישט אויסגעמיטן צו ווײַזן סײַ דעם אָרטיקן חורבן־מוזיי און דעם בנין פֿון "קדימה", וואָס געפֿינען זיך אויף איין גאַס, דערנאָך די שלום־עליכם־שול, און לסוף — פֿאַרקערעוועט צו דער לאַנגער "גלינהאַנטרי ראָוד", איינע פֿון די צענטראַלע האַנדל־גאַסן — אַ מין לאַנגער ברייטער קאָרידאָר פֿון צוויי־שטאָקיקע געבײַדעס, אויפֿגעבויט נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איין הויז צוגעקלעפּט צו אַן אַנדער הויז — אונטן געשעפֿטן, רעסטאָראַנדלעך פֿון פֿאַרשידענע עטנישע קיכן, בעקערײַען, "בוטשערס", קאַפֿעטעריעס, טוריסטישע אַגענצן, סוּוועניר־קיאָסקן — אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי איז געשלאָסן, מחמת זייערע באַלעבאַטים פּראַווען הײַנט דעם יום־טובֿ שבֿועות.
שפּעטער האָט בענעש נישט איין מאָל געפֿירט אונדז איבער די גאַסן און געסלעך פֿון זײַן "שטעטל". זיי זײַנען נישט אָנגעוויזן אויף די טוריסטישע מאַפּעס, וואָס יעדער טוריסט מוז באַזוכן; דאָס זײַנען געווען ערטער פֿאַרבונדן מיט זײַן אייגן לעבן — קינדער־יאָרן, עלטערן, שכנים, פֿרײַנד און אַפֿילו מיט זײַנע אַמאָליקע קליענטן. איך האָב אים געהערט, און בײַ זיך געטראַכט: אַוווּ זײַנען די ערטער, פֿאַרבונדן מיט מײַן קינדהייט און יוגנט, וואָס איך וואָלט אים געקאָנט ווײַזן? וווּ איז מײַן "שמאָלע שוועל, מיט גלאַנצנדיקע קאַלאָשן"? אימיגראַנטן האָבן פֿאַרלוירן זייערע היימישע גאַסן און געסעלעך, פֿאַררוקן זיי אויף אייביק טיף אין זכּרון.
|
דינה שאָנבערג, באָריס און ראַיע סאַנדלער |
|
בענעש האָט אין מײַנע אויגן אויסגעזען ווי אַן אַלטער בחור, הגם ער האָט שוין נישט איין יאָר געוווינט מיט זײַן חבֿרטע עליס, אַ וווילע, שטילע פֿרוי, אויך אַ פּענסיאָנירטע פֿאַר דער צײַט, אָבער אַקטיוו באַשעפֿטיקט מיט געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט; זי פֿירט אָן מיט אַ קרײַז "יאָגאַ", זי איז אַקטיוו אין דער "ליבעראַלער שיל", ווי מע רופֿט דאָ די רעפֿאָרם־באַוועגונג; זי האָט אירע וואָלונטיר־שעהען אינעם חורבן־מוזיי... יאָ, זי נייט זייער שיין אויף גאַנצע בילדער מיט באַוול מולינע. זיי הענגען אויף די ווענט פֿון איר שיין הויז. ווי בענעש האָט באַמערק, וווינט ער בלויז אין דעם הויז, אָבער עליס מאַכט אַזוי, אַז אין דעם הויז זאָל זײַן אײַנגענעם צו וווינען.
בענעש פֿאַרקערט — ער האָט ליב מער צו זיצן אין דער היים, הערן ייִדישע מוזיק און צונויפֿשטעלן אַ "פּאַזל־בילד". ער האָט די דאָזיקע פּושקע מיט די פֿאַרשיידנקאָליריקע שטיקלעך קאַרטאָן־פּאַזלס געפֿונען אויף דער גאַס. "הײַנט אויף דער גאַס קאָן מען דאָך געפֿינען גאַנצע פּעק מיט זעלטענע אויסגאַבעס פֿון זשורנאַלן, ביכער, — דערקלערט ער מיר, — מענטשן שטעלן עס אַרויס, אַקוראַט איבערגעבונדן. אפֿשר וועט עס עמעצן צו ניץ קומען?!" אויף אַזעלכע "פּעק" קאָן מען אָנטרעפֿן אויך אויף אונדזערע גאַסן אין ברוקלין, וווּ איך וווין. ווער דאַרף הײַנט האַלטן אַ ביכער־ביבליאָטעק אין שטוב, אַז אינעם קאָמפּיוטער קאָן מען אָפּזוכן וואָס נאָר איר פֿאַרלאַנגט. סײַדן, אין די ייִדישע פֿרומע שטיבער האָט מען נאָך דרך־ארץ צו אַ ספֿר, און די פּאָליצעס מיט ספֿרים, שיין אײַנגעבונדן, פֿאַרשטעלן אַ וואַנט, צוויי און שאַפֿן אַ באַזונדערע גײַסטיקע אַטמאָספֿער.
בענעש האָט טאַקע געבראַכט אַהיים די פּושקע מיט "פּאַזלס", אָבער דאָס מוסטער־בילד, וואָס מע דאַרף פֿון די הונדערטער שטיקלעך צונויפֿשטעלן, האָט דאָרט אויסגעפֿעלט, ווי מע וואָלט עס אומיסטן נישט געלאָזט. בענעשן האָט עס אָבער נישט אָפּגעשטעלט. ווי אַן עכטער אַזאַרט־שפּילער, האָט ער מיט עקשנות געהאַלטן בײַם צונויפֿצושטעלן אַ בילד פֿון אַן ערך 50 אויף 70 צענטימעטער, נישט האָבנדיק קיין אַנונג, ווי אַזוי עס דאַרף אויסזען, ווי אָנגעטאַפּט אין דער פֿינצטערניש. "איך האָב צײַט. איך האָב נישט וווּהין זיך צו אײַלן", — האָט ער מיר דערקלערט.
|
די איסט־מעלבורן שיל אויף דער אַלבענט־גאַס |
|
בענעש פֿירט אויך אָן מיט אַ ייִדיש לייענקרײַז. דאַכט זיך, אינעם דריטן אָוונט האָט ער מיט עליס מיך געבראַכט צו פֿירן אין אַ שיין מאָדערן הויז, וווּ ס׳האָבן זיך בײַ אַ טיש צונויפֿגעזאַמלט אַ צען, עלף מענטשן, ס׳רובֿ פֿרויען, קינדער פֿון די שארית־הפּליטה. אין מײַן פּראָגראַם, גענוי צונויפֿגעשטעלט פֿון רענאַטאַ און אירע פֿרײַנד, איז די טרעפֿונג נישט פּלאַנירט געוואָרן. מיר איז אָבער אינטערעסאַנט געווען צו זען אַזאַ ייִדיש־קרײַז און זיך באַקענען מיט די מענטשן.
ווי געזאָגט, זײַנען זיי כּמעט אַלע געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה און זייער ביסל ייִדיש האָבן זיי אַרויסגעטראָגן פֿון טאַטע־מאַמעס היים. יעדער האָט געהאַט זײַן אייגענע וואָגל־געשיכטע פֿון אייראָפּע קיין אויסטראַליע, און דווקא אָט דער קורצער צײַט־אָפּשניט פֿון זייער לעבן האָט זיך אײַנגעקריצט אין זייער זכּרון אויף ייִדיש. אַלע האָבן זיי פֿאַרענדיקט די קורצע מעשׂה זייערע מיטן קומען קיין אויסטראַליע. ווײַטער האָט זיך שוין אָנגעהייבן אַן אַנדער געשיכטע, אויף ענגליש. האָב איך זיי געפֿרעגט, פֿאַר וואָס אַזוי? דער ענטפֿער האָט איבערצײַגט: "די עלטערן האָבן זיך פֿון אונדז געלערנט רעדן ענגליש, האָבן מיר אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש."
צווישן די מענטשן פֿון דעם לייען־קרײַז איז געווען אויך מײַנער אַ בן־עיר, אַ בעסאַראַבער ייִד פֿונעם שטעטל כאָטין, אַבֿרהם. אַ פֿרומער ייִד, אַ ליובאַוויטשער חסיד, האָבן מיר זיך גיך דערפֿילט היימיש — סײַ צוליב זײַן זאַפֿטיקן בעסאַראַבער ייִדיש, סײַ צוליב די פֿאַרשידענע אייגנטימלעכע קלייניקייטן, וואָס פֿאַרבינדן איין לאַנדסמאַן מיטן אַנדערן — די נאַטור, מאכלים, געשטאַלטן, מיט איין וואָרט, פּרטים, וואָס מאַכן איין ייִדישע עדה אַנדערש פֿון דער צווייטער — די פּוילישע פֿון בעסאַראַבער, די אוקראַיִנישע פֿון ליטווישע, און די ליטווישע פֿון גאַליציאַנער...
אויב מיר האָבן שוין דערמאָנט די באַזונדערע מאכלים, האָט בענעש, ווי עפּעס אַ חריפֿותל, געבראַכט אַ האַלבן טאָפּ מיט רויטן בעסאַראַבער "מאָגערן באָרשט", דאָס הייסט אָן פֿלייש. מײַן פֿרוי האָט אים דווקא אין יענעם טאָג אָפּגעקאָכט. זי אַליין איז צום ייִדיש־קרײַז נישט געקומען, געבליבן זיך אָפּרוען אַ ביסל אין שטוב. נאָך אַ גאַנצן טאָג אַרומפֿאָרן און אַרומגיין מיט בענעשן איבער די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון עלסטערנוויק, איז זי גאַנץ גוט מיד געוואָרן.
צום סוף, ווען אַלע געשיכטעס זײַנען שוין דערציילט און אויסגעהערט געוואָרן, האָט די באַלעבאָסטע דערלאַנגט פֿאַר יעדן איינעם אין שיינע פֿוזשערן, ווי אַ דעסערט, אַ פּאָרציע באָרשט. צום ערשטן מאָל אין לעבן האָב איך געזען, אַז מיט אַ ביסל באָרשט זאָל מען זיך פּאַסמאַקעווען, ווי מיטן בעסטן קאָקטייל. (אַ וויוואַטל ראַיען!)
מיט צוויי טעג פֿריִער, איז אין אַן אַנדער הויז, בײַ דער מיטגלידערין פֿונעם ייִדיש־קאָמיטעט, דינה שאָנבערג, פֿאָרגעקומען אַ מין קבלות־פּנים, אויף וועלכן ס׳האָבן זיך צונויפֿגענומען מענטשן, וואָס זײַנען אַקטיוו אויף דער ייִדישער גאַס אין מעלבורן. נײַע פּנימער, נײַע נעמען: די באַלעבאָסטע דינה, פֿריידי מראָקי, אַ לערערין אין דער שלום־עליכם־שול און אַ זינגערין אינעם אַנסאַמבל "קלעזמאַניע", איר מאַמע חנה, אַ געוועזענע לערערין (וועגן חנהן און איר מאַן משה וועל איך שפּעטער דערציילן באַזונדער), אַוודאי רענאַטאַ, באַזאָרגט מיט דעם, ווי ס׳וועט דורכגיין די ייִדישע "סוף־וואָך", מײַקל זילבערמאַן, דער פֿירער פֿון "בונד", דער מאַן פֿון באַבי זילבערמאַן, וואָס פֿירן אָן מיט דער ייִדיש־אוידיציע אויף דעם עטנישן געזעלשאַפֿטלעכן ראַדיאָ פֿון מעלבורן 3zzz; אַלעקס דאַפֿנער, פּרעזידענט פֿון "קדימה" און דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם בײַ דער מלוכישער ראַדיאָ־סטאַנציע SBS; מיט אַלעקסן האָבן מיר מיט עטלעכע יאָר פֿריִער פֿאַרבראַכט אַ טאָג אויף ברײַטאָן־ביטש אין ברוקלין, בעת זײַן באַזוך אין ניו־יאָרק.
עס זײַנען נאָך בײַגעווען צוויי געסט, פֿאַרבעטן ספּעציעל זיך צו באַקענען מיט מיר — דער ווילנער ייִד אָסקאַר פּאָגאָס און מײַן לאַנדסמאַן פֿון קעשענעוו לייזער שוואַרצמאַן, ביידע אימיגראַנטן פֿון די נײַע עמיגראַציע־שטראָמען — אָנהייב 1970ער און 1990ער. נאָך אַ גלעזעלע וואַרעם ווײַן, באַטעמט מיט דופֿטיקע געווירצן, האָט זיך בײַם לאַנגן גאַסטפֿרײַנדלעכן טיש גיך אַנטוויקלט אַ געשפּרעך. אינטערעסאַנט, אַז די ווײַבער האָבן זיך באַלד אָפּגעטיילט פֿון די מענער, כאָטש קיין מחיצה האָט, חלילה, קיינער נישט אויפֿגעשטעלט. זעט אויס, זיי האָבן געהאַט זייערע אייגענע טעמעס צום שמועס, ווי די באַזאָרגטקייט פֿון די מענער אַרום "דעם אַראַבישן פֿרילינג" און ישׂראל.
דאָס ביסעלע "גליווײַן" האָט נאָך מער דערוואַרעמט די מידקייט נאָכן לאַנגן וועג, און דער צײַט־אונטערשייד האָט וועגן זיך צו וויסן געגעבן. צוריק גערעדט, איז אויך אויפֿן אויסטראַלישן זייגער געווען שוין גוט שפּעט. אַ באַזונדערן חן צו דער טרעפֿונג האָט צוגעגעבן דער אַלטער ייִדישער וויץ, דערציילט פֿון בענעשן, איידער מ׳איז זיך צעגאַנגען. ס׳איז כּדאַי כ׳זאָל מיט אים פֿאַרענדיקן דאָס קאַפּיטל:
צום רבֿ אין שיל איז צוגעקומען אַ ייִד און געבעטן ער זאָל אים אָנווינטשן, ווײַל הײַנט איז ער געוואָרן אַ בן־תּישעים. ווינטשט אים דער רבֿ אָן, ווי עס פֿירט זיך, צו דערלעבן ביז הונדערט און צוואַנציק. אויפֿן צווייטן טאָג קומט צום רבֿ צו אַ צווייטער ייִד און בעט, דער רבֿ זאָל אים אויך אָנווינטשן, ווײַל ער איז געוואָרן אַ בן־מאה. ווינטשט אים דער רבֿ אָן צו דערלעבן ביז הונדערט און צוואַנציק. אויפֿן דריטן טאָג פֿירט מען צום רבֿ צו אַ ייִד, וואָס ס׳איז אים געוואָרן שוין הונדערט און צוואַנציק יאָר. קוקט אים דער רבֿ אָן אַ ווײַלע און ווינטשט אים צו: "רב ייִד, האָט מיר אַ גוטן טאָג!"