געזעלשאַפֿט
פֿון קריסטאָף מאַטעס לאַנדאָלט און לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ הויז אין ענדינגען מיט צוויי טירן — איינע פֿאַר ייִדן, די צווייטע פֿאַר קריסטן
אַזוי ווי מיר האָבן מיט צוויי וואָכן צוריק דערציילט, ווי שווייצער קומען הײַנט קיין ניו־יאָרק, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער היגער ייִדיש־וועלט, וועלן מיר די וואָך שרײַבן פֿאַרקערט: ווי ניו־יאָרקער ייִדישיסטן זײַנען אַ מאָל געפֿאָרן אין דער שווייץ, כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער שווייצער קולטור. עס רעדט זיך וועגן דער פֿאָלקלאָריסטקע בינה ווײַנרײַך און איר מאַן, דער לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַך, וואָס זיי האָבן פֿאַרבראַכט אַ גאַנץ יאָר אין ציריך (1949—1950), כּדי אוריאל זאָל אויספֿאָרשן די שווייצער צוויישפּראַכיקייט. פֿון דעם איז אַרויס זײַן קלאַסיש לינגוויסטיש ביכל "שפּראַכן אין קאָנטאַקט", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ תּמצית פֿון זײַן דיקלײַביקער דיסערטאַציע.
אָבער דאָס באַגעגעניש מיט דער שווייץ האָט געהאַט אַ פּעולה ניט נאָר אין דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק און אין אוריאל ווײַנרײַכס אַקאַדעמישער קאַריערע. עס האָט אויך געביטן און אויסגעברייטערט דעם אופֿן, ווי אַזוי מען האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך און דעם באַגריף אַשכּנז. די ווײַנרײַכס האָבן צום ערשטן מאָל "אַנטדעקט" דעם מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס האָט אַ מאָל זיך געצויגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, אַפֿילו צפֿון־איטאַליע, אָבער וואָס דעמאָלט האָבן בלויז געציילטע אַלטע ייִדן די שפּראַך נאָך געדענקט, דער עיקר, אין עלזאַס (פֿראַנקרײַך) און אין דער שווייץ. דאָס וואָרט "אַנטדעקט" שטייט אין גענדזנפֿיסלעך, ווײַל אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור איז די עקזיסטענץ פֿון מערבֿ־ייִדיש שוין געווען גוט באַקאַנט — נאָר וועלכער ייִד אין ווילנע, וואַרשע, אָדער ניו־יאָרק האָט זי אַ מאָל געהערט? אין דײַטשלאַנד האָט מערבֿ־ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ נאָך אין משה מענדלסאָנס צײַטן.