אַ הויז אין ענדינגען מיט צוויי טירן — איינע פֿאַר ייִדן, די צווייטע פֿאַר קריסטן |
אָבער דאָס באַגעגעניש מיט דער שווייץ האָט געהאַט אַ פּעולה ניט נאָר אין דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק און אין אוריאל ווײַנרײַכס אַקאַדעמישער קאַריערע. עס האָט אויך געביטן און אויסגעברייטערט דעם אופֿן, ווי אַזוי מען האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך און דעם באַגריף אַשכּנז. די ווײַנרײַכס האָבן צום ערשטן מאָל "אַנטדעקט" דעם מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס האָט אַ מאָל זיך געצויגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, אַפֿילו צפֿון־איטאַליע, אָבער וואָס דעמאָלט האָבן בלויז געציילטע אַלטע ייִדן די שפּראַך נאָך געדענקט, דער עיקר, אין עלזאַס (פֿראַנקרײַך) און אין דער שווייץ. דאָס וואָרט "אַנטדעקט" שטייט אין גענדזנפֿיסלעך, ווײַל אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור איז די עקזיסטענץ פֿון מערבֿ־ייִדיש שוין געווען גוט באַקאַנט — נאָר וועלכער ייִד אין ווילנע, וואַרשע, אָדער ניו־יאָרק האָט זי אַ מאָל געהערט? אין דײַטשלאַנד האָט מערבֿ־ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ נאָך אין משה מענדלסאָנס צײַטן.
די יונגע ווײַנרײַכס זײַנען אין ציריך געגאַנגען אויף אַ לעקציע פֿון דער וויכטיקער פֿאָרשערין פֿון מערבֿ־ייִדיש פֿלאָרענס גוגענהיים, וואָס האָט זיי דערציילט, אַז ביז מיט אַ דור פֿריִער האָבן ניט ווייניק שווייצער ייִדן נאָך גערעדט מערבֿ־ייִדיש טאָג־טעגלעך; ספּעציעל — אין די צוויי דערפֿער, ענדינגען און לענגנוי. אין 18טן און 19טן יאָרהונדערט האָבן שווייצער ייִדן געמעגט וווינען נאָר אין די צוויי דערפֿער, האָבן זיי זיך דאָרט קאָנצענטרירט און אַנטוויקלט אַ פֿעסט קולטור־לעבן אויף ייִדיש. ניט נאָר זײַנען זיי דאָרט געווען די מערהייט, ייִדן האָבן אויך געלעבט באַזונדער, ניט ווייניקער ווי אין מיזרח־אייראָפּע. ייִדן און קריסטן האָבן אַפֿילו ניט געניצט די זעלבע טיר, כּדי אַרײַנצוגיין אינעם זעלבן הויז!
ווען די שווייצער ייִדן האָבן באַקומען גלײַכבאַרעכטיקונג אין 1866, זײַנען זיי צו ביסלעך אַוועק פֿון ענדינגען און לענגנוי, כּדי צו וווינען אין די גרויסע שטעט. אָבער אין 1950 איז נאָך געווען מיט וועמען צו רעדן. גוגענהיים האָט די ווײַנרײַכס מיטגענומען אויף אַן עקסקורסיע אַהין און זיי האָבן זיך אַליין באַקענט מיט די דאָזיקע "לעצטע מאָהיקאַנער" פֿון מערבֿ־ייִדישלאַנד. זיי האָבן אַפֿילו אָנגעטראָפֿן אויף אַ קריסטלעכן פּויער, וואָס האָט מיט זיי געשמועסט אויף ייִדיש.
ווען די ווײַנרײַכס זײַנען צוריק געקומען אַהיים, קיין ניו־יאָרק, האָבן זיי צוזאַמען געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער דאָזיקער באַגעגעניש אין דעם י. ל. כּהן־פֿאָלקלאָר־קלוב: "צו גאַסט בײַ דאָרפֿסייִדן אין דער שווייץ". בינה האָט דערציילט וועגן דער עטנאָגראַפֿיע, און אוריאל — וועגן דער שפּראַך, שפּילנדיק דערבײַ אויך עטלעכע רעקאָרדירונגען. אַזוי האָט אַ ברייטערער קרײַז ניו־יאָרקער ייִדישיסטן און ייִדיש־פֿאָרשער צום ערשטן מאָל געהערט דעם פֿרעמדן קלאַנג פֿון זייער פֿאַרוואָרפֿענעם שוועסטער־דיאַלעקט, וואָס איז עטלעכע הונדערט יאָר געלעגן אָפּגעזונדערט און איזאָלירט.
ניט לאַנג צוריק איז דער דאָזיקער וויכטיקער רעפֿעראַט צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן, אינעם פֿינפֿטן נומער "בלעטער פֿאַר מערבֿ־ייִדיש", רעדאַקטירט פֿון אַסטריד שטאַרק־אַדלער. דאָרט געפֿינען זיך אויך צוויי נײַע און אינטערעסאַנטע אַרטיקלען פֿון די לינגוויסטן גרשון יאָכנאָוויץ (אַ ווײַנרײַך־תּלמיד) און ייִרג פֿליישער, ווי אויך צוויי וואָדעוויל־פּיעסעס אויף מערבֿ־ייִדיש, געשריבן פֿון זשאָזי מאיר אין די 1920ער יאָרן. (כּדי צו באַשטעלן, שרײַבט astrid.starck@unibas.ch)
ווען אַ חסידישער ייִד, אַ חבֿר, האָט אַ מאָל געהערט איינע פֿון די שווייצער ייִדישע רעקאָרדירונגען, האָט ער גלײַך אויסגערופֿן: "דאָס איז דאָך דײַטש!" אמת. ער וואָלט אפֿשר געזאָגט דאָס זעלבע, אויב ער וואָלט געהערט אַ רעקאָרדירונג ווי אַ ליטוואַק רעדט. (כאָטש פֿאַקטיש איז דער חסידישער ייִדיש נעענטער צו דײַטש, ווי דער ליטווישער — סײַ לויט דער גראַמאַטיק, סײַ לויטן וואָקאַבולאַר.) אויף דער מבֿינות פֿונעם דורכשניטלעכן ייִדיש־רעדער קען מען זיך ניט צו שטאַרק פֿאַרלאָזן; ווײַל וויפֿל דײַטש קענען ס׳רובֿ חסידים? וואָס ווייניקער, אַלץ בעסער!
נאָר אַפֿילו פֿאַר אַזעלכע, וואָס האָבן אַ שטיקל דעה אין די זאַכן, דאַרף מען מודה זײַן, אַז שווייצער ייִדיש קלינגט זייער ענלעך צו די דײַטשע דיאַלעקטן (ניט דווקא שווייצער דײַטש) און זייער אַנדערש פֿון אונדזער מיזרח־ייִדיש. ווער קען וויסן, צי די מערבֿ־ייִדן האָבן תּמיד גערעדט אַזוי, צי מיט דער צײַט זײַנען זיי געוואָרן "אַסימילירט"? בײַגעלייגט מיטן נומער "בלעטער פֿאַר מערבֿ־ייִדיש" איז אַ קאָמפּאַקט־דיסק מיט אַ לאַנגן אינטערוויו, וואָס מאַקס ווײַנרײַך האָט געמאַכט אין 1958 מיט אַרטור ציווי, אַן אַלטער פֿאָרשער פֿונעם עלזאַסער ייִדיש. ציווי דערציילט, אַז אין זײַן יוגנט פֿלעגן קומען קיין עלזאַס פּוילישע ייִדן ("שנאָרערס"), אָבער מיט זיי האָט מען גערעדט אויף דײַטש. דער מיזרח־דיאַלעקט איז שוין געוואָרן, זעט אויס, ווי אַ פֿרעמדע שפּראַך.
בײַ אוריאל ווײַנרײַכן האָט דאָס יאָר אין ציריך אינספּירירט זײַן לעבנס־אַרבעט: דער "ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס", וואָס ער האָט דאָרט שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן. דער טאַטע, מאַקס ווײַנרײַך, האָט נאָך אין די אָנהייב 1920ער יאָרן געלערנט דיאַלעקטאָלאָגיע אין מאַרבורג, דײַטשלאַנד, אָבער אין צווישן האָבן די נאַציס מטמא געווען די דײַטשע וויסנשאַפֿט און אוריאל האָט ניט געהאַט קיין בעסער אָרט צו לערנען ווי אין ציריך. אַ דאַנק דעם באַגעגעניש מיט די שווייצער דאָרפֿסייִדן, האָט ער געוווּסט, אַז עס לוינט זיך אויך צו אינטערוויויִרן ייִדן פֿון די מערבֿ־טעריטאָריעס. אַפֿילו בײַ אַזעלכע, וואָס בײַ זיי זײַנען פֿאַרבליבן בלויז שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדיש, קען מען אים אין אַ געוויסער מאָס רעקאָנסטרויִרן אויפֿן סמך פֿון די־אָ שפּורן. אַזוי איז גאַנץ אַשכּנז, אַזוי צו זאָגן, אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים און איז געוואָרן צוטריטלעך ווי אַן אָביעקט פֿאַר פֿאָרשונג.
נאָך דעם ווי די ווײַנרײַכס האָבן זיך אומגעקערט פֿון דער שווייץ, איז אַ ביסל פֿון זייער ייִדישיזם פֿאַרבליבן אויפֿן אָרט. פֿלאָרענס גוגענהיים האָט לאַנגע יאָרן ווײַטער געפֿאָרשט מערבֿ־ייִדיש און די געשיכטע פֿון שווייצער ייִדן. ייִרג פֿליישער, פּראָפֿעסאָר פֿון שפּראַך־וויסנשאַפֿט אין מאַרבורג, אָבער אַליין אַ שווייצער, איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשערס אויף דעם געביט. די אַרבעט אויף אוריאל ווײַנרײַכס אַטלאַס ציט זיך ווײַטער, דער עיקר, אין דײַטשלאַנד. ס’רובֿ אינטערוויוען פֿאַרן אַטלאַס קען מען הײַנט הערן אויפֿן דײַטשן וועבזײַטל "עדות" (eydes.de) — אויך יענעם אינטערוויו מיטן אַלטן עלזאַסער ייִד אַרטור ציווי: http://eydes.de/UsrF74719C6ZY/index/li/li-024.html