דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

מיר ווייסן אַלע, אַז די ציבעלע מיטן קנאָבל זענען עיקרדיקע אינגרעדיענטן פֿון דער ייִדישער קיך. נישט אין גאַנצן אומזיסט איז אויפֿגעקומען דער סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן זענען "ציבעלע-פֿרעסערס". דערפֿון איז דאָך דאָ דאָס אַמאָליקע פּוילישע זידלוואָרט פֿאַר אַ ייִד, cebularz — וואָלטן אין פּוילן נאָך אַלץ געלעבט מיליאָנען ייִדן, וואָלט דאָס וואָרט נאָך געגאָלטן... הײַנט דאָס וואָס שלום-עליכם דערציילט אין זײַנע זכרונות, "פֿונעם יריד", ווי אַזוי דער טאַטע האָט אים קינדווײַז צוגענומען אַ לערער פֿון רוסיש, האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, אַז דער לערער איז נישט קיין ליבהאָבער פֿון ייִדן. ווי אַזוי? דאָס ערשטע וואָרט וואָס ער האָט געקנעלט מיטן יונגן שלום נחום-וועוויקס? chesnok ׳קנאָבל׳. אַזאַ שטאָך האָט שלומס טאַטע נישט פֿאַרטראָגן און אין גיכן געוויזן דעם לערער די טיר.
כאָטש די ציבעלע איז אין מיזרח-אייראָפּע בכלל און, בײַ אונדזערע ייִדן בפֿרט, נישט קיין חשובֿער תּושבֿ, קען מען זיך אָן איר פֿאָרט נישט באַגיין. דאָס איז, אָבער, אויך אמת וועגן דעם קאַרטאָפֿל, וואָס אונדזערע לייענערס ווייסן שוין, אַז ער איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק. און די ציבעלע, מיט אירע נאָענטע קרובֿים — קנאָבל, אַשלעך/גרינע ציבעלע/יונגע ציבעלע, שטשיפּיער און פּאָרע-ציבעלע?
קודם-כּל איז דער מין זייערער Allium, אויף ייִדיש — "ציבעלע-געוויקסן", אַ גליד פֿון דער משפּחה Liliaceae — lily, ליליקע. לויט די מקורים זענען פֿאַראַן איבער 300 זגאַלן פֿון די ציבעלע-געוויקסן, וואָס אַרום אַ פֿערטל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַמעריקע. די ציבעלע ווערט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן אין מעסאָפּאָטאַמיע (דאָס הײַנטיקע איראַק) מיט העכער פֿיר טויזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט זי שוין, אַ פּנים, געהאַט אַ שם, אַז זי טויג בעסער פֿאַר אָרעמע-לײַט ווי פֿאַר רײַכע. אָבער אויך גרויסע מענטשן, מלכים, האָבן זי געגעסן. אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטער האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און, סוף-כּל-סוף, אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. אָנגעקומען איז זי, ווי אַ סך אַזיאַטישע געוויקסן, דורך גרעקנלאַנד און רוים.
און די ווערטער? כּמעט אַלע פֿון לאַטײַן. פֿונעם לאַטײַנישן cepa וואַקסט דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען פֿון דער געוויינטלעכער ציבעלע (אָדער גאָרטן-ציבעלע), Allium cepa; פֿון דעם באַקומט זיך דאָס רומענישע ceapă און דאָס אַמאָליקע פֿראַנצויזישע cive. זעט איר, אַ סך מער הצלחה האָט געהאַט דער לאַטײַנישער דימינוטיוו cepulla: פֿון דעם נעמען זיך נישט נאָר דאָס איטאַליענישע cipolla, דאָס שפּאַנישע cebolla און דאָס פּאָרטוגאַלישע cebola, ווי מע וואָלט זיך געריכט, נאָר דאָס אַמאָליקע דײַטשישע zibolle — דאָס הײַנטיקע Zwiebel האָט דאָס פֿאָלק איבערגעפֿורעמט ווי ס׳וואָלט געווען אַ צונויפֿהעפֿט פֿון צוויי ווערטער "צוויי + באָל" (׳באַלעם׳). פֿון די דײַטשן איז דאָס וואָרט אַריבער קיין מיזרח-אייראָפּע: טשעכיש cibule, פּויליש cebula (אַ מאָל געווען אויך cybula), אוקראַיִניש און רײַסיש tsybulya, ליטוויש cibule, מאַמע-לשון "ציבעלע". (דאָס ייִדישע נעמט זיך אָדער גלײַך פֿונעם אַמאָליקן דײַטשיש אָדער אומדירעקט, דורך סלאַוויש.)
וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. פֿון וואַנעט דאָס ענגלישע onion? פֿונעם פֿראַנצויזישן oignon; דאָס פֿראַנצויזישע, ווידער, שטאַמט פֿונעם לאַטײַנישן unio ׳פֿאַראייניקונג׳, ווײַל די סטרוקטור פֿון אַ ציבעלע באַשטייט דאָך אין אַזוי פֿיל פֿאַראייניקטע שיכטן. אַ פּערזענלעכער מאָמענט: אין די קינדער-יאָרן פֿלעג איך לאַכן ווען כ׳פֿלעג דערזען אין דער באַן־סטאַנציע Union Square ווי איינער אַ לץ האָט געמאַכט פֿונעם U — אַן O, הייסט עס — Onion Square. גיי ווייס, אַז זיי זענען אין תּוך אַרײַן איין וואָרט!
פֿון די גרויסע אייראָפּעיִשע לשונות האָט בלויז רוסיש נישט קיין לאַטײַניש-שטאַמיקן טערמין — דאָס רוסישע luk נעמט זיך פֿונעם זעלביקן דײַטשישן שורש וואָס דאָס ענגלישע leek און דאָס דײַטשישע Lauch. ס׳אַן איראָניע, וואָס די דײַטשן האָבן אַנטליגן די רוסן אַ וואָרט און אַליין געמוזט נאָך זייער וואָרט אָנקומען צו די רוימער. (וועגן leek וועט זײַן די רייד באַזונדער.) אַנדערע, קלענערע לשונות האָבן אייגענע ווערטער: דאָס אונגערישע hagyma איז אַן אייגנס, פֿון פֿינאָאוגרישן אָפּשטאַם; דאָס עבֿריתּישע "בצל" (לייען: באַצאַל) און דאָס אַראַבישע baṣal זענען סעמיטישע.
אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר איז די ציבעלע היפּש פֿאַרטראָטן. אויף ייִדיש זאָגט מען דאָך אויף פֿאַלשע טרערן "ציבעלע-טרערן". אויף איינעם וואָס דרינגט פֿאַלש זאָגט מען, אַז ער מיינט, אַז "אויב ׳ציבעלע׳ איז ׳ציבוליאַ׳ [אויף סלאַוויש], איז ׳קנאָבל׳ ׳קנאָבוליאַ׳ [אָדער:] איז ׳ברויט׳ ׳ברויטוליאַ׳". ציבעלעס עסט מען ווײַל מע האָט נישט קיין ברירה: "אַלע ציבעלעס זענען ביטער", "דערעסן ווי אַ ביטערע ציבעלע", "ליב האָבן ווי אַ ביטערע ציבעלע", "האָבן מיר נישט געוואָלט עסן מן אין דער מידבר, מוזן מיר עסן ציבעלע". ציבעלעס האָבן אַ קנאַפּן ווערט, אַפֿילו די אָרעמסטע ייִדן קענען זיך פֿאַרגינען זיי צו עסן: עפּעס "איז נישט ווערט קיין ציבעלע", אַ קאַרגער "קוואַפּעט זיך אויף אַ פֿרעמדער ציבעלע", "ער וועט פֿאַר אים נישט אַוועקגעבן קיין זאַק ציבעלע [אָדער:] באָרשט". אַגבֿ, אויך בײַ די אַראַבער איז די ציבעלע אַ ביטערע: פֿאַראַן אַ ווערטל yaum asal, yaum baṣal ׳אַ טאָג האָניק, אַ טאָג ציבעלע׳, דאָס הייסט — ׳פֿאַראַן גוטע און שלעכטע טעג׳.