- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
האָבן מיר זיך נישט געפֿוילט און געזוכט דאָס וואָרט "פֿאָלקלאָר" אין דער צײַטונג. קוים, קוים האָט מען עפּעס געפֿונען: אַן אַנאָנס פֿאַרן זשורנאַל "נאָענט און ווײַט" (1914), אין וועלכן פּינחס גראָובאַרד האָט געדרוקט זײַן פֿאָלקלאָר־זאַמלונג; אַן אָנאָנס אין 1932 וועגן דעם "שמואל לעהמאַן בוך" לכּבֿוד דעם וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט, און אַן אַרטיקל פֿון יצחק בערנשטיין וועגן י. ל. פּרץ. ווען מע זוכט מאַטעריאַלן מיטן וואָרט "פֿאָלקסליד" באַווײַזט זיך נאָר איציק מאַנגערס איבערזעצונגען פֿון פֿאָלקסלידער בײַ אַנדערע פֿעלקער (1934). אַפֿילו די רובריק "פֿאָלקס־מעשׂה" רופֿט נישט אַרויס קיין סך אַרטיקלען. אָבער ווען מע זוכט אַזאַ פֿאָלקלאָרישע פּערזענלעכקייט ווי דער בדחן, אַנטדעקט מען אַ וועלט. די וועלט באַשטייט נישט פֿון אַקאַדעמישע, פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן בדחנות, נאָר פֿון באַצאָלטע אַנאָנסן פֿאַר וואַרשעווער חתונה־זאַלן. גרויסע מציאות אויף חתונות האָט מען אַמאָל דאָרטן געקענט געפֿינען, למשל: "פֿאַר 3 רובל באַקומט מען מוזיק מיט פּיאַנע, אַ בדחן, טישן, בענק, געשיר, פּלאַץ פֿאַר 100 פּאַרשוין, אַ חופּה. נאָוואָליפּיע 66" [1916]. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָ מיינט מען 3 רובל אַ פּערזאָן. בײַ אַן אַנדער אַנאָנס שטייט "פֿאַר 1 רובל באַקומט מען כּלי־זמרים, אַ באַוווּסטן קאָמיקער אָדער בדחן, טישן, בענק, געפֿעס, פּלאַץ פֿאַר 200" [1915]. אַחוץ די צענדליקער אַנאָנסן, האָט מען פֿון צײַט צו צײַט געקענט לייענען אַ נײַעס וועגן אַ בדחן, און אַ מאָל נישט קיין גוטע נײַעס. אין 1936 איז געווען אַן אַרטיקל מיטן קאָפּ "אַ בדחן איז מסדר קידושין נישט־געגטע פּאָרלעך פֿאַר 1 זלאָטע; די געליטענע ווײַבער ברענגען אים צו שלעפּן אין ראַבינאַט אַרײַן". אַ "כאָפּטע ווײַבער" האָבן דעם בדחן געבראַכט צו די רבנים און געבעטן, מע זאָל אים אַרײַנלייגן אין חרם. איין פֿרוי האָט דערציילט, אַז איר מאַן האָט זי איבערגעלאָזט נאָך דעם "ווי זיי האָבן זיך איבעגעווערטלט." די פֿרוי האָט אים געזוכט און געפֿונען, אַז ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ צווייטער. די קידושין מיטן צווייטן ווײַב האָט מסדר געווען דער בדחן פֿאַר איין זלאָטע. "צוליב דעם, וואָס עס קומט אָן אַזוי לײַכט צו שטעלן אַ חופּה, האָבן זיך לעצטנס פֿאַרמערט צווישן המון די פֿאַלן פֿון אַוועקוואַרפֿן די פֿרויען און חתונה האָבן מיט אַן אַנדערער." דער בדחן האָט "געלייקנט שטיין און ביין", און דערציילט, אַז ער איז "אַ גרויסער עם־הארץ און קען נישט קיין עבֿרי" און "ממילא קאָן ער נישט מסדר זײַן קדושין." דער אַרטיקל ענדיקט זיך דערציילנדיק, אַז ביידע צדדים וועלן ברענגען מער עדות שפּעטער אין וואָך. זעט אויס, אַז דער בדחן איז נישט געווען סתּם אַ פֿריילעך־מאַכער אין דער אַלטער היים... צוויי פֿון די בעסטע שרײַבער בײַ דער צײַטונג "הײַנט" זענען געווען דער טעאַטער־רעזשיסאָר, קריטיקער און שרײַבער י. מ. נײַמאַן און מוזיק־קריטיקער, שרײַבער און פֿאָלקלאָריסט מנחם קיפּניס. ביידע האָבן פֿאַרמאָגט אַ פֿאָלקלאָרישן חוש. למשל, נײַמאַנס פּיעסע "שבת אויבס" איז פֿול מיט פֿאָלקלאָרישע סצנעס, און קיפּניס איז געווען אַ באַקאַנטער זאַמלער און זינגער פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. זוכנדיק דאָס וואָרט "בדחן" אויף דער וועבזײַט, האָט מען אָנגעטראָפֿן אויף קיפּניס׳ סעריע "ייִדישע קלעזמער אין פּוילן: אַ סעריע באַרימטקייטן". אין דעם ערשטן אַרטיקל (1928) שרײַבט קיפּניס וועגן יאָנטל קלעזמער, און באַשרײַבט די אַלגעמיינע סבֿיבֿה פֿון די קלעזמאָרים, אַז זיי זענען געווען די ערשטע וואָס האָבן "אָפּגעגאָלט די בערדלעך, אונטערגעהאַקט די קאַפּאָטקעס און זיך דערלויבט אַנדערע הפֿקר־זאַכן צו טון". יאָנטל קלעזמער, וועמען קיפּניס באַשרײַבט, איז אָבער געווען פֿון אַן אַנדער סאָרט, אַ טיפּ "וואָס, לויט אים, שטאַרבט שוין אויס"; אַ ייִד מיט אַ לאַנגער באָרד וואָס האָט געקענט אויך לערנען אַ בלאַט גמרא — "וואָס פּעדוצער איז געווען פֿאַר באַרדיטשעוו און פֿאַר גאַנץ פּאָדאָליע און וואָלין, איז יאָנטל קלעזמער געווען פֿאַר וואַרשע און פֿאַר לובלין, און מעזריטשער און שעדלעצער קאַנט". יאָנטל קלעזמער (יום־טובֿ שפּילמאַן) איז געבוירן געוואָרן אין 1827, אין מעזריטש, פּוילן, אין אַ קלעזמער־משפּחה. ער איז געווען אַ ישיבֿה־בחור און זיך אַליין געלערנט שפּילן פֿידל. "ס‘איז געווען בײַ אים אַ פֿאַראייניקונג פֿון תּורה מיט פֿידל צוזאַמען און, אַז ער איז אַרויס פֿון דער ישיבֿה האָט ער געמאַכט דאָס שפּילן פֿידל פֿאַר זײַן פֿאַך". ער האָט חתונה געהאַט און זיך באַזעצט אין לובלין און געשפּילט סײַ אויף ייִדישע חתונות, סײַ פֿאַר די רײַכסטע פּריצים. "אַז ער האָט געשפּילט צו דער חופּה־וועטשערע, האָבן אַלע געמוזט לעפֿל און גאָפּל אַרויסלאָזן פֿון די הענט". אַזוי ווי זײַן נשמה האָט געצויגן צו רוחניות, האָט ער געשאַפֿן קאָמפּאָזיציעס צו תּפֿילות, פּיזמונים, און חזנישע שטיקלעך. יאָסל בדחן פֿון לובלין איז געוואָרן דער זינגער פֿון די תּפֿילות. אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט רב יאָנטל געוווינט אין וואַרשע און איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אַנדער בדחן. פֿון דער משפּחה שפּילמאַן זענען אויסגעוואַקסן באַרימטע קלאַסישע מוזיקער אין פּוילן, אַרײַנגערעכנט וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, דער העלד פֿונעם פֿילם "דער פּיאַניסט". אין ייִוואָ געפֿינט זיך אַ העפֿט פֿון יאָנטל קלעזמערס קאָמפּאָזיציעס. י. מ. נײַמאַן האָט געדרוקט אין "הײַנט" אַ פֿעליעטאָן — "מזל־טובֿ! דעם רבינס אייניקל האָט חתונה" (1934). דער מחבר שרײַבט נישט ווער עס זענען חתן־כּלה, נאָר וועגן דער פֿרומער רחבֿותדיקער חתונה, וואָס, אין זײַנע וועלטלעכע אויגן, זעט עס אויס ווי אַ זעלטנקייט אין דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע־צײַט. נײַמאַן שרײַבט מיט איראָניע און הומאָר, און שילדערט עס ווי אַ דראַמאַטישע סצענע פֿול מיט עטנאָגראַפֿישע פּרטים; און וועגן בדחן דערציילט ער אויך. אין דער וועבזײַט פֿון "הײַנט" קען מען אויך לייענען אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע פֿון בדחנות; איינע הייסט טאַקע "דאָס בדחנות גייט אונטער" (1931). ווען אַ פֿאָרשער וועט נעמען אין באַטראַכט אַלע מינים צײַטונג־מאַטעריאַלן אויף דער טעמע בדחן — באַצאָלטע אַנאָנסן, פֿעליעטאָנען, היסטאָרישע אַרטיקלען — וועט מען קענען שאַפֿן אַן אַרומנעמיק בילד פֿון דער אוניקאַלער געשטאַלט. דאָס אויבן־דערמאָנטע האָבן מיר אויפֿן שפּיץ מעסער געפֿונען בײַם זוכן פֿאָלקלאָר. נאָך אוצרות אין דער צײַטונג וועלן מיר זיכער געפֿינען. "Mesopotamia" is spelledSubmitted by interlingual on Wed, 2012-07-04 09:36.
"Mesopotamia" is spelled here with an "s", I assume because Yiddish took it from the original Greek. However in many other languages (French "mezanine", Iltalian "mezzo" and in German, which was the main contributor to Yiddish, it is only written with an"s" to create the sound of the "z’ of the "s." "Mesopotamia" is spelledSubmitted by interlingual on Wed, 2012-07-04 09:36.
"Mesopotamia" is spelled here with an "s", I assume because Yiddish took it from the original Greek. However in many other languages (French "mezanine", Iltalian "mezzo" and in German, which was the main contributor to Yiddish, it is only written with an"s" to create the sound of the "z’ of the "s." |