געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נאָרוועגישע בילדונג־מיניסטאָרין קריסטין האַלוואָרסען באַטייליקט זיך אין אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע
די נאָרוועגישע בילדונג־מיניסטאָרין קריסטין האַלוואָרסען באַטייליקט זיך אין אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע
אין נאָרוועגיע איז מיר אויסגעקומען צו זײַן נאָר איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, און אויך איז עס געווען פֿאַרבײַפֿאָרנדיק קיין שוועדן. די זאַך איז, אַז מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע וווינט אין אַזאַ שוועדישן ווינקל, וואָס אויפֿן וועג צו איר איז געווען בעסער צו פֿליִען קיין אָסלאָ, ווײַל פֿון דאָרטן בלײַבט שוין אַ קאַצנשפּרונג צו דעם דאָרף, וווּ די מאָסקווער פֿרוי האָט (דורך אינטערנעץ, פֿאַרשטייט זיך) געפֿונען איר שוועדיש מזל. האָבן מיר דעמאָלט פֿאַרבראַכט אַ טאָג אין דער נאָרוועגישער קרוינשטאָט, און קיין שטאַרקן אײַנדרוק האָט זי אויף מיר ניט געמאַכט, סײַדן די פּרײַזן האָבן אויסגעזען גאָר ווילד — אַזאַ יקרות דאַרף מען נאָך זוכן.
נאָרוועגיע איז טײַער און אויך רײַך, און דאָס קומט, דער עיקר, פֿון די מינעראַלע רעסורסן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעזעטיקט דער ים אַרום דער מדינה. אַנטפּלעקט האָט מען עס סוף 1960ער יאָרן, און הײַנט פֿאַרנעמט נאָרוועגיע איינע פֿון די פֿירנדיקע ערטער צווישן די לענדער, וואָס עקספּאָרטירן נאַפֿט און גאַז. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי איז עס דער נאַפֿט, אָדער נאָך עפּעס אַן אַנדער סובסטאַנץ, וואָס גיט אַזאַ קלאַפּ אין קאָפּ דער נאַציע, אַז זי הייבט אָן אַקטיוו פֿײַנט האָבן ייִדן בכלל און ישׂראלים בפֿרט. דער סך-הכּל איז אָבער, אַז דווקא נאָרוועגיע האָט פֿאַרדינט דעם שם פֿון — אפֿשר — דער סאַמע אַנטי-ייִדישער מדינה אין אייראָפּע.
די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדן האָט היסטאָרישע קוואַלן. קודם-כּל מוז מען געדענקען, אַז נאָרוועגיע איז געווען דאָס לעצטע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס האָט דערלויבט ייִדן צו באַזעצן זיך אויף איר טעריטאָריע. געשען איז עס ערשט אין יאָר 1851. אין די ערשטע צוויי יאָרצענדליק נאָך אָט דער דערלויבעניש האָבן זיך דאָרטן באַזעצט 25 ייִדן. שפּעטער, ווען ייִדן האָבן אָנגעהויבן לויפֿן פֿון רוסלאַנד, איז די צאָל אויסגעוואַקסן ביז אַרום אַ טויזנט נפֿשות אין יאָר 1910. אָבער מער פֿון צוויי-דרײַ טויזנט ייִדן האָבן קיין מאָל ניט געוווינט אין דעם דאָזיקן צפֿון-לאַנד, וואָס האָט קיין באַזונדערע גאַסטפֿרײַנדלעכקייט ניט אַרויסגעוויזן.
ס׳איז וויכטיק אויך, אַז פֿאַר פֿרומע ייִדן איז עס געווען, און בלײַבט, אַ פּראָבלעמאַטיש אָרט: זינט 1929 איז אין נאָרוועגיע געזעצלעך פֿאַרבאָטן געוואָרן צו קוילען בהמות און עופֿות לויטן ייִדישן (און מוסולמענישן) דין. איצט געהערט נאָרוועגיע, צוזאַמען מיט דער שווייץ, שוועדן און איסלאַנד, צו דער גרופּע פֿון פֿיר אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס האָבן אַזאַ באַגרענעצונג. לעצטנס האָט מען געפּרוּווט אײַנפֿירן אַזאַ פֿאַרבאָט אויך אין האָלאַנד, אָבער דאָס געזעץ איז ניט אָנגענומען געוואָרן.
אַז מע רעדט שוין וועגן דער געשיכטע, דאַרף מען דערמאָנען אויך די יאָרן פֿונעם חורבן. פֿון יענער דערפֿאַרונג איז נאָרוועגיע אַרויס גאָר ניט אַזוי "שיין" ווי איר שכן — דענמאַרק. הגם ס׳רובֿ נאָרוועגישע ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט (אָפֿט מאָל אַ דאַנק דער הילף פֿון די נאָרוועגישע אונטערערדישע אָרגאַניזאַציעס) אין שוועדן צי אין גרויס-בריטאַניע, האָבן נאָרוועגישע פֿאַשיסטן צוגעלייגט זייער האַנט צום אומברענגען הונדערטער ייִדן. ייִדישע געשעפֿטן זײַנען געווען קאָנפֿיסקירט, און דאָס אויסצאָלן צוריק קאָמפּענסאַציעס האָט זיך פֿאַרצויגן אויף לאַנגע יאָרן.
הקיצור, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין האָניק האָבן ייִדן אין נאָרוועגיע קיין מאָל ניט געלעקט. דער אמת זעט אויס, אַ פּנים, ניט אין גאַנצן אַזוי. אַנדערש וואָלטן קיין ייִדן דאָרטן אין גאַנצן ניט געוווינט. אָבער דאָך האָט דאָס לאַנד אָנדערטהאַלבן טויזנט ייִדן — הייסט עס, אַז זיי געפֿינען עס פֿאַר מעגלעך צו בלײַבן דאָרטן, און איך בין זיכער, אַז אַ סך, צי אַפֿילו ס׳רובֿ, פֿון זיי זײַנען צופֿרידן מיט זייער לעבן. אַזוי איז דאָך כּמעט אומעטום: די באַציִונג צו כּל-ישׂראל איז גאָר ניט אומבאַדינגט די זעלבע ווי די באַציִונג צו ר׳ ישׂראל.
אָבער וואָס שייך כּל-ישׂראל און — מער ספּעציפֿיש, מדינת-ישׂראל — איז די באַציִונג, בלי-ספֿק, אַ שלעכטע, לכל-הפּחות, צווישן אַ היפּשן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַן אויספֿרעג ווײַזט, אַז מער פֿון אַ דריטל נאָרוועגישע תּושבֿים פֿירן דורך אַ פּאַראַלעל צווישן דעם ווי אַזוי די ישׂראלים באַהאַנדלען די פּאַלעסטינער און דעם ווי די נאַציס האָבן באַהאַנדלט די ייִדן. און מער פֿון אַ העלפֿט אויסגעפֿרעגטע מיינען, אַז ייִדן נוצן אויס דעם חורבן פֿאַר זייערע צילן אָדער, אַז זיי זײַנען פּשוט לײַט וואָס האָבן אַ סך חוצפּה.
צענדליקער זשורנאַליסטן, געזעלשאַפֿטלעכע טוער און אַפֿילו אָפֿיציעלע מלוכה-לײַט האָבן ניט איין מאָל געזאָגט, אָדער געשריבן, זאַכן מיט אַ קלאָרן אַנטיסעמיטישן שטונק. מע פֿירט קאַמפּאַניעס פֿאַר בויקאָטירן ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, ווי אויך ישׂראלדיקע פֿירמעס. און דאָס אַלץ סמט אָפּ, פֿאַרשטייט זיך, די באַציִונגען צווישן ישׂראל און נאָרוועגיע. ניט צופֿעליק האָט ישׂראל באַשלאָסן אויסצוקלײַבן אויף דער שטעלע פֿון דעם נײַעם אַמבאַסאַדאָר אין נאָרוועגיע אַ דרוזער אַראַבער — דעם 62־יאָריקן דיכטער און אַקאַדעמיקער נעים עריידי, און זײַן פֿאַרטרעטער וועט זײַן אַ קריסטלעכער אַראַבער, דזשאָרדזש דייִק, וואָס האָט ביז אַהער געאַרבעט אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין ניגעריע. אפֿשר וועט עס אַ ביסל העלפֿן.

איך װאָלט נישט

איך װאָלט נישט געװען אַזױ אָפּטימיסטיש. איך מײן אַז דער נאָרװעגישער אַנטי-סעמיטיסם איז אַ געמיש פֿון אַנטי- ייִדישע און אַנטי- ישראעלדיקע געפֿילן. אין 2011, איז דערשינען אַ שטודיִע װעגן ראַסיסם און אַנטי-סעמיטיסם אין נאָרװעגיִע אין װעלכע מע צײַגט אַז אַ דריטל פֿון די ייִדישע קינדער זײַנען שױן געװען פֿיזיש אָדער מאָראַליש באַלעסטיקט.אױך אין 2008 אַ נאָרװעגישער אַקטיִאָר, אָטטאָ יִעספּערסען, האָט געזאָגט אױף דער טעלעװיזיִע אַז ער דריקט אויס סימפּאַטיִע פֿאַר אַלע װאַנצן אין די דײַטשע גאַזקאַמערן, װאָס זײַנען געשטאָרבן און װאָס זײַערע אײנציקע זינד איז געװען זיך צו באַזעצן אױף דאָס ייִדישע פֿאָלק . ס'האָט נישט אַרױסגערופֿן קײן געשרײַ. .וואָס שײך ישראל , מע דאַרף לײַענען דאָס ביכל געשריבן אין ענגליש אין2009 ''
the anti-jewish riots in Oslo ִ פֿון עריק עגלאד, אַ נאָרוועגער, ''
וואָס זאָל העלפֿן צו פֿאַרשטאַנען דעם אױסברוך פֿון האַס נאָך ישראל אָפּעראַציִע אין גאַזאַ.
אָבער דאָס ערגסטע פֿון אַלעס איז דער פֿאַרזוך פֿון דער נאָרװעגישער רעגירונג זיך אַרײַנצומישן אין די ישראלדיקע עיניִנים און האָבן אַ השפּעה אין דער ישראלדיקער פּאָליטיק דורך די פֿינאַנסירונג פֿון נישט
מלוכישע ישראלדיקע אָרגאַניסאַציִעס װי : אקרים,גישה,המוקד,עיר עמים
וואָס שפּילן זייער אַן אַקטיוו ראָלע און מע דאַרף עס לאָזן וויסן.