אָלגאַ מינקינאַ. "בני רחל"׃
ייִדישע דעפּוטאַטן אין דער רוסישער אימפּעריע, 1772—1825.
מאָסקווע, "נלאָ", 2011
דאָס ערשטע פֿערטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, די תּקופֿה פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם ערשטן, האָט ביז לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ קנאַפּן אינטערעס בײַ די היסטאָריקער פֿונעם רוסישן ייִדנטום. עס האָט זיי געפֿעלט אַ "מײַסטער–נאַראַטיוו", וואָס זאָל אײַנאָרדענען פֿאַרשיידענע געשעענישן און אַרײַנברענגען אין זיי אַ היסטאָרישע לאָגיק.
ווען די מלכּה יעקאַטערינאַ האָט צווישן 1772 און 1795 פֿאַרכאַפּט ווײַסרוסלאַנד, ליטע, אוקראַיִנע און מיזרח־פּוילן, האָט רוסלאַנד באַקומען די גרעסטע אין דער וועלט ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון בערך איין מיליאָן נפֿשות. יעקאַטערינאַ האָט פֿאַר זיי אײַנגעשטעלט אַ מין רעזערוואַציע אין דער פֿאָרעם פֿון תּחום־המושבֿ און אײַנגעפֿירט אַנדערע באַגרענעצונגען לגבי זייער לעבן און טעטיקייט. מיט געוויסע ענדערונגען איז זיך דער דאָזיקער פּאָליטישער סדר אָנגעגאַנגען ביז דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917.
ווען מען לייענט רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, סײַ די אַלטע, אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו און יולי געסען, סײַ די נײַע, אַזעלכע ווי דזשאָן קליר, מײַקל סטאַניסלאַווסקי, בנימין נייטענס און יונתן פֿרענקעל, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז צווישן די יאָרן 1800 און 1825 איז געווען אַ לאַנגע הפֿסקה. ערשט מיטן אויפֿשטײַג אויפֿן רוסישן טראָן פֿונעם נײַעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן האָט זיך אָנגעהויבן דער נײַער אַקט פֿון דער רוסיש־ייִדישער היסטאָרישער דראַמע.
פֿון אַ נײַ קוקווינקל זעט די דאָזיקע צײַט די יונגע פּעטערבורגער היסטאָריקערין אָלגאַ מינקינאַ אין איר גרונטיקער פֿאָרשונג פֿון דער טעטיקייט פֿון ייִדישע דעפּוטאַטן בײַ דער רוסישער רעגירונג. זי ווײַזט אויפֿן סמך פֿון נײַע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, אַז די דאָזיקע דעפּוטאַטן, וועלכע האָבן באַקומען זייערע פֿולמאַכטן פֿון ייִדישע קהילות און זײַנען געווען אָנערקענט בײַ דער מלוכישער מאַכט, האָבן געפֿירט אַן אַקטיווע פּאָליטיק, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן, געזעלשאַפֿטלעכן און לעגאַלן מצבֿ פֿון ייִדן. דערבײַ האָבן זיי אויך ניט פֿאַרגעסן אין אייגענע אינטערעסן און זיך באַמיט צו ווערן פֿרײַע אַרײַנגייער צו דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע.
די סאַמע חשובֿע דעפּוטאַטן זײַנען געווען גבֿירים, רײַך געוואָרן דורך די געשעפֿטן מיט דער רוסישער אַרמיי בעת דער מלחמה קעגן נאַפּאָלעאָנען. זיי האָבן געהאַט אַ דירעקטן צוטריט צו די הויכגעשטעלטע גענעראַלן און מיניסטאָרן און זיך אַפֿילו געטראָפֿן מיטן צאַר. מינקינאַ, להיפּוך צו אירע קלאַסישע פֿאָרגייער, דובנאָוו און געסען, האַלט ניט, אַז די דעפּוטאַטן זײַנען געווען פֿאַרטאָן אינעם אינעווייניקן ייִדישן קאַמף צווישן חסידים, מתנגדים און משׂכּילים. ווי עס דערווײַזן די אַרכיוואַלע דאָקומענטן, זײַנען די חסידים און מתנגדים אָפֿט מאָל געווען אייניק, ווען עס איז געקומען צו די אינטערעסן פֿון ייִדישע קהילות.
די צוויי צענטראַלע פּערזענלעכקייטן צווישן די דעפּוטאַטן זײַנען געווען לייזער דילאָן און זונדעל זאָנענבערג, וועלכע האָבן באַגלייט דעם צאַר אין זײַנע נסיעות קיין אייראָפּע. זייער חשיבֿות בײַם רוסישן הויף איז געווען גאַנץ גרויס, אָבער דערבײַ האָבן זיי זיך כּסדר געקריגט איינער מיטן אַנדערן.
די ייִדישע דעפּוטאַטן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר אָפֿיציעל באַשטימטע פֿאָרשטייער פֿונעם רוסישן ייִדנטום בײַ דעם מלכות. אין יענע יאָרן האָט מען אין די רוסישע הויכע פֿענצטער באַטראַכט אַ פּלאַן צו שאַפֿן אַ העכערן אָרגאַן פֿאַרן גאַנצן רוסישן ייִדנטום לויטן פֿראַנצויזישן מוסטער; אַזאַ מין "סנהדרין" וואָלט געדאַרפֿט אָנפֿירן מיט אַלע ייִדישע ענינים און דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן ייִדן און דעם מלכות. על–פּי–טעות, ווי עס דערקלערט מינקינאַ, האָבן די רוסישע טשינאָווניקעס באַטראַכט די ייִדן ווי אַ רעליגיעזע אָרגאַניזאַציע מיט אַ פֿעסטער היעראַרכישער סטרוקטור, ענלעך צו דער קריסטלעכער קירך.
ביז 1827 האָט די רוסישע מאַכט ניט אויסגעאַרבעט קיין אויסגעהאַלטענע ייִדישע פּאָליטיק, אָבער מיט דער צײַט האָט זי אָנגעהויבן זיך באַציִען צו די ייִדן מיט חשד. מען האָט מורא געהאַט פֿאַרן געהיימען ייִדישן וועלט־קהל, וואָס האָט געהאַט בדעה חרובֿ צו מאַכן דעם קריסטלעכן גלויבן און באַהערשן דאָס רוסישע פֿאָלק.
טיילווײַז האָט זיך דער דאָזיקער פּחד באַזירט אויף דעם, ווי מען האָט פֿאַרטײַטשט די ווערטער פֿון אייניקע חסידישע צדיקים, למשל, פֿונעם אַפּטער רבי אבֿרהם יהושוע השל פֿון מעשביזש, וועלכער האָט פֿאַרגליכן רוסלאַנד מיט מצרים. אויף דער עלטער איז דער צאַר אַלעקסאַנדער געוואָרן אַלץ מער מיסטיש, און דאָס האָט אויך באַווירקט זײַן קוק אויף די ייִדן.
אָבער ס׳רובֿ קאָנפֿליקטן, וואָס די דעפּוטאַטן האָבן געדאַרפֿט לייזן, זײַנען געווען עקאָנאָמישע. די מאַכט האָט באַשולדיקט די ייִדן, און אָפֿט מאָל מיט רעכט, אין פֿאַרשידענע אומלעגאַלע געשעפֿטן, דער עיקר, אין שמוגל און אין ניט־צאָלן שטײַערן. די דעפּוטאַטן האָבן גוט געקענט סײַ די רוסישע ביוראָקראַטישע מליצה און סײַ דעם פּערזענלעכן געשמאַק פֿון די רוסישע ביוראָקראַטן, און דאָס האָט זיי ניט זעלטן געהאָלפֿן אָפּצוהיטן די ייִדישע אינטערעסן. נאַטירלעך, האָבן זיי פֿאַר דעם אויך גענומען אַ געהעריקן שׂכר פֿון די קהילות.
אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור האָט זיך אָפּגעהיט אַ צוויידײַטיקע געשטאַלט פֿונעם ייִדישן דעפּוטאַט. דאָס פֿאָלק האָט אים פֿאַרגליכן מיט מרדכי און יוסף, די "בני־רחל", וועלכע האָבן געראַטעוועט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון בייזע גזירות. אָבער די משׂכּילים, ווי למשל אבֿרהם־בער גאָטלאָבער און אײַזעק־מאיר דיק, האָבן געמאַכט חוזק פֿון די אַמביציעס און אָנגעבלאָזנקייט בײַ די דעפּוטאַטן.
די תּקופֿה פֿון ייִדישע דעפּוטאַטן איז געווען אַן איבערגאַנג־צײַט אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. אויפֿן לייטער פֿון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער פּאָליטיק שטייען די דעפּוטאַטן אויף די טרעפּ צווישן די אַלט־פֿרענקישע שתּדלנים און די מאָדערנע אייראָפּעיִשע ייִדישע מאַגנאַטן, אַזעלכע ווי ראָטשילד אָדער מאָנטעפֿיאָרע.
די דעפּוטאַטן האָבן געהערט צום העכסטן שיכט פֿונעם פּויליש־רוסישן ייִדנטום און האָבן געהאַט גרויסע סאָציאַלע און פּאָליטישע אַמביציעס. אָבער די רוסישע געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט איז ניט געווען וויליק זיי אָנצונעמען ווי גלײַכע. סוף־כּל־סוף, האָט זיך אַ צאָל פֿון די ייִדישע דעפּוטאַטן געשמדט, און אייניקע פֿון זייערע קינדער האָבן יאָ געשפּילט אַ געוויסע ראָלע אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט.
צוליב פֿאַרשידענע אינערלעכע און אויסערלעכע סיבות איז די אַנטוויקלונג פֿון דער רוסיש–ייִדישער געשיכטע געגאַנגען אין אַן אַנדער ריכטונג, איידער אין אייראָפּע. עס האָט זיך ניט געקאָנט באַווײַזן קיין מאָדערנע ייִדישע עליט ווי אין עסטרײַך, פּרײַסן אָדער פֿראַנקרײַך, וואָס זאָל האָבן אַ דעה אין די מלוכישע ענינים. אַפֿילו די גרעסטע גבֿירים, ווי באַראָן גינצבורג, האָבן ניט געהאַט קיין פּאָליטישע וואָג אין די אויגן פֿונעם רוסישן מלכות.
מינקינאַס פֿאָרשונג איז אַ מוז־לעקטור פֿאַר אַלע, וואָס אינטערעסירן זיך ערנסט מיט דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. דאָס איז אַ ריכטיקער המשך פֿון דער רוסיש־ייִדישער היסטאָרישער טראַדיציע, אָנגעהויבן פֿון דובנאָוו און געסען, וואָס האָט באַרײַכערט און פֿאַרראָכטן זייערע קאָנצעפּציעס אויפֿן הײַנטיקן ניוואָ. דאָס דאָזיקע בוך ברענגט אַרײַן אַ ריזיקן מאַסיוו פֿון נײַע מקורים פֿון אַרכיוון אין פֿאַרשידענע לענדער און פֿילט אויס אַ וויכטיקן כראָנאָלאָגישן בלויז אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע.