עקספּאָנאַטן פֿון דער זאַמלונג פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. אויבן פֿון רעכטס: פּלאַקאַט פֿון פּעטראָגראַדער "בונד" צו די וואַלן אויפֿן אַלרוסישן ייִדישן צוזאַמענפֿאָר, 1917; אַנאָנס פֿונעם עפֿנטלעכן פֿאָרטראָג "צי דאַרפֿן ייִדן פּאַלעסטינע", מאָסקווע, 1918; העברעיִשער זשורנאַל פֿאַר יוגנט "שתילים"; אַנאָנס פֿון דער ייִדישער קונסט–אויסשטעלונג אין מאָסקווע, 1917. קינסטלער אליעזר ליסיצקי |
צווישן היסטאָריקער האָט מען ליב צו רעדן וועגן "לאַנגע" און "קורצע" יאָרהונדערטער. פֿאַר ייִדן האָט זיך אַזאַ מין "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אָנגעהויבן אין 1881, מיט דעם הרגענען פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, וואָס האָט גורם געווען די פּאָגראָמען און אַנטי־ייִדישע גזירות. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען די מאַסן־עמיגראַציע לעבֿר־הים און דער אידעאָלאָגישער קער צו נאַציאָנאַליזם.
דער "קורצער" 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, ווען די ייִדישע מאַסן אין רוסלאַנד האָבן זיך, צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גלות, אַקטיוו אַרײַנגעטאָן אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דעם מלכות.
נאָך דער מפּלה פֿון אָט דער רעוואָלוציע האָבן די ייִדישע אַקטיוויסטן געמוזט איבערשאַצן די צילן און די מעטאָדן פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק. איין וויכטיקער רעזולטאַט דערפֿון איז געווען אַ נײַער קוק אויף דער ייִדישער קולטור. אין 1925 האָט דער פּראָמינענטער טוער פֿון "בונד", אַ. ליטוואַק, פֿאַרסך־הכּלט׃ "דער גרעסטער פֿאַרדינסט פֿון בונד אויף דעם געביט [...] איז דאָס, וואָס ער האָט דערהויבן דעם ייִדישן אַרבעטער צו דער מדרגה פֿון אַ קולטור־מענטש, וואָס ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ לעבעדיקן טרעגער פֿון דער נײַער ייִדישער קולטור."
די גרינדער פֿונעם "בונד", אַזעלכע ווי וולאַדימיר מעדעם אָדער יולי מאַרטאָוו (דאָס אייניקל פֿונעם באַרימטן ייִדישן פֿאַרלעגער און רעדאַקטאָר אלכּסנדר צעדערבוים), זײַנען געווען רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן און האָבן ניט געהאַלטן קיין סך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ייִדיש איז פֿאַר זיי געווען ניט מער ווי אַן אינסטרומענט פֿאַר פּאַרטיי־פּראָפּאַגאַנדע צווישן די אַרבעטער, כּל־זמן זיי האָבן ניט געקענט קיין אַנדער שפּראַך. די דאָזיקע פּאָזיציע איז אָפֿיציעל פֿאָרמולירט געוואָרן ווי די קאָנצעפּציע פֿון "נייטראַליזם" לגבי דער שפּראַך.
דער נײַער דור בונדיסטישע טוער, וואָס איז אַרײַן אין דער אַקטיווער פּאָליטיק אויף דער כוואַליע פֿון 1905, האָט געשטאַמט פֿון “ייִדישע" ייִדן. זייער קול־מבֿשׂר איז געוואָרן דער פּובליציסט אַ. ליטוואַק (חיים־יעקל העלפֿאַנד, 1874—1932). ער אַליין האָט באַקומען אַ גרונטיקע ייִדישע דערציִונג אין חדר און ישיבֿה און האָט אויסגעלערנט רוסיש זעלבסטשטענדיק. אַ. ליטוואַק איז געווען אַן אַקטיווער קעגנער פֿון "נייטראַליזם". ער האָט געהאַלטן, אַז דער "בונד" מוז אַקטיוו שטיצן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור, כּדי צו דערגרייכן דעם קולטורעלן ניוואָ און דערמיט אויך דאָס פּראָלעטאַריש־ייִדישע באַוווּסטזײַן פֿונעם ייִדישן אַרבעטער.
ענלעכע בײַטן אין דער קולטור־פּאָליטיק זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה. דאָס רובֿ ציוניסטן זײַנען אין פּרינציפּ געווען קעגן ייִדיש, ווײַל זיי האָבן עס געהאַלטן פֿאַר דער "גלות־שפּראַך". אָבער זיי האָבן אָנערקענט, אַז כּל־זמן ייִדיש בלײַבט די גערעדטע שפּראַך פֿון ייִדישע מאַסן, קען מען זיך אָן איר ניט באַגיין. דערפֿאַר האָט אַפֿילו אחד־העם, אַ הייסער קעגנער פֿון ייִדיש, פֿון מאָל צו מאָל זיך "דערנידעריקט" צום "זשאַרגאָן".
אין 1906 אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון די רוסישע ציוניסטן אין העלסינגפֿאָרס (הײַנט העלסינקי אין פֿינלאַנד) האָט מען אָנגענומען אַ נײַע פּראָגראַם פֿון "קעגנוואַרטס־אַרבעט" אין רוסלאַנד. דער וויכטיקסטער פּונקט איז געווען די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דערציִונג אויף העברעיִש. צוליב דעם האָט מען געעפֿנט אַ נעץ פֿון נײַע חדרים און שולן, וווּ מען האָט צוגעגרייט אַ נײַעם דור העברעיִש־רעדנדיקע יוגנט.
די רעוואָלוציע פֿון 1905 האָט ניט געביטן דעם אויטאָקראַטישן פּאָליטישן רעזשים אין רוסלאַנד, אָבער זי האָט יאָ געענדערט דעם עפֿנטלעכן קלימאַט אינעם לאַנד. אין 1906 איז אָנגענומען געוואָרן אַ נײַ געזעץ, וואָס האָט דערלויבט געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס און פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. אין די יאָרן 1906—1909 זײַנען אַנטשטאַנען עטלעכע געזעלשאַפֿטן פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור׃ די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט, די ייִדישע ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט, די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלק–מוזיק, ייִדישע טעאַטראַלע געזעלשאַפֿט. מען האָט געעפֿנט ייִדישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן און ייִדישע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אין שטעט און שטעטלעך פֿון תּחום־המושבֿ.
צווישן 1905 און 1914 איז אין רוסלאַנד אויפֿגעוואַקסן אַ נײַער דור ייִדישע לייענער, וועלכע האָבן זיך אויסגעלערנט צו לייענען נײַע וועלטלעכע ליטעראַטור, סײַ בעלעטריסטיק און סײַ פּאָפּולערע וויסנשאַפֿט. אַ. ליטוואַק האָט צוגעשריבן דעם דאָזיקן פֿאַרדינסט דעם "בונד"׃ "דער בונד האָט געלערנט דעם ייִדישן אַרבעטער קוקן אויף אַ בוך מיט דרך־ארץ; נישט ווי אויף אַ נאַרישקייט, אַ קינדער־שפּיל די צײַט צו פֿאַרטרײַבן, נאָר ווי אויף אַ טיף־ערנסטע זאַך, וואָס דאַרף לערנען, דערציִען, ווײַזן אַ וועג אין לעבן, ווי אויף אַ זאַך, פֿאַר וועלכער עס לוינט זיך לײַדן, אַפֿילו זיך מקריבֿ צו זײַן."
אַוודאי איז דער דאָזיקער קער צו קולטור־אַרבעט ניט געווען אין גאַנצן אַן אויפֿטו פֿונעם "בונד". דער ייִדיש־צווײַג פֿון דער פֿילשפּראַכיקער ייִדישער קולטור איז דעמאָלט געוואָרן דער סאַמע דינאַמישער אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון פֿאַרשידענע שעפֿערישע און פּאָליטישע כּוחות. די וויכּוחים אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אַרום דעם ענין פֿון באַשטימן אָדער אומבאַשטימטן אַרטיקל, "די נאַציאָנאַלע שפּראַך" אָדער "אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך", האָבן ניט נאָר אַנטפּלעקט די חילוקי־דעות אינעם ייִדישיסטישן לאַגער, נאָר אויך דערוויזן די פֿילזײַטיקייט און לעבעדיקייט פֿון דער מאָדערנער קולטור אויף ייִדיש. מען האָט געגלויבט, אַז מען בויט אַ נײַע אַלוועלטלעכע ייִדישע קולטור, וואָס איז בכּוח איבערצושטרײַטן מלוכישע גרענעצן.
אָבער דער דאָזיקער חלום האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. דער מצבֿ האָט זיך געביטן לגמרי מיטן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט–מלחמה אין אויגוסט פֿון 1914. איצט האָבן זיך די רוסישע ייִדן געפֿונען אויף איין זײַט פֿון דער פֿראָנט־ליניע, בעת זייערע דײַטשישע און עסטרײַכישע ברידער זײַנען געווען אויף דער קעגנערישער. דאָס דײַטשישע און עסטרײַכישע מיליטער האָט געהאַלטן די רוסישע ייִדן פֿאַר פּאָטענציעלע אַליִיִרטע און האָט אַפֿילו אַרויסגעלאָזט פּראָקלאַמאַציעס אויף ייִדיש. די רוסישע מאַכט האָט להיפּוך חושד געווען די ייִדן אין שפּיאָנירן לטובֿת דעם שׂונא און האָט פֿאַרווערט צו נוצן דעם ייִדישן אלף־בית סײַ אין דרוק און סײַ אין פּריוואַטער קאָרעספּאָנדענץ אין דער פֿראָנטזאָנע, וואָס האָט אין גיכן פֿאַרנומען דעם גאַנצן תּחום–המושבֿ.
די פֿעברואַר־רעוואָלוציע האָט אין 1917 אַראָפּגעוואָרפֿן דעם צאַרישן רעזשים און תּיכּף אָפּגעשאַפֿן אַלע אַנטי־ייִדישע געזעצן. די ייִדישע פּאַרטייען האָבן זיך גלײַך גענומען פֿאַר דער פּאָליטישער אַרבעט. אין מײַ פֿון 1917 האָט די ציוניסטישע באַוועגונג שוין געציילט מער ווי הונדערט טויזנט מיטגלידער, בעת דער "בונד" האָט געהאַט בערך פֿערציק טויזנט. פֿאַר יאַנואַר פֿון 1918 האָט מען פֿאַרפּלאַנירט דעם ערשטן אַלרוסישן ייִדישן צוזאַמענפֿאָר, וואָס האָט געדאַרפֿט באַשליסן די ענינים פֿון ייִדישער אַליין־פֿאַרוואַלטונג אין דער קומענדיקער דעמאָקראַטישער רוסישער מלוכה.
עס איז אינטערעסאַנט אַ קוק צו טאָן אויף דעם פּלאַקאַט פֿון פּעטראָגראַדער "בונד", וואָס האָט אַגיטירט צו שטיצן די דאָזיקע פּאַרטיי בײַ די וואַלן פֿאַרן ייִדישן צוזאַמענפֿאָר. די וויכטיקע פּונקטן באַטאָנען׃
א) בונד איז די פּאַרטיי, וואָס מיט צוואַנציק יאָר צוריק (דאָס הייסט, אין 1897, ווען דער "בונד" איז געשאַפֿן געוואָרן) האָט "צעבראָכן די ווענט פֿונעם געטאָ און באַהאָפֿטן די ברייטע ייִדישע מאַסן מיט דעם פּאָליטישן לעבן";
ב) בונד איז געווען די ערשטע פּאָליטישע פּאַרטיי, וואָס האָט אַרויסגעשטעלט ייִדישע פּאָליטישע פֿאָדערונגען פֿאַר דער דעמאָקראַטיע פֿון דער גאַנצער וועלט.
ג) בונד וואַרפֿט אָפּ דעם "שמאָלן נאַציאָנאַליזם, דעם עקאָנאָמישן געבאָט, דעם רעליגיעזן נעפּל און די באַלעבאַטישע פֿילאַנטראָפּיע."
דער לעצטער פּונקט באַטאָנט דעם גײַסטיקן חילוק צווישן דעם "בונד" און די ציוניסטן אין שײַכות צו דער מאַטעריעלער שטיצע פֿון דער ייִדישער אַרבעט. בעת די ציוניסטן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף ייִדישע גבֿירים און אויף די "שקלים", וואָס זיי האָבן געזאַמלט בײַ זייערע מיטגלידער, האָבן זיך די בונדיסטן און אַנדערע אָנהענגער פֿון דער ייִדישער "נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע" געריכטעט אויף דעם מלוכישן בודזשעט.
די קאָנצעפּציע פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז אויסגעלייגט געוואָרן אינעם בוך "נאַציאָנאַליטעטן–פֿראַגע און די סאָציאַל־דעמאָקראַטיע" פֿונעם עסטרײַכישן מאַרקסיסט אָטאָ באַוער. לויט דער דאָזיקער טעאָריע, איז אַ דעמאָקראַטישע מלוכה געווען מחויבֿ צו באַזאָרגן די קולטורעלע באַדערפֿענישן פֿון אַלע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, אַפֿילו ווען זיי האָבן ניט באַוווינט קאָמפּאַקטע געגנטן. מערקווירדיק, וואָס באַוער, אַליין אַ ייִד, האָט ניט אַרײַנגערעכנט ייִדן (מיט אַ מעגלעכן אויסנאַם פֿון די גאַליציאַנער) צווישן די נאַציאָנאַליטעטן פֿון דער האַבסבורג–מאָנאַרכיע. ער האָט זיי געהאַלטן פֿאַר אַ טייל פֿון דער דײַטשישער, אונגאַרישער אָדער פּוילישער נאַציאָנאַליטעט.
באַוערס קאָנצעפּציע איז אין אַ פֿאַרקירצטער פֿאָרעם מקוים געוואָרן אינעם נײַעם פּאָליטישן סדר, וואָס איז אַנטשטאַנען נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה אין מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע. לויט די באַדינגונגען פֿון די שלום־אָפּמאַכן מיט נײַע מלוכות, וואָס זײַנען אויפֿגעקומען פֿון די חורבֿות פֿון דער רוסישער און דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיעס, האָבן זייערע רעגירונגען מתחייבֿ געווען אונטערצושטיצן שולן אויף מינאָריטעט־שפּראַכן אויפֿן מלוכישן חשבון.
אמת, די רייד איז דערבײַ געגאַנגען בלויז וועגן אָנפֿאַנגשולן, בעת מיטלשולן זײַנען שוין געווען דאָס אחריות פֿון די מינאָריטעטן אַליין. אַזאַ מין אָפּמאַכן האָבן די אייראָפּעיִשע "גרויסע מאַכטן" געשלאָסן מיט פּוילן, ליטע, רומעניע און אַנדערע לענדער. אָבער אין מיט־1920ער יאָרן זײַנען אין כּמעט אַלע נײַע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער (חוץ טשעכאָסלאָוואַקײַ) געקומען צו דער מאַכט דיקטאַטאָרישע רעזשימען, וואָס האָבן אָפּגעשאַפֿן די רעשטן פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע.
נאָך פֿריִער, שוין אין נאָוועמבער 1917, האָט די צענטראַלע ראַדע פֿון אוקראַיִנע באַשלאָסן צו אָנערקענען דאָס רעכט פֿון "נאַציאָנאַל־פּערסאָנאַלער" אויטאָנאָמיע פֿאַר רוסן, פּאָליאַקן און ייִדן. אין יאַנואַר 1918, ווען אוקראַיִנע האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט פֿון רוסלאַנד, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים מיטן סאָציאַליסט משה זילבערפֿאַרב בראָש. ווי אַ סימן פֿון דער נײַער פּאָליטיק האָבן די ערשטע אוקראַיִנישע באַנקנאָטן געטראָגן אויפֿשריפֿטן אויף דרײַ שפּראַכן׃ אוקראַיִניש, ייִדיש און פּויליש (הגם ניט אויף רוסיש!)
איינצײַטיק איז געשאַפֿן געוואָרן די "קולטור־ליגע", אַ ניט-פּאַרטיייִשע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט גענומען אויף זיך דאָס אָרגאַניזירן ייִדישע קולטור און בילדונג אין אוקראַיִנע. אונטער איר דאַך האָבן געאַרבעט דער ייִדישער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט, ייִדישע לערער־קורסן, פֿאַרלאַגן, ביבליאָטעקן און שולן. די נײַע קולטור האָט זיך באַזירט אויף צוויי יסודות׃ די ייִדישע שפּראַך און וועלטלעכקייט.
מיט יאָרן שפּעטער, אין 1961, האָט נחמן מײַזיל פֿאַרסך־הכּלט דעם "קיִעווער פּעריאָד אין דער ייִדישער ליטעראַטור"׃ "אַן אמתר שטורעם־ און דראַנג־פּעריאָד, וואָס האָט געבראַכט זינגער־באַזינגער פֿון דער העל־צעשײַנטער און פֿיל־זאָגנדיקער רעוואָלוציע." אָבער די רוסישע רעוואָלוציע, וואָס איז געקומען קיין קיִעוו מיט דער רויטער אַרמיי אין 1919, האָט געמאַכט אַ סוף מיט דער ייִדישער קולטורעלער אויטאָנאָמיע. די "קולטור־ליגע" איז געוואָרן "באָלשעוויזירט", כאָטש פֿאָרמעל האָט דער נאָמען נאָך געלעבט ביז 1931.
די קאָנצעפּציע פֿון "קולטור־ליגע" איז געווען פּאָפּולער בײַ ייִדישע קולטור־טוערס ניט נאָר אין אוקראַיִנע. ענלעכע אָרגאַניזאַציעס זײַנען אַנטשטאַנען אין די 1920ער יאָרן אין דער גאַנצער וועלט, פֿון כאַרבין אין כינע ביז דעטרויט אין אַמעריקע. מיט דער הילף פֿון נחמן מײַזיל, וועלכער האָט פֿאַרלאָזט קיִעוו נאָך דער באָלשעוויזירונג פֿון דער "קולטור–ליגע", האָט מען זי אויפֿגעבויט אין וואַרשע, וווּ זי האָט דערלעבט, אונטער דער פּאָליטישער השגחה פֿונעם "בונד", כּמעט ביזן סוף 1939.
די ציוניסטישע קולטור־אַרבעט אין רעוואָלוציאָנערן רוסלאַנד האָט אויך געהאַט אַן אויפֿשוווּנג אין 1917. אין אַפּריל האָט דער באַנקיר הילל זלאַטאָפּאָלסקי צונויפֿגערופֿן אין מאָסקווע אַ באַראַטונג פֿון העברעיִשע קולטור־טוער און געשאַפֿן אַ נײַע העברעיִשע אָרגאַניזאַציע "תּרבות" מיט אַ פּראָגראַם וואָס איז געווען ענלעך צו "קולטור־ליגע".
אַן אַנדערער מאָסקווער גבֿיר, אבֿרהם שטיבעל, וואָס האָט געמאַכט זײַן פֿאַרמעגן אויף צושטעלן אַמעריקאַנער לעדער פֿאַר דער רוסישער אַרמיי בעת דער מלחמה, האָט געשאַפֿן זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג מיט אַ ברייטער פּראָגראַם פֿון איבערזעצונגען פֿון וועלט־ליטעראַטור אויף העברעיִש. זלאַטאָפּאָלסקיס טאָכטער שושנה פּערסיץ האָט געעפֿנט דעם פֿאַרלאַג "אומנות" ספּעציעל פֿאַר יוגנט־ליטראַטור, וואָס האָט אַרויסגעגעבן דעם זשורנאַל "שתילים".
אָבער די אויפֿלעבונג אויף דער העברעיִשער גאַס האָט ניט געדויערט לאַנג. באַלד נאָך דעם, ווי די באָלשעוויקעס האָבן זיך אײַנגעפֿעסטיקט אין מאָסקווע, האָבן זיי זיך גענומען פֿאַר רודפֿן עבֿרית. אין זומער 1918 זײַנען זלאַטאָפּאָלסקי און פּערסיץ אַוועקגעפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, און שטיבעלס פֿאַרלאַג איז פֿאַרמאַכט געוואָרן סוף 1918.
ווען די סאָוועטישע מאַכט איז געקומען קיין אָדעס, האָבן אייניקע לינקע העבראַיִסטן, ווי למשל אליעזר שטיינמאַן, געפּרוּווט זיך צופּאַסן צו דער נײַער מאַכט. אין אַ ביכל באַטיטלט "הקומוניסט העיבֿרי" האָט שטיינמאַן פֿאַרטיידיקט די באָלשעוויסטישע פּאָליטיק פֿונעם קלאַסן־קאַמף. אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפֿן. דאָס רובֿ העברעיִשע קולטור־טוער האָבן געמוזט אין גיכן פֿאַרלאָזן סאָוועט–רוסלאַנד.
אָבער ניט געקוקט אויף דער דיקטאַטאָרישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, וואָס האָט דערשטיקט וואָסער–ניט–איז אומאָפּהענגיקע קולטורעלע און פּאָליטישע טעטיקייט, האָט דער רעוואָלוציאָנערער אימפּולס געלעבט סײַ אין דער ייִדישער, סײַ אין דער העברעיִשער, קולטור. ייִדיש און העברעיִש זײַנען געגאַנגען מיט אַנדערע דרכים, אָבער דער דור, וואָס האָט דורכגעלעבט דאָס התלהבֿות פֿון דער ערשטער תּקופֿה פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, האָט ווײַטער געצויגן דעם פֿאָדעם פֿון דער נײַער קולטור, סײַ אין ארץ־ישׂראל און סײַ אין גלות.