פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צוליב וואָס זאָג איך עס? צוליב דעם וואָס אייניקע מענטשן פֿאַרמאָגן גוטע וויבראַציעס. ווען איר זײַט אין זייער אָנוועזנהייט, קענט איר אָטעמען פֿרײַער, צונויפֿזאַמלען די געדאַנקען, רעדן נישט אָנגעשטרענגט און זײַן צופֿרידן בײַם געזעגענען זיך.
פֿאַראַן אָבער מענטשן וואָס פֿאַרמאָגן שלעכטע וויבראַציעס; זייער עלעקטרישער שטראָם איז, מסתּמא, אָנגעגריפֿן געוואָרן פֿון אַ דונער אָדער אַ בליץ. ווער ווייסט? אָבער מיט דער מינוט וואָס אַזאַ איינער אָדער איינע טרעט אַריבער די שוועל פֿון מײַן הויז, אָדער פֿון מײַן קלאַסצימער, ווערט דער צימער אָנגעפֿילט מיט אַ געדיכטן נעפּל אָפּשטויס־קראַפֿט. זיי ברענגען מיט זיך מיט נאַטור־וויבראַציעס וואָס נישט נאָר שטויסן זיי זיך אָפּ, נאָר מען מוז נאָך זיי עפֿענען טיר און פֿענצטער, דאָס גיפֿט זאָל אַרויס.
מײַנע אַ נאָענטע, גאָר אַ נאָענטע, פֿלעגט אַרײַנקומען אין הויז און באַלד האָט זיך דערפֿילט אַ קורצשלוס אין די נערוון. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַזוי:
"ביסט דאָך יאָ דאָ? אַבי כ׳האָב געמיינט ביסט פֿאַרשוווּנדן אָן אַ געזעגענען זיך."
פֿלעג איך אַרײַנפֿאַלן אין אַ רוגזה, גלײַך בײַם עפֿענען די טיר. ווען זי וואָלט נישט געווען מײַנס אַ נאָענטע, וואָלט איך אַפֿילו נישט געעפֿנט די טיר פֿאַר איר. אָבער וואָס טוט מען מיט נאָענטע? גאָר נאָענטע? זאָגט מען:
"וואָס הערט זיך עפּעס נײַעס?"
"האָסט זיך שוין דערמאָנט צו הערן וואָס ס׳הערט זיך? אַדרבא, אַז איך לײַד פֿון מײַנע קינדער. דאָס וואָס ס׳הערט זיך. מײַן טאָכטער האָט מיך אַפֿילו נישט געפֿרעגט און זיך אויסגעקליבן אַ חתן, נישט אירס גלײַכן און נישט מײַנס גלײַכן, און וויפֿל איך רעד נישט אין איר אַרײַן, העלפֿט עס ווי אַ טויטן באַנקעס. דער זון מײַנער קלינגט איין מאָל אַ יובֿל, בלויז ווען ער נייטיקט זיך אין געלט. און די אייניקלעך? אוי, די אייניקלעך; זיי ווייסן אַפֿילו נישט אַז ס׳דרייט זיך אַרום אַ באָבע אויף דער וועלט, נע־ונד, אָן אַ ברעקעלע אינטערעס. אַלץ וואָס איך האָב פֿון זיי איז פּאַפּירענע קינדער וואָס באַצירן די ווענט מיט זייערע פֿאָטאָגראַפֿיעס. איצט ווילסטו וויסן וואָס סע הערט זיך?"
איך האָב געשוויגן, ווײַל וואָס האָב איך געהאַט צו זאָגן. מײַנע רייד זײַנען סײַ ווי פֿאַרשוווּנדן מיטן ווינט, ווײַל אַלץ וואָס די נאָענטע, גאָר נאָענטע קרובֿה וויל, איז הערן זיך אַליין, ווי זי קלאָגט און ווי זי לײַדט און קיינער פֿילט מיט איר נישט מיט.
איך האָב געהאַט אַ סטודענט אין קלאַס. מיט זײַן אַרײַנקומען און זיך זעצן, האָט זיך די דערפֿרישנדיקע לופֿט געביטן. די וויסטע וויבראַציעס האָבן זיך גענומען פֿאַרשפּרייטן איבערן קלאַסצימער ווי אַ פֿרימאָרגנדיקער נעפּל איבער דער לאָנקע. דער קלאַס האָט מיט אַ מאָל אָנגעוווירן דעם חשק צו שמועסן, צו פֿרעגן פֿראַגעס, צו זײַן נײַגעריק. אַלע האָבן אײַנגענומען שטום־לשון, אַ חוץ דער בחור, וועלכער האָט געשפּיגן מיט פֿײַער און פֿלאַמען יעדעס מאָל ווען מען האָט דערמאָנט אַ ייִדישע טראַדיציע, אַ מינהג, אַ ריטואַל, אַ מדרש, ייִדישקייט. אַלץ! אַלץ איז פֿאַר אים געווען טריף. ער האָט זײַן צונג מסתּמא אָנגעשליפֿן איידער ער איז אַרײַן אין קלאַס און ס׳האָט פֿון איר געטריפֿט סם.
"איך פּראָטעסטיר? — פֿלעגט ער זיך אויפֿשטעלן — איך בין נישט פֿרום און איך וויל נישט הערן קיין שום אָנדײַטונג אויף פֿרומקייט."
איך האָב אים אָנגעקוקט סקאָס און געטראַכט בשעת־מעשׂה, ווער איז ער? ווי קען מען לערנען ייִדיש אָן ייִדישקייט?
"איך וויל נישט מען זאָל דערמאָנען ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין קלאַס!" — האָט ער געשטורעמט — "שבת און יום־טובֿ איז פֿאַר מיר נישט וויכטיק, איך וויל טרוקענע גראַמאַטיק און נישט מער."
דער קלאַס האָט זיך אײַנגעקורטשעט הערנדיק די רייד. נישט וואָס זיי האָבן געשטוינט, צוזאַמען מיט מיר, נאָר זיי האָבן זיך אַפֿילו נישט פֿאַרטיידיקט. מײַנע געדאַנקען האָבן געטאַנצט אַ קאָמאַרסקע. איך האָב זיך געמוזט דערוויסן ווער ער איז און פֿון וואַנען ער שטאַמט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער איז געווען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די סקאַנדינאַווישע לענדער, און ס׳איז אים געגאַנגען אין לעבן צוצוקומען צום דאָקטאָראַט אַזוי שנעל ווי מעגלעך, צי דאָס איז ייִדיש צי טערקיש. אַלץ איינס, לאָמיר שפּרײַזן מיט פֿעסטע טריט צום טאָלק און נאַכער וועט ער שוין וויסן וואָס צו טאָן דערמיט.
אַ צווייטע חבֿרהמאַנטע. דאָס זעלביקע, אַ נאָענטע חבֿרטע פֿונעם אָנגעגריפֿענעם יאַט, האָט זי זיך אויפֿגעשטעלט און פּראָטעסטירט.
"ער וויל נישט הערן וועגן ייִדישקייט און איך וויל נישט הערן מער וועגן די זעקס מיליאָן. עס דערגייט מיר שוין איבערן האַלדז, נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל איבערצוקײַען דעם זעלבן פּיזמון, מיט אומגליקן, מיטן חורבן, מיט דער פֿאַרניכטונג, מיט דער פֿאַרטיליקונג. איך וויל וואָס ער וויל. איך וויל גרינטלעך קענען די לינגוויסטישע זײַט פֿון דער שפּראַך און ס׳רעשט קענט איר זיך האַלטן דערמיט."
כּל־זמן זי האָט גערעדט, זײַנען מײַנע געדאַנקען געלאָפֿן ווי אַ וויכער. איך האָב זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט איין פֿראַגע:
"ווער פֿון אײַך וויל ווערן אַ ייִדישער לערער און לערנען ייִדיש אין אַן אוניווערסיטעט אין אַמעריקע?" אַ פּאָר הענט האָבן זיך געהויבן. אָבער דער גאָר ענטוזיאַסטישער אָפּרוף איז געקומען פֿון די צוויי געפֿאַנגענע אין זייער אייגענעם ייִדישן זעלבסטהאַס. ביידע האָבן זיך אָפּגעזאָגט. זיי האָבן געטענהט, אַז מיט דער מינוט וואָס זיי קריגן דאָקטאָראַטן וועט מען זיי אויסכאַפּן. זיי וועלן לערנען ענגלישע ליטעראַטור, געשיכטע אָדער וועלט־לינגוויסטיק.
וואָס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן? אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז ביידע זײַנען געוואָרן ייִדישע לערער אין לאַנד. וואָס האָבן זיי אָבער געטאָן מיט זייערע עלעקטרישע אויסבראָכן? ברענגען זיי אַרײַן אין קלאַס אַן אויסגעדראָשן ייִדיש־לשון? זיי קומען דאָך מיט ליידיקע טשעמאָדאַנעס. די ייִדישע קולטור איז דאָך בײַ זיי אויסגערונען, וווּ וועלן זיי שעפּן דעם תּוך מיט עצם ייִדישקייט וואָס עס אָטעמט דערמיט אַ יעדעס ייִדיש ווערטעלע.
די דריטע מעשׂה האָב איך לעצטנס געהערט וואָס האָט צו טאָן מיט אַן ענלעכער טעמע. מײַן קוזינע איז געלעגן חרובֿ קראַנק, נאָך אַן אָפּעראַציע. זי האָט קוים גענומען קומען צו זיך, איר שוויגער איז געקומען זי באַזוכן אין שפּיטאָל און געברענגט אַ מתּנה, אײַנגעוויקלט אין גאָלדפּאַפּיר. נאָכן באַדאַנקען האָט מײַן קוזינע גענומען פּאַמעלעך אַרומרײַסן דאָס גאָלדפּאַפּיר פֿון דער מתּנה, ביז זי איז צוגעקומען צום אוצר. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איר שוויגער האָט איר געברענגט צוויי שוואַרצע ליכט. מײַן קוזינע איז געוואָרן פֿאַרציטערט:
"איז דאָס נישט עלעגאַנט טײַערינקע? מאָדערן, ממש קלאַסיש."
מײַן קוזינע, אַ פֿאַרציטערטע, האָט גוט פֿאַרשטאַנען וואָס די שוויגער ווינטשט איר. זי האָט קיין מאָל נישט צוגעשטימט צום שידוך, און אפֿשר, אפֿשר וועט דער מלאך־המוות זיך פֿאַרליבן אין איר און זי נעמען פֿאַר אַ כּלה.
ווען די שוויגער איז אַוועק, האָט איר שכנטע, אַ כינעזישע פֿרוי, אין דער צווייטער פּאַלאַטע, געעפֿנט איר פֿאָרהענגל און איר אַזוי געזאָגט:
"ווי נאָר די פֿרוי איז אַרײַנגעקומען אַהער האָב איך פֿאַרמאַכט די פֿאָרהענגלעך פֿון מײַן פּאַלאַטע. זי האָט אַרײַנגעברענגט שרעקלעכע וויבראַציעס. פֿון איר האָט זיך געטראָגן אַ רישעות און אַ שלעכטס. וואַרף אַוועק די שוואַרצע ליכט אין מיסטקעסטל און איך וועל אָנוואַרפֿן אַ כינעזישע קללה אויף איר."
"ניין! — האָט מײַן קוזינע זיך אײַנגעבעטן בײַ איר. — איך ווינטש איר נישט קיין שלעכטס, זי וועט סײַ ווי אַרײַנפֿאַלן אין אירע וויבראַציעס און פֿאַרצוקט ווערן פֿון זיי!"
איך האָב זיך נישט אויפֿגעהערט צו וווּנדערן. זײַנען טאַקע פֿאַראַן אַזעלכע זאַכן ווי שלעכטע וויבראַציעס, און ווי קומט עס, אַז אַ טייל מענטשן זײַנען אָנגעגריפֿן פֿון זיי. דער אמת איז, אַז אַ טייל מענטשן לײַדן פֿון שׂינאה און קינאה; מענטשן אָן אַ געוויסן, און ס׳האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער עלטער. מ׳ווערט געבוירן דערמיט און מ׳גייט אין דער אייביקייט דערמיט. ס׳ווענדט זיך נאָר ווי ווײַט מ׳דערגייט דערמיט? פֿון מײַנעטוועגן, רו איך זיך אויס פֿון דער אָנשיקעניש.