פֿונעם אייביקן קוואַל

אין די פֿאָריקע פּרשיות האָבן מיר באַהאַנדלט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע זאַכן און אויסנאַמען, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי דער לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "במדבר". למשל, מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געלייענט וועגן דעם מחלוקת צווישן קורח און משה רבינו, וועלכע האָט געהאַט צו טאָן מיטן ענין פֿון גלײַכקייט. קורח האָט געטענהט, אַז משה און זײַן משפּחה האָבן באַקומען צופֿיל מאַכט איבערן ייִדישן פֿאָלק; לויט קורחס מיינונג, זענען אַלע ייִדן גלײַך, אַזוי ווי אַ "טלית שכּולו תּכלת" — ווי אַ שטיקל שניט־סחורה פֿון הימליש־בלויען קאָליר.
אין אַ וועלט, וווּ אַלע מענטשן זענען אינגאַנצן גלײַך, אַזוי ווי פֿעדעם אין אַ בלויער שמאַטע, וואָלטן די יחידים פֿאַרלוירן זייערע אוניקאַלע מעלות. אין גאולה־צײַטן וועט די מענשטהייט זיך אויסלערנען, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט אָן קיין היעראַרכיעס, וועלכע זעט אויס גיכער ווי אַ בונטע מאַפּע פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע דינאַמישע פּערזענלעכקייטן. אין די חסידישע ספֿרים, ווערט די קומענדיקע משיחישע וועלט אָפֿט פֿאַרגליכן צו אַ קאַראַהאָד־טאַנץ, וווּ אַלע טענצער דרייען זיך גלײַך אין אַ ראָד, און פֿאָרט פֿאַרנעמט יעדער באַטייליקטער אַן אוניקאַל אָרט אינעם לעבעדיקן קרײַז־גאַנג פֿונעם טאַנץ.
מיט אַנדערע ווערטער, קאָן מען זאָגן, אַז אין אַן אידעאַלער וועלט איז יעדער מענטש און יעדע זאַך אַן אויסנאַם, אַ יחיד־במינו, אַן איין־און־איינציקע אַנטפּלעקונג פֿון ג־טלעכקייט. הגם דער אייבערשטער איז איינער, ווערט זײַן אייניקייט אַנטפּלעקט דווקא דורך פֿאַרשיידנאַרטיקע מאַניפֿעסטאַציעס און אַחדות פֿון היפּוכדיקע כּוחות.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מיצווה פֿון "פּרה־אַדומה", וועלכע ווערט באַטראַכט, אין דער זעלבער צײַט, ווי אַן אוניקאַלער אויסנאַם און פֿאָרט ווי אַ מוסטער פֿון די "חוקים" — ג־טלעכע אָנזאָגן, וועלכע האָבן אַן עזאָטערישן טעם, העכער פֿונעם מענטשלעכן ראַציאָנעלן שׂכל.
די כּהנים פֿלעגן מטהר זײַן אַ ייִד, וואָס איז געוואָרן טמא נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת, דורך אַ קאָמפּליצירטן ריטואַל, וועלכער האָט געפֿאָדערט דאָס אַש פֿון "פּרה־אַדומה" — אַ ספּעציעלע זעלטענע ריין־רויטע קו, וועלכע האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, און האָט בלויז רויטע האָר. מע האָט זי געזאָלט שעכטן און פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית; דערנאָך האָט מען אויסגעמישט דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַ צאָל אַנדערע ספּעציעלע אינגרעדיענטן.
דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם טהרה־ריטואַל, ווערט אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס זעלבע אַש פֿון דער רויטער קו, וואָס דינט ווי דאָס איינציקע מיטל, וואָס קאָן אָפּרייניקן דעם מענטש פֿון דער גרעסטער טומאה, איז מטמא אַ ריינעם מענטש, וועלכער פֿירט אויס די מיצווה.
די פּאַראַדאָקסישע לאָגיק פֿון דער דאָזיקער מיצווה קומט אין סתּירה מיט דער אַלגעמיינער קאָנצעפּציע פֿון טומאה און טהרה, וועלכע שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין ייִדישקייט. דאָס וואָרט "טומאה" ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ סינאָנים פֿון גײַסטיקער אומרייניקייט, און דאָס וואָרט "טהרה" ווערט אַסאָציִיִרט מיט ריינקייט און הייליקייט. די מיצווה פֿון "פּרה־אַדומה" ווײַזט אָבער אָן, אַז דער זעלבער אָביעקט קאָן אַמאָל דינען, מיטאַטאָל, ווי אַ קוואַל פֿון טומאה און טהרה.
אין דער אמתן, האָבן די דאָזיקע באַגריפֿן ווייניק צו טאָן מיט ריינקייט און שמוץ אינעם בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט. זיי שאַפֿן אָבער אַ געוויסע סיסטעם פֿון קאָאָרדינאַטן, וואָס האָט דערמעגלעכט, אין די צײַטן פֿונעם בית־המיקדש, אויסצואַרבעטן אַן אינערלעכע דיסציפּלין, וועלכע האָט געהאָלפֿן דער נשמה זיך צו פֿאָקוסירן אויף איר ג־טלעכן שורש. דער רמב״ם האָט אַזוי אָפּגעטײַטשט אַלע מיצוות אין דער תּורה. די מיצווה פֿון "פּרה־אַדומה" זעט אָבער אויס בפֿירוש אומראַציאָנעל און קאָן פֿאַרמישן דעם מענטשלעכן שׂכל, דערפֿאַר פּאַסט זי זיך נישט אַרײַן אין רמב״מס ראַציאָנעל־פֿילאָסאָפֿישן אָפּטײַטש פֿון דער תּורה.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, להיפּוך צום רמב״מס "מורה נבֿוכים", אַז דער תּכלית פֿון דער מענטשלעכער השׂגה איז צו פֿאַרשטיין, אַז מע ווייסט גאָרנישט. דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז מע דאַרף מקיים זײַן די מיצוות בלינד, נישט טראַכטנדיק, ווי דאָס פֿאַרשטייען אַ טייל מענטשן. אַדרבה, רבי נחמנס ספֿרים זענען פֿול, אפֿשר, נאָך מער מיט חכמות און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, ווי "מורה נבֿוכים". לויט רבי נחמנס פֿילאָסאָפֿיע איז אָבער די וועלט לעבעדיק און דינאַמיש. כּדי משׂיג צו זײַן די תּורה, מוז מען פֿאַרשטיין, אַז אַלץ אין דער וועלט דרייט זיך. "אַ מענטש ווערט אַ מלאך, און אַ מלאך ווערט אַ מענטש", ווי רבי נחמן האָט זיך אויסגעדריקט. הינטער די טיפֿסטע חכמות געפֿינט זיך דער נײַער האָריזאָנט פֿון נאָך טיפֿערע השׂגות.
אין משיחס צײַטן ווערט דער חילוק צווישן טומאה און טהרה בטל ווערן. מע וועט קאָנען דערזען דאָס ג־טלעכע ליכט אַפֿילו אין אַזעלכע ענינים, וואָס זעען הײַנט אויס ווי נעגאַטיווע און פֿינצטערע. כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון דער טומאת־מת, מוז מען פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון תּחית־המתים — צו פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ מדרגה, וועלכע איז גובֿר דעם עצם־חילוק צווישן לעבן און טויט, אָדער צווישן טומאה און טהרה. די היפּוכדיקע לאָגיק פֿון "פּרה־אַדומה" דערמעגלעכט עס צו זען.
הגם די דאָזיקע מיצווה איז בפֿירוש אַ פּאַראַדאָקסישע און אַ "יענוועלטישע", דעמאָנסטרירט זי אַ וויכטיקן אַלגעמיינעם פּרינציפּ. די תּורה אַליין קאָן זיך אַנטפּלעקן סײַ ווי סם־החיים, אַ קוואַל פֿון לעבן, סײַ — להבֿדיל — ווי אַ סם־המוות, אויב מע פֿאַרשטייט זי קרום. צום בײַשפּיל, קאָנען די זעלבע מיצוות און דאָס זעלבע תּורה־לערנען דינען פֿאַר איין מענטש ווי אַ וועג פֿאַר גײַסטיקער אַנטוויקלונג, און פֿאַר אַ צווייטן, חלילה, ווי אַ סיבה צו האַלטן זיך גרויס און צו דערנידעריקן די אַנדערע. צוליב אָדם־הראשונס חטא, זענען אין אַלע מענטשלעכע השׂגות פֿאַרמישט עלעמענטן פֿון גוטס און שלעכטס.
ווי רבי נחמן האָט זיך אויסגעדריקט, זענען אַפֿילו אין דער הייליקער תּורה גופֿא פֿאַראַן סײַ זיבעציק הייליקע "פּנימער", סײַ זיבעציק פֿינצטערע אינטערפּרעטאַציעס. ס׳איז נישט גענוג בלויז צו פֿאָלגן די טעכנישע פּרטים פֿון הלכות און לערנען דעם פּשוטן פּשט פֿון דער תּורה. מע מוז שטרעבן צו דערזען הינטער דעם פּשט דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס איז גובֿר די געוויינטלעכע לאָגישע קאַטעגאָריעס, אַזוי ווי די מיצווה פֿון "פּרה־אַדומה".
כּדי צו דערנענטערן די גאולה־צײַט, מוז מען שטרעבן צו פֿאַרשטיין דעם טאָפּלטן און רעלאַטיוון כאַראַקטער פֿון דער וועלט. ווען מע קאָכט זיך מיט די ענינים פֿון "טומאה און טהרה" אינעם פֿאַרגרעבטן זין, פּרוּוונדיק צו אַנטלויפֿן פֿון אַלע "אומריינע" השפּעות אין דער וועלט, קאָן מען אַרײַנפֿאַלן אין דער טומאה פֿון גאווה, שׂינאה און אַנדערע שלעכטע מידות. כּדי אויסצומײַדן דעם דאָזיקן טעות, מוז מען געדענקען דעם פּאַראַדאָקס פֿון "פּרה־אַדומה" — אַז אַפֿילו אין אַ זאַך, וואָס קאָן מאַכן אַ מענטשן טמא, שטעקט אַמאָל די סגולה קעגן דער גרעסטער טומאה, און אַז פֿון אַ העכערער פּערספּעקטיוו איז די גאַנצע וועלט בעצם ג־טלעך.