די ווערטער "איילבערט" און "מאַסלינע" זענען ביידע טײַטש olive. אויב איר האָט ליב מאַסלינעס, וועט איר זיך מחיה זײַן מיט דעם רעצעפּט.
5 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע רויטער ווײַן־עסיק
1 לעפֿל האָניק
1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך
כּשרער זאַלץ
4 לאַקס־פֿילעען
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/2 טעפּל צעשניטענע שוואַרצע מאַסלינעס, אָן קערעלעך
2 גרויסע, צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן
1 טעפּל סעלעריע, צעשניטן
1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער
הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. באַדעקט דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשמירט מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל.
אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף 2 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע עסיק, דעם האָניק, די רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך און 1 לעפֿעלע זאַלץ.
לייגט די לאַקס־פֿילעען אינעם בעקן און בערשט זיי פֿון אויבן און אויף די זײַטן מיטן האָניק־סאָוס. בראָט זיי ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 4—6 מינוט.
דערווײַל הייצט אָן די איבעריקע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿל עסיק און די מאַסלינעס אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. נאָך 30 סעקונדעס גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל און קאָכט עס ביז עס באַווײַזן זיך בולבעלעך, בערך 3 מינוט. מישט עס אויס מיט די פּאָמידאָרן, סעלעריע און מינץ. דערלאַנגט צום טיש מיטן לאַקס.