קוקנדיק אין דער טעלעוויזיע, ווי אַזוי ס’איז די וואָך אויפֿגענומען געוואָרן אין ישׂראל דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אין אַ ייִדיש שטעטל איז געקומען פֿון מאָסקווע אַ הויכגעשטעלטער גובערנאַטאָר; איין קלייניקייט, ביז ער איז דערפֿאָרן צום שטעטל, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער מדינה.
דער "גובערנאַטאָר", פֿון זײַן זײַט, האָט עס אַפּנים, נישט באַמערקט, און זיך אויפֿגעפֿירט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ הויכגעשטעלטן טשינאָווניק לגבי זײַנע אונטערטעניקע, סײַדן גוטמוטיק, פֿאָרט באַלעבאַטים.
וואָס איז געקומען פּוטין? פֿאָרמעל — צו דערעפֿענען דעם דענקמאָל אין נתּניה לזכּרון די אומגעקומענע סאָלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי. אויפֿצושטעלן אַזאַ דענקמאָל האָט אים צוגעזאָגט אין מאָסקווע, בעת זײַן וויזיט, דער פּרעמיער בנימין נתניהו. זײַן וואָרט האָט נתניהו געהאַלטן, און פּוטין, וואָס האָט אים דעמאָלט צוגעזאָגט בײַצוזײַן בײַ דער אַנטדעקונג פֿונעם מעמאָריאַל, האָט אויך נישט אונטערגעפֿירט — געקומען.
זעט אויס, אַז ביידע צדדים האָבן אַרויסגעקוקט אויף אַזאַ געלעגנהייט. די אַנטדעקונג פֿונעם מעמאָריאַל איז אַוודאי אַ וויכטיקע סיבה, אָבער פֿאָרט אַן עמאָציאָנעלע, מער פֿאַרבונדן מיטן נעכטן. געמיינט האָט מען דאָך די הײַנטיקע ווירקלעכקייט מיט אַלע אירע פּראָבלעמען פֿאַר ביידע לענדער. אויב אַזוי, גייט קודם־כּל די רייד וועגן איראַן און סיריע.
ווי באַוווּסט, האָט מאָסקווע, וואָס שייך איראַן און סיריע, איר אייגענעם צוגאַנג; גאָר אַ היפּוכדיקער צו דער האַלטונג פֿון ישׂראל און דעם מערבֿ. מכּוח איראַן האָט פּוטין, בעת זײַן טרעפֿונג מיט נתניהו, גלײַך געזאָגט, אַז רוסלאַנד וועט איר פּאָזיציע נישט ענדערן, אָבער... אויך נישט שטערן ישׂראל. וואָס מיינט עס? שוין זשע טאַקע, אַז אויב ישׂראל וועט שיקן אירע עראָפּלאַנען צו באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, וועט מאָסקווע עס שטיל אַראָפּשלינגען?
ווי עס שאַצן אָפּ די פּאָליטישע עקספּערטן, ווערט די אויסערלעכע פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד מער אָריענטירט אויף די סוניטישע לענדער. אַזאַ טענדענץ, באַטאָנען זיי, שוואַכט אָפּ סײַ איראַן און סײַ סיריע. ווי אַ באַשטעטיקונג צו דער מיינונג, וואָלט געקאָנט זײַן די ידיעה, וואָס האָט זיך באַוויזן אין דער מעדיאַ גלײַך נאָך דער טרעפֿונג אין ירושלים, אַז רוסלאַנד האָט אָפּגעשטעלט צוצושטעלן סיריע די סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטן C-300.
אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די פֿירער פֿון ביידע לענדער באַטאָנט די עקאָנאָמישע צווישן־באַציִונגען, וועלכע וואַקסן פֿון יאָר צו יאָר. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין ישׂראלס הויכע טעכנאָלאָגיעס, און ישׂראל — אין רוסלאַנדס מאַרק. אַן אַנדער ענין: גאַז. דער רוסישער "גאַזפּראָם" איז לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט אין די לעצטנס אַנטדעקטע גאַז־קוואַלן אין ישׂראל. לסוף — טוריזם. אַ דאַנק דעם אָפּגעשאַפֿטן וויזע־רעזשים, האָבן טויזנטער טוריסטן פֿון רוסלאַנד זיך געלאָזט קיין ישׂראל, בפֿרט נאָך די איבערקערענישן אין עגיפּטן.
מעג מען טאַקע מיינען, אַז דער מאָסקווער "גובערנאַטאָר" וועט ווערן אַ נאַשבראַט מיט די ייִדעלעך פֿונעם "שטעטל איזראַיִלאָווקאַ"?
די הײַנטיקע פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד איז געצילט, קודם־כּל, אומצוקערן זיך צו דעם פֿאַרלוירענעם אידעאָלאָגישן גלײַכגעוויכט. הײַנט האָט שוין נישט רוסלאַנד אַזאַ אַליִיִרטן, ווי די לענדער פֿונעם "סאָציאַליסטישן לאַגער". וואָס שייך דער אַזוי גערופֿענער "דריטער וועלט", זוכט זי איר אייגענעם וועג און אירע אייגענע אַליִיִרטע. הײַנט קלײַבט מאָסקווע אונטער די "ברעקלעך", וואָס לאָזן זיך אויפֿהייבן, ווי למשל, ווײַסרוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן, אוזבעקיסטאַן; און אין מיטעלן מיזרח — די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. שוין זשע איז ישׂראל אויך גרייט אַרײַנגעשלעפּט צו ווערן אין דער קאָמפּאַניע?
מעגלעך, אַז דער איצטיקער באַזוך פֿון פּרעזידענט פּוטין אין ישׂראל, דערנאָך אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע און אין יאָרדאַניע, טראָגן טאַקע אַ "קולטורעלן" קאָנטעקסט, אָבער אונטער דעם "קולטור־קאָנטעקסט" שטעקט אַרויס אַ מין פּרוּוו פֿון מאָסקווע אָנצוטאַפּן ווי ווײַט זײַנען די פֿירער פֿון די לענדער גרייט מיט איר מיטצולויפֿן אין איר קעגנערשאַפֿט צום מערבֿ בכלל, און צו אַמעריקע, בפֿרט.