‫פֿון רעדאַקציע

אויף די לעצטע רעזולטאַטן פֿון די פּרעזידענט־וואַלן אין עגיפּטן האָט מען טאַקע געוואַרט, אָבער שוין כּמעט געווען זיכער, ווער ס’וועט זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דער גרעסטער מלוכה אין מיטעלן מיזרח. און אַזוי איז עס געשען: אויסגעוויילט איז געוואָרן דער פֿירער פֿון דער באַוועגונג "ברידער־מוסולמענער" מוכאַמעד מורסי.
ווי באַקאַנט, איז נישט גענוג צו קומען צו דער מאַכט; די מאַכט דאַרף מען נאָך אײַנהאַלטן. וואָס וועט זײַן דער וועג פֿונעם נײַעם פּרעזידענט — אָט דאָ שטעקט די גורלדיקע פֿראַגע סײַ פֿאַרן לאַנד און סײַ פֿאַרן גאַנצן מיטעלן מיזרח.
דער פֿריִערדיקער עגיפּטישער פּרעזידענט, וואָס איז אַליין אַרויס פֿון דער מיליטערישער עליט, האָט איבער 30 יאָר פֿון זײַן ממשלה זיך אָנגעשפּאַרט אויף דעם מיליטער. פֿאַקטיש, איז אין עגיפּטן די אַלע יאָרן געווען בײַ דער מאַכט אַ מיליטערישע כונטע.
אַן ערך די זעלבע אינערלעכע רעגיר־סטרוקטור האָט עקזיסטירט אין טערקײַ ביזן יאָר 2003, ווען דאָרט איז אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן געקומען צו דער מאַכט דער איצטיקער פֿירער פֿון לאַנד, פּרעמיער־מיניסטער ערדאָגאַן, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער איסלאַמיסטישער פּאַרטיי "פֿון גערעכטיקייט און אַנטוויקלונג". גאָר אין אַ קורצער צײַט, האָט ער פֿאַרקוועטשט אונטער זיך די מיליטערישע עליט, וואָס האָט ביז אַהער דאָמינירט אינעם פּאָליטישן לעבן פֿון לאַנד.
אַן ענלעכע סיטואַציע איז הײַנט אויפֿגעקומען אין עגיפּטן; צי וועט זיך אײַנגעבן דעם נײַעם פּרעזידענט מורסי "פֿאַרקוועטשן" אונטער זיך די שטאַרקע מיליטערישע ירושה? צי וועט אים קלעקן פּאָליטיש ווילן און צי דאַרף ער עס בכלל טאָן?

געזעלשאַפֿט

אַלעקס דאַפֿנער שטעלט פֿאָר אין "קדימה" דעם גאַסט

3. מײַן ייִדישער באַגאַזש

צווישן די שענסטע אוצרות, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געשאַפֿן און לאָזט איצט אַזוי לײַכטזיניק און גלײַכגילטיק צעשלעפּן — איז דער ייִדיש־אוצר. אויב דער אייבערשטער האָט געשאַפֿן דאָס וואָרט און געגעבן עס דווקא דעם מענטשן, נישט אַן אַנדער פֿון זײַנע באַשעפֿענישן, האָט ער דאָך דערמיט אַרויסגעוויזן דעם גרעסטן רעספּעקט און חשיבֿות פֿאַרן מענטשן.
דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום האָט געשאַפֿן אַן אייגן "וואָרט" — די שפּראַך ייִדיש. איז עס דען ניט קיין געטלעכע אַרבעט?! ייִדיש — איז אַ מין גלויבן; און ווער עס נעמט דאָס דאָזיקע גלויבן אָן, ווערט אַ טייל פֿון אַ באַזונדערער עדה, וואָס איז, ווי פֿריִער, צעוואָרפֿן איבער דער וועלט. וואָס טראָגט עס אין זיך, דאָס גלויבן? וואָס יעדעס גלויבן טראָגט — דעם פֿאָלקס גײַסט, אויסגעהאַלטן, ווי אַ טויזנט־יאָריק געטראַנק, אויף חכמה, הומאָר און געוויין, געשיכטע און גורל פֿון אָבֿות, מוזיק און טענץ — אַלץ אַרײַנגעשריבן אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה...
אין מעלבורן האָב איך באַגעגנט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, וואָס האַלטן זיך בײַ אָט דעם ייִדיש־גלויבן. יעדער פֿון זיי איז אַוודאי באַשעפֿטיקט מיט זײַן אייגענער פּרנסה, פֿאַרטאָן אין זײַן פֿאַך, משפּחה־ענינים; זיי רעדן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן אויף דער לאַנד־שפּראַך, אָבער אַלע פֿאַראייניקט זיי די געטרײַשאַפֿט און ליבע צו מאַמע־לשון. ווען זיי בלײַבן אַליין, אָדער טרעפֿן זיך מיט אַן אַנדער מיטגליד פֿון דער ייִדיש־עדה, וואַרפֿן זיי אַראָפּ פֿון זיך די וואָכעדיקע מלבושים און פֿילן זיך פֿרײַ און יום־טובֿדיק, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִד אום־שבת.

געזעלשאַפֿט, געשיכטע

אַ קראַנקן־שוועסטער ווײַזט ווי אַזוי צו סטעריליזירן מילעך אין דער היים, 1913
אינעם "מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט", וואָס געפֿינט זיך אין זעלבן בנין ווי דער ייִוו״אָ אין מאַנהעטן, קען מען דעם זומער זען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג וועגן דער וויכטיקער ראָלע, וואָס ייִדן האָבן געשפּילט אין דער מאָדערנער מעדיצין, נישט געקוקט אויף דעם כּסדרדיקן אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז זיי תּמיד געשטאַנען אין וועג.
אין דער הקדמה צו דער אויסשטעלונג, וואָס הייסט Trail of the Magic Bullet: The Jewish Encounter with Modern Medicine 1860-1960 [דער וועג פֿון דער כּישוף־קויל: די ייִדישע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער מעדיצין פֿון 1860 ביז 1960], דערוויסט מען זיך, אַז הגם די ייִדן זענען שוין לאַנג פֿאַרבונדן מיט דער מעדיצינישער פּראָפֿעסיע, איז נישטאָ קיין ספּעציפֿישע "ייִדישע מעדיצין", אַזוי ווי די גריכישע, כינעזישע אָדער אינדישע מעדיצין. די ייִדישע דאָקטוירים האָבן תּמיד באַהאַנדלט זייערע פּאַציענטן אויפֿן סמך פֿון די אָנגענומענע טעאָריעס און הייל־מיטלען פֿון די לענדער און צײַטן, אין וועלכע זיי האָבן געלעבט.
אין מיטל־עלטער האָט די קריסטלעכע קירך אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, וואָס פֿאַרווערט ייִדישע דאָקטוירים צו באַהאַנדלען נישט־ייִדן, און פֿאַרווערט די קריסטן פֿון גיין צו ייִדישע דאָקטוירים. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ סך פּויפּסטן און קריסטלעכע פֿירער געזוכט מעדיצינישע באַהאַנדלונג דווקא בײַ ייִדישע דאָקטוירים.
די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט שטודירן אויף דאָקטער, האָבן עס געמוזט טאָן מיט אַ פּריוואַטן לערער ווײַל מע האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין אוניווערסיטעט, אָדער מע האָט זיי געהייסן באַצאָלן גרויסע סומעס פֿאַר דער רעכט צו שטודירן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Val Vinokur.
The Trace of Judaism:
Dostoevsky, Babel, Mandelstam, Levinas.
Evanston, Ill.
Northwestern University Press, 2008.



ייִדישע אינטעליגענץ האָטּ ליב דאָסטאָיעווסקין. ניט געקוקט אויף זײַן אויסגעשפּראָכענער שׂינאת־ישׂראל, וואָס קומט אַרויס בולט אי אין זײַן פּריוואַטער קאָרעספּאָנדענץ, אי אין זײַנע געדרוקטע טעקסטן, איז דאָסטאָיעווסקי געווען אפֿשר דער סאַמע פּאָפּולערער רוסישער קלאַסיקער ניט נאָר בײַם אַסימילירטן רוסיש–ייִדישן עולם, אָבער אויך בײַ פֿרומע ייִדן ווי, למשל, אַהרן שטיינבערג און אַפֿילו בײַ ציוניסטן און העבראַיִסטן, ווי יוסף־חיים ברענער. אויף ייִדיש זײַנען דאָסטאָיעווסקיס ראָמאַנען אַרויס אין פֿאַרשידענע איבערזעצונגען אין בערלין, וואַרשע און ניו־יאָרק (הגם ניט אין סאָוועט־רוסלאַנד, וווּ מען האָט אים געהאַלטן פֿאַר טריף־פּסול!).
די ייִדישע ליבע צו דאָסטאָיעווסקין הייבט זיך אָן נאָך בעת זײַן לעבן. דער אַנטוישטער משׂכּיל אַבֿרהם־אורי קאָוונער האָט אָנגעשריבן דעם באַרימטן רוסישן שרײַבער אַ בריוו פֿון סיביר, וווּ מען האָט אים פֿאַרשיקט פֿאַר באַגנבֿענען אַ באַנק. קאָוונער האָט זיך געחידושט, ווי אַזוי פּאָרט זיך בײַ דאָסטאָעווסקין זײַן אַלמענטשלעכער הומאַניזם מיט דער שׂינאה צו דעם ייִדישע פֿאָלק. דאָסטאָיעווסקי האָט אים געענטפֿערט גאַנץ פֿרײַנדלעך, און סוף־כּל־סוף איז קאָוונער געוואָרן אַ קריסט און האָט זיך קונה־שם געווען אין דער רוסישער זשורנאַליסטיק.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער זיצונג פֿונעם אַנטי־ציוניסטישן קאָמיטעט, מאָסקווע, 1967. אויפֿשריפֿטן אויף די פּלאַקאַטן: "בושה צו די ישׂראל־אַגרעסאָרן", "אַגרעסאָרן — אַרויס פֿון דער אַראַבישער ערד!"
סוף מײַ, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט כּמעט אַ וואָך אין מאָסקווע, פֿלעג איך יעדן טאָג, אויפֿן וועג אין אַרכיוו, קויפֿן אַן אַנדער צײַטונג און לייענען זי, פֿאָרנדיק אין "מעטראָ" (אונטערבאַן). אין איינעם פֿון די טעג האָב איך געקויפֿט אַ פֿרישן נומער פֿון דער "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" (ליטעראַרישע צײַטונג), וואָס איז אַ מאָל געווען מײַן באַליבטסטע צײַטונג. הגם זי האָט זיך תּחילת, אין יאָר 1929, באַוויזן ווי אַ ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אויסגאַבע, אויסגערעכנט אויף דעם עולם פּען-מענטשן, האָט זי זינט 1967 געהאַט אַן אַנדער פּרצוף.
קודם-כּל, איז עס געוואָרן דאָס ערשטע סאָוועטישע "דיקע" וואָכנבלאַט — פֿון אַזש 16 זײַטן, וואָס איז געווען, לויט די סאָוועטישע מאָסן, זייער אַ סך, ווײַל אַ געוויינטלעכע צײַטונג האָט געהאַט נאָר פֿיר (זעלטן זעקס) זײַטן. בעת דער ערשטער טייל פֿון דער צײַטונג האָט געטראָגן אַרטיקלען פֿאַר דער ליטעראַרישער בראַנזשע, צי סתּם מוז-מאַטעריאַלן, זײַנען די איבעריקע אַכט זײַטן געווען אויסגערעכנט אויף אינטעלעקטועלע לייענער. ווי אַ פּועל-יוצא, איז עס געוואָרן די צײַטונג פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער איבערבויער פֿון דער אויסגאַבע איז געווען אַלכּסנדר טשאַקאָווסקי, אַן אַסימילירטער ייִד און אַ דאָגמאַטישער קאָמוניסט, אָבער אַ טיכטיקער רעדאַקטאָר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות פֿונעם חומש "במדבר", האָבן מיר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע אויסנעמלעכע, פּאַראַדאָקסישע און אומגעוויינטלעכע סיטואַציעס. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַהאַנדלט עטלעכע מאָל, ווערט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע זאַכן און אויסנאַמען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "חוקת", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער פּאַראַדאָקסישער מיצווה פֿון "פּרה אַדומה", דורך וועלכער די כּהנים פֿלעגן מטהר זײַן ייִדן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת. דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם דאָזיקן טהרה־ריטואַל, ווערט אָבער אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס הייסט, אַז דאָס אַש פֿון "פּרה אַדומה" טראָגט אין זיך, מיטאַמאָל, אַ קוואַל פֿון טומאה און טהרה.
אין משיחס צײַטן וועט דער חילוק צווישן טומאה און טהרה בטל ווערן. די מענטשהייט וועט זען, אַז דאָס ג־טלעכע ליכט שטעקט אַפֿילו אין אַזעלכע ענינים, וואָס זעען הײַנט אויס ווי נעגאַטיווע און פֿינצטערע. מע וועט פֿאַרשטיין, אַז אין אַ פּלאַץ, וואָס זעט אויס ווײַט פֿון קדושה, באַהאַלט זיך צומאָל אַ סגולה קעגן דער גרעסטער טומאה.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער זעלבער געדאַנק באַטראַכט אויף אַ מער ראַדיקאַלן אופֿן. דער מואבֿישער קיניג בלק, אַ בייזער מענטש און אַ בפֿירושער שׂונא פֿון ייִדן, האָט געבעטן דעם בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט אַ טויט־קללה.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

"וווּדי גאָטרי" איילבילד פֿון טשאַרלס באַנקס ווילסאָן, 2004
דער אַמעריקאַנער זינגער־טרובאַדור, וווּדי גאָטרי, איז געבוירן געוואָרן דעם 14טן יולי 1912 אין אַ קליין שטעטל אין אָקלאַהאָמאַ און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1967. קיין ייִד איז ער נישט געווען, אָבער קיין געטרײַער קריסט איז ער אויך נישט געווען. אַ לינק־געשטימטער פּאָליטיש־אַקטיווער פֿאָלקזינגער, האָט גאָטרי באַגײַסטערט עטלעכע דורות מיט זײַן איבערגעגעבנקייט און אידעאַליזם, מיט זײַן צונויפֿגאָס פֿון קונסט און אַקטיוויזם. אויף זײַן גיטאַר האָט ער אָנגעשריבן "די מאַשין הרגעט אַוועק פֿאַשיסטן".
וואָס איז דאָס שײַכות צווישן וווּדי גאָטרי און די ייִדן? קודם־כּל איז זײַן ווײַב מאַרגאָ גאָטרי געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט (1888—1975), דיכטערין פֿון אַזוינע לידער ווי "פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים", "חלומען חלומות" און "חבֿיבֿהלע". הייסט עס, אַז וווּדיס קינדער זענען ייִדן, און זײַנע קינדער זענען געוואָרן גאַנץ באַקאַנט אין דער וועלט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער זון אַרלאָ גאָטרי, אַ בן־דור פֿון באָב דילאָן, איז נאָך אַלץ פֿון די באַליבטסטע פֿאָלקזינגערס. די טאָכטער נאָראַ גאָטרי פֿירט אָן מיטן "וווּדי גאָטרי־אַרכיוו", אַ וויכטיקע זאַמלונג, צו וועלכער מיר וועלן זיך אין גיכן אומקערן.

געזעלשאַפֿט
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער איראַנישער הויפּט־פֿאַרמיטלער פֿאַר נוקלעאַרע ענינים, סאַיִד דזשאַלילי (רעכטס), און דער שעף פֿון אויסערן־פּאָליטיק בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, קאַטערין אַשטאָן (לינקס), בעת די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דער נוקלעאַרער פּראָגראַם אין איראַן, דעם 18טן יוני, אין מאָסקווע
די לעצטע פֿאַרהאַנדלונגען (אין יוני) צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און איראַן, האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיט גאָרנישט: ביידע זײַטן האָבן פֿאַרלאָזט מאָסקווע, וווּ די פֿאַרהאַנדלונגען זײַנען פֿאָרגעקומען, און אויף קיין טראָט זיך נישט גערירט צו פּועלן בײַ טעהעראַן אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם. וואָס אמת, די אייראָפּעער זײַנען ממש אַרויס פֿון די כּלים, פֿאָרלייגנדיק די אַיאַטאָלאַס צוצושטעלן זיי דעם באַרײַכערטן אוראַניום, אַבי זיי זאָלן צוזאָגן — נאָר צוזאָגן! — נישט צו באַרײַכערן דעם אוראַניום ביז 20% אויפֿן שטח פֿון איראַן גופֿא. אָבער די פּאַרלאַמענטאַרן פֿון איראַן האָבן געהאַט זייער באַדינג: פֿריִער שטעלט אונדז צו דעם אוראַניום, און דערנאָך וועלן מיר זען...
ס׳איז געווען צו דערוואַרטן אַ דורכפֿאַל אין די דאָזיקע פֿאַרהאַנדלונגען, ווײַל ס׳איז שוין גוט באַקאַנט די טאַקטיק פֿון טעהעראַן — ציִען די צײַט און דערווײַל פֿאָרזעצן די אַרבעט איבער זייער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
די באַזונדערקייט פֿון די מאָסקווער פֿאַרהאַנדלונגען באַשטייט אין דעם, וואָס דורכגעפֿאַלן זײַנען זיי פּונקט ערבֿ דעם 1טן יולי, ווען די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד מוזן אין גאַנצן אָפּשטעלן אײַנצוקויפֿן דעם איראַנישן נאַפֿט. אַזאַ באַשלוס איז נאָך אָנגענומען געוואָרן אָנהייב יאָר. נאָך מער: די אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס איז פֿאַרווערט געוואָרן אונטערצושרײַבן מיט די איראַנישע האַנדל־אַגענטן נײַע קאָנטראַקטן אויף צוצושטעלן נאַפֿט.
דעמאָלט, געדענקט זיך, האָט טעהעראַן געסטראַשעט אײַנצופֿירן אַ בלאָקאַדע אינעם אָרמוזער דורכגוס און דערמיט אָפּשטעלן דעם נאַפֿט־עקספּאָרט פֿון סאַודיע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ייִדישע פּאָעזיע בײַם "פּאָעממאָביל"

פֿאַר דער אַלטער "עלדרידזש־גאַס־סינאַגאָגע" האָט מען געטאַנצט לעבן דעם "פּאָעמעמאָביל"
פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער איסט־סײַד זענען געבליבן, דער עיקר, בלויז בנינים, ווי דער אַלטער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי — הײַנט לוקסוס־דירות — און די "ביאַליסטאָקער היים", וואָס מען האָט לעצטנס פֿאַרקויפֿט. נאָך אַ שפּרודלדיק ייִדיש לעבן דאַרף מען שוין פֿאָרן צו אַנדערע ערטער אין ניו־יאָרק, און אויב מע וויל געפֿינען אַ ייִדיש־רעדנדיקע געגנט, קען מען דאָס נאָר טאָן אין ברוקלין. דאָרטן, וווּ מע האָט אַמאָל גערעדט ייִדיש אויף העסטער־גאַס, עסעקס־גאַס און דעלאַנסי, רעדט מען הײַנט כינעזיש. דער דערבײַיִקער "טשײַנעטאַון" (כינעזער שטעטל) האָט זיך פֿאַרברייטערט און אײַנגעשלונגען די ייִדישע איסט־סײַד.
אָבער עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע שילן אויף דער איסט־סײַד. טייל האָט מען, צום באַדויערן, פֿאַרקויפֿט און איבערגעמאַכט פֿאַר אַנדערע צוועקן ווי די "פּײַק־גאַס־שיל" וואָס איז הײַנט אַ בודיסטישער טעמפּל. אָבער אין אַנדערע, ווי די סטאַנטאָן־גאַס־שיל, דאַוונט נאָך אַ מנין ייִדן, אַ דאַנק אַ נײַער כוואַליע יונגע ייִדן אין דער געגנט. די עלטסטע אַשכּנזישע סינאַגאָגע אין מאַנהעטן איז די עלדרידזש־גאַס־שיל, געבויט אין 1887. דאָס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 125סטן געבוירן־טאָג! די פּרעכטיק שיינע סינאַגאָגע האָט מען במשך פֿון יאָרן רעסטאַוורירט און זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ מוזיי. צווישן די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי האָט מען יעדן סעזאָן אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער מוזיק. אין יוני, למשל, האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לעקטאָרן צו רעדן וועגן חיים גראַדע און י. באַשעוויס. הײַנט אַרבעטן צוויי יונגע ייִדיש־סטודענטן אין דער סינאַגאָגע איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די אַלטע פּראָטאָקאָלן און פּינקסים.

מוזיק
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניקלאַס אָלניאַנסקי פֿון דער גרופּע "דיבוקים"
מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך געמאַכט אַן אינטערנעץ-אינטערוויו מיט ניקלאַס אָלניאַנסקי, דער ייִדישיסט פֿון שוועדן און מיטגרינדער פֿון דער שוועדישער ייִדיש-מעטאַל גרופּע "דיבוקים" (זע: עדי מהלאל, סעפּטעמבער 9, 2011). אָט איז יענער אינטערוויו, כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, אָבער "בעסער שפּעטער, ווי קיינמאָל נישט", ווי מע זאָגט:


דערצייל אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון אײַער גרופּע?
איך און מײַן ווײַב אידאַ זײַנען ביידע מוזיקער און האָבן שוין לאַנג געשמועסט וועגן גרינדן אַ גרופּע צוזאַמען, אָבער מיר האָבן ניט געוווּסט פֿון וואָס אָנצוהייבן. די איינציקע זאַך, וואָס מיר האָבן יאָ געוווּסט איז געווען, אַז מיר זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין שאַפֿן אַ געוויינטלעכן פּראָיעקט. איין מאָל האָט אידאַ געזאָגט: "פֿאַר וואָס מאַכן מיר ניט קיין מעטאַל־גרופּע אויף ייִדיש?" און די אידעע איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן, ווײַל איך בין אַ גרויסער ליבהאָבער אי פֿון ייִדיש אי פֿון מעטאַל. מיר האָבן נאָך דעם אָנגעקלונגען אונדזער אַלטן חבֿר, מאַגנוס וואָלפֿאַרט, וואָס איז אַ פֿאַנטאַסטישער מוזיקער און די גרופּע "דיבוקים" איז געבוירן געוואָרן.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי די ייִדישע וועלט ווייסט שוין דערפֿון, אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס איז פֿאַראַן אַ רעסטאָראַן אין ברוקלין וואָס רופֿט זיך "טריף." פֿאַראַן רעסטאָראַנען וואָס סערווירן כּשר. אַנדערע ווידער פֿאַרזיכערן אונדז, אַז זייערס איז גלאַט־כּשר, אַזוי אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג — רעסטאָראַן־באַזוכער — טוען זיך פּאָסמאַקעווען סײַ אין וויליאַמסבורג און סײַ אין קראַון־הייטס, סײַ אין באָראָ־פּאַרק און סײַ אין מאָנסי און לייקוווּד, אין קרית־יואל און אין ניו־סקווער. דאָרט סערווירט מען טשאָלנט און צימעס, לאָקשן־קוגל און יאַפּציק (קאַרטאָפֿל־קוגל). שוין אָפּגערעדט פֿון פֿליישיקע מאכלים, און אַלץ "גלאַט."
בײַ אונדז אין ריווערדייל האָבן מיר אַ כּשרע "דעלי," וווּ מ׳קען אָנפֿילן די בײַכער מיט "קאָרן־ביף" און פּאַסטראַמי, קישקע, לאָקשן־קוגל, קניידלעך מיט יויך, קנישעס און וווּרשטלעך; און אַלץ אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון כּשר, נישט געקוקט דערויף וואָס זיי זײַנען אָפֿן אום שבת. אפֿשר בין איך נישט גוט אינפֿאָרמירט, נאָר כּשר דאַרף, דאַכט זיך, אַרומנעמען דעם דין פֿון האַלטן שבת און יום־טובֿ, כּשרות, מיט שײַטלען און מיקווה, מזוזות און נטילת־ידיים. מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון דינים, מינהגים און ריטואַלן.
האָב איך זיך גענומען נאָכפֿרעגן וועגן דעם רעסטאָראַן אין ברוקלין וואָס רופֿט זיך "טריף." ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָרט סערווירט מען שינקע מיט חזיר־פֿיסלעך, ווײַבראַטן מיט שפּעק, און ווער ווייסט וואָס נאָך. איך פּערזענלעך בין דאָרט נישט געווען, און איך גרייט זיך אַהין אַרײַנצושמעקן, בלויז אַ קוק טאָן אויף זייער "מעניו."
איך געדענק, אַז אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, האָבן זיך געפֿונען צוויי געשעפֿטן אין גאַס.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
ווען מײַן 4־יאָריק זונדל וויל עפּעס, הייבט ער אָן שרײַען, וואַרפֿט מיט די הענט און מאַכט געוואַלדן — ביז מע גיט אים וואָס ער וויל. איך שעם זיך פֿאַר לײַט ווען מיר זענען אויף דער גאַס אָדער אין אַ געשעפֿט. מײַן מאַן און איך האָבן פֿאַרשיידענע מיינונגען ווי צו לייזן די פּראָבלעם. ער האַלט, אַז מע דאַרף אים פּשוט נאָכגעבן אין אַזאַ מאָמענט, און אויף אים שפּעטער אָנשרײַען. איך האַלט, מע זאָל אויף אים שרײַען דאָרטן אויפֿן אָרט, אַפֿילו אויב עס קומט פֿאָר פֿאַר מענטשן. וואָס פֿאַראַ עצות קענט איר אונדז געבן?


די מאַמע פֿון אַ שרײַענדיק קינד




טײַערע מאַמע,
איך וואָלט אויף אַ גאַנץ אַנדערן אופֿן באַטראַכט די פּראָבלעם. מיר דאַכט, אַז אויב אײַער זון הערט ווי מע שרײַט און געוואַלדעוועט אין דער היים, איז נישט קיין חידוש, וואָס ער שרײַט און געוואַלדעוועט ביז ער באַקומט וואָס ער וויל. איך וואָלט זיך אַוועקגעזעצט זאַלבע דריט און אַרום גערעדט דעם ענין. אויב אײַער זון וועט שרײַען ווײַטער, בייגט זיך אָן צו אים און דערמאָנט אים מיט אַ רויִקן שטילן טאָן, אַז מע טאָר נישט שרײַען. גיט זיך נישט אונטער. אין גיכן וועט ער פֿאַרשטיין, אַז זײַנע "קונצן" וועלן מער נישט צוציִען אײַער אויפֿמערק און וועלן אים נישט ברענגען די זאַכן וואָס ער וויל. איך ווינטש אײַך אַ רויִקע שטוב.