פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות פֿונעם חומש "במדבר", האָבן מיר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע אויסנעמלעכע, פּאַראַדאָקסישע און אומגעוויינטלעכע סיטואַציעס. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַהאַנדלט עטלעכע מאָל, ווערט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע זאַכן און אויסנאַמען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "חוקת", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער פּאַראַדאָקסישער מיצווה פֿון "פּרה אַדומה", דורך וועלכער די כּהנים פֿלעגן מטהר זײַן ייִדן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת. דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם דאָזיקן טהרה־ריטואַל, ווערט אָבער אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס הייסט, אַז דאָס אַש פֿון "פּרה אַדומה" טראָגט אין זיך, מיטאַמאָל, אַ קוואַל פֿון טומאה און טהרה.
אין משיחס צײַטן וועט דער חילוק צווישן טומאה און טהרה בטל ווערן. די מענטשהייט וועט זען, אַז דאָס ג־טלעכע ליכט שטעקט אַפֿילו אין אַזעלכע ענינים, וואָס זעען הײַנט אויס ווי נעגאַטיווע און פֿינצטערע. מע וועט פֿאַרשטיין, אַז אין אַ פּלאַץ, וואָס זעט אויס ווײַט פֿון קדושה, באַהאַלט זיך צומאָל אַ סגולה קעגן דער גרעסטער טומאה.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער זעלבער געדאַנק באַטראַכט אויף אַ מער ראַדיקאַלן אופֿן. דער מואבֿישער קיניג בלק, אַ בייזער מענטש און אַ בפֿירושער שׂונא פֿון ייִדן, האָט געבעטן דעם בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט אַ טויט־קללה.
דער אייבערשטער האָט געהייסן בלעמען נישט צו טשעפּען די ייִדן. בלק האָט געוווּסט, אַז דער רבונו־של־עולם דערלאָזט נישט אויסצופֿירן זײַן פּלאַן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער ווידער געבעטן בלעמען, און ער האָט מסכּים געווען דורכצופֿירן זײַן קללה־ריטואַל. אויפֿן וועג צום באַרג, וווּ ער האָט זיך געקליבן צו שעלטן די ייִדן, האָט בלעמס אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט על־פּי־נס אָנגעהויבן רעדן. דער מלאך האָט געוואָרנט דעם בייזן כּישוף־מאַכער, אַז ער וועט נישט האָבן קיין רשות צו זאָגן אַ קללה קעגן דעם אייבערשטנס ווילן. צום סוף, ווען בלעם האָט זיך צוגעגרייט צו שעלטן די ייִדן, האָט ער זיי, אַנשטאָט דעם, געבענטשט דרײַ מאָל. ווי אַ נבֿיא — הגם בלעם איז געווען אַ בייזער "אַנטי־נבֿיא", האָט ער נישט געקאָנט זאָגן קיין אייגענע ווערטער.
אַפֿילו נאָך דעם, הגם בלעם האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט טאָן קיין שלעכטס קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן בלעם און בלק צוגעטראַכט אַן אַנדער עצה, ווי עס דערציילן די חז״ל. זיי האָבן אַרײַנגעשיקט צו די ייִדן אין מידבר אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען, כּדי צו פֿאַרפֿירן די ייִדן, זיי זאָלן דינען עבֿודה־זרה. אינעם ייִדישן לאַגער האָט זיך אָנגעהויבן אַ מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט בלויז ווען פּינחס, אַהרן הכּהנס אייניקל, האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד זמרי, דעם נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, צוזאַמען מיט זײַן חבֿרטע כּזבי, אַ פּריצעסין פֿון מדין.
לויטן מדרש, איז כּזבי געווען בלקס טאָכטער. עס באַקומט זיך, אַז בלק האָט ממש מוסר־נפֿש געווען, כּדי צו ברענגען די ייִדן אַ היזק. אַפֿילו נאָך אַ גאַנצער ריי פֿון נבֿואות און ניסים, האָט ער באַשלאָסן אַרײַנצושיקן — נישט מער און נישט ווייניקער — זײַן אייגענע טאָכטער, די פּרינצעסין פֿון זײַן פֿאָלק, וויסנדיק גאַנץ קלאָר, אַז ער שטעלט איר לעבן אײַן אין אַ גרויסער סכּנה.
פֿונדעסטוועגן, טראָגט אונדזער פּרשה בלקס נאָמען. איינע פֿון די סיבות דערצו, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, באַשטייט אין דעם, וואָס דוד־המלך האָט געשטאַמט פֿון בלקס אייניקלעך — דורך רות, די באַרימטע גיורת. אין דער געשיכטע פֿון דודס משפּחה זענען געווען פֿאַרמישט אַ סך פֿאַרשיידענע פֿעלקער. די משיחישע גאולה וועט אַרומנעמען די גאַנצע מענטשהייט, דערפֿאַר שטאַמט דוד, דער זיידע פֿונעם קומענדיקן גואל־צדק, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ "פּראָטאָ־משיח", דווקא פֿון אַזאַ אויסגעמישטער משפּחה, ווי עס ווערט דערקלערט אין קבלה־ספֿרים.
הגם בלק איז געווען אַ בפֿירושער רשע, האָט ער אַרויסגעוויזן אַ גרויסע מסירת־נפֿש. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער אייבערשטער אַליין האָט אים געזאָגט, דורך בלעמען, נישט צו טאָן ייִדן קיין שלעכטס, האָט ער מקריבֿ געווען זײַן אייגענע טאָכטער, כּדי דורכצופֿירן זײַן פּלאַן. ווען עמעצער איז מוסר־נפֿש אויף אַ גוטן צוועק, איז עס נישט אַזאַ גרויסער חידוש, ווי אין בלקס פֿאַל. דער מואבֿישער קיניג האָט זיכער געוווּסט, אַז ער וועט באַשטראָפֿט ווערן פֿאַר זײַנע בייזע מעשׂים, און אַז זײַן טאָכטער קאָן דערהרגעט ווערן פֿאַר איר פּראָוואָקאַציע אינעם ייִדישן לאַגער.
נישט געקוקט אויף דעם נעגאַטיוון כאַראַקטער פֿון זײַנע אַקציעס, האָט בלק אַרויסגעוויזן אַ מוסטער פֿון עכטער מסירת־נפֿש. רבי צדוק לובלינער, אַ גרויסער און טיפֿער חסידישער דענקער, דערקלערט, אַז ווען עמעצער שטאַרבט אויף קידוש־השם, הייסט עס "מסירת־הגוף". מע ווייסט, אַז אויף יענער וועלט וועט מען באַקומען פֿאַר דעם אַ גרויסן שׂכר, און אויף דער וועלט וועט מען פֿאַררעכנט ווערן פֿאַרק אַ קדוש. דוד־המלך האָט געזאָגט, אַז ער איז גרייט צו דינען עבֿודה־זרה, אויב דאָס וואָלט געהאָלפֿן צו ראַטעווען די ייִדן — הגם ער וואָלט צוליב דעם פֿאַרלוירן זײַן חלק אין עולם־הבא און פֿאַרשעמט געוואָרן אויף דער וועלט. אָט־דאָס, לויט רבי צדוקן, הייסט "מסירת־נפֿש" — די באַוויליקייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַלץ אין די ביידע וועלטן.
הגם בלק האָט אַרויסגעוויזן אַזאַ מסירת־נפֿש אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן, איז עס, בעצם, אַ משיחישער כּוח, וועלכן דוד־המלך האָט פֿון אים געירשנט. כּדי צו בײַטן דעם גורל פֿון דער גאַנצער וועלט, מוז מען זײַן דרייסט און פּרינציפּיעל. דערפֿאַר טראָגט די הײַנטיקע פּרשה בלקס נאָמען. כאָטש ער איז געווען אַ רשע, קאָן מען אָפּלערנען — פּאַראַדאָקסיש — אַ וויכטיקן לימוד פֿון זײַן איבערגעגעבנקייט. אויב עמעצער קאָן דורכפֿירן אַ בייזן און אַ נאַרישן פּלאַן מיט אַזאַ אויסנעמלעכער מסירת־נפֿש — זענען די מענטשן זיכער מסוגל אויסצונוצן זייער גײַסטיקע און פֿיזישע ענערגיע פֿאַר גוטע, ליכטיקע צילן. אין פֿאַרגלײַך מיט צינישע, עכט־מערדערישע אַנטיסעמיטן, האָט בלקס עקשנותדיקע שפּיל מיט בלעמס קללות זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ברכה, ווײַל אין זײַן עקשנות האָט געשטעקט אַ קערנדל פֿונעם משיחישן מסירת־נפֿשדיקן כּוח.
אין דער הײַנטיקער פּרשה זעען מיר ווידער, ווי אַזוי אַן אויסנאַם — אַפֿילו אַ שלעכטער — קאָן צומאָל אָנווײַזן אַ וועג צו דער אמתער גאולה. דער פֿאַקט, וואָס געוויסע יחידים קאָנען טאָן שלעכטע מעשׂים מיט אַזאַ ווילדער עקשנות, דעמאָנסטרירט דעם גרויסן פּאָטענציאַל פֿון דער מענטשהייט. אויב אַפֿילו אַ רשע קאָן זיך פֿירן אַזוי מסירת־נפֿשדיק, קאָן מען זיכער אָנווענדן דעם זעלבן כּוח אויף אַ גוטן צוועק. ווען יעדער מענטש וואָלט זיך באַצויגן צום צווייטן מיט אַן אמתער ליבשאַפֿט, און וואָלט געשטרעבט צו רוחניותדיקע השׂגות מיט אַ "ווילדן" און עקשנותדיקן כּוח, אָן קיין עגאָיִסטישע חשבונות, וואָלטן מיר זיכער געלעבט אין אַ בעסערער וועלט.