אויף די לעצטע רעזולטאַטן פֿון די פּרעזידענט־וואַלן אין עגיפּטן האָט מען טאַקע געוואַרט, אָבער שוין כּמעט געווען זיכער, ווער ס’וועט זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דער גרעסטער מלוכה אין מיטעלן מיזרח. און אַזוי איז עס געשען: אויסגעוויילט איז געוואָרן דער פֿירער פֿון דער באַוועגונג "ברידער־מוסולמענער" מוכאַמעד מורסי.
ווי באַקאַנט, איז נישט גענוג צו קומען צו דער מאַכט; די מאַכט דאַרף מען נאָך אײַנהאַלטן. וואָס וועט זײַן דער וועג פֿונעם נײַעם פּרעזידענט — אָט דאָ שטעקט די גורלדיקע פֿראַגע סײַ פֿאַרן לאַנד און סײַ פֿאַרן גאַנצן מיטעלן מיזרח.
דער פֿריִערדיקער עגיפּטישער פּרעזידענט, וואָס איז אַליין אַרויס פֿון דער מיליטערישער עליט, האָט איבער 30 יאָר פֿון זײַן ממשלה זיך אָנגעשפּאַרט אויף דעם מיליטער. פֿאַקטיש, איז אין עגיפּטן די אַלע יאָרן געווען בײַ דער מאַכט אַ מיליטערישע כונטע.
אַן ערך די זעלבע אינערלעכע רעגיר־סטרוקטור האָט עקזיסטירט אין טערקײַ ביזן יאָר 2003, ווען דאָרט איז אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן געקומען צו דער מאַכט דער איצטיקער פֿירער פֿון לאַנד, פּרעמיער־מיניסטער ערדאָגאַן, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער איסלאַמיסטישער פּאַרטיי "פֿון גערעכטיקייט און אַנטוויקלונג". גאָר אין אַ קורצער צײַט, האָט ער פֿאַרקוועטשט אונטער זיך די מיליטערישע עליט, וואָס האָט ביז אַהער דאָמינירט אינעם פּאָליטישן לעבן פֿון לאַנד.
אַן ענלעכע סיטואַציע איז הײַנט אויפֿגעקומען אין עגיפּטן; צי וועט זיך אײַנגעבן דעם נײַעם פּרעזידענט מורסי "פֿאַרקוועטשן" אונטער זיך די שטאַרקע מיליטערישע ירושה? צי וועט אים קלעקן פּאָליטיש ווילן און צי דאַרף ער עס בכלל טאָן?
צוריק גערעדט, האָבן אויך די מיליטער־לײַט געמאַכט זייערע אויספֿירן פֿון דעם וואָס ס’איז געשען מיט זייערע קאָלעגן אין טערקײַ, און נאָך ערבֿ די וואַלן דורכגעפֿירט אַ באַשלוס, אַז נישט דער פּרעזידענט, נאָר דער העכסטער מיליטערישער ראַט האָט דאָס רעכט צו באַשליסן, אָנצוהייבן אַ מלחמה, צי נישט; און נאָך — נאָר דער ראַט קאָן באַשטימען, ווער ס’זאָל שטיין אין שפּיץ פֿון די מיליטערישע קרעפֿטן פֿונעם לאַנד און וועמען אַראָפּצונעמען פֿון דעם הויכן אַמט.
פֿאַר וואָס איז עס וויכטיק? ווײַל די אַגרעסיווקייט פֿון די איסלאַמיסטן איז נישט קיין נײַע זאַך; באַזונדערס, אין אַ צײַט, ווען דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿונעם לאַנד איז נאָענט צו אַ קאַטאַסטראָפֿע. שוין נישט איין פּאָליטיקער אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט, האָט אויפֿגעהאַלטן זײַן מאַכט אויפֿן חשבון פֿון ווילדן נאַציאָנאַליזם און פֿאַנאַטישער רעליגיעזקייט; בפֿרט, אַז ס’איז דאָ צו וועמען אויסצולאָזן די שׂינאה און כּעס — צו ישׂראל!
אַגבֿ, אייניקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער פֿאַרטײַטשן טאַקע די שטרעבונג פֿון די מיליטער־לײַט צו באַגרענעצן די מאַכט פֿונעם פּרעזידענט בפֿירוש צוליב דער דאָזיקער סיבה, וואָס מיר האָבן ערשט דערמאָנט. אויב פֿאַר מורסי און זײַנע "ברידער" קאָן אַ מלחמה מיטן "ציוניסטישן פֿײַנט" זײַן אַ מיטל אָפּצוּווענדן דאָס פֿאָלק פֿון זײַנע טאָג־טעגלעכע צרות, קאָן אַזאַ מלחמה, וואָס וועט געוויס פֿאַרשפּילט ווערן, אונטעררײַסן די פּאָליטישע דאָמינירונג פֿון דעם מיליטער.
אויף דער הײַנטיקער געאָפּאָליטישער מאַפּע פֿון מיטעלן מיזרח, זײַנען פֿאַראַן צוויי שטאַרקע מוסולמענישע מאַכטן, וואָס פּרעטענדירן צו פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן אין דעם ראַיאָן — טערקײַ און איראַן. צי קאָן דער נײַער עגיפּטישער פּרעזידענט געפֿינען אַן אַליִיִרטן אין אָט די צוויי לענדער, נאָענט צו אים לויטן גײַסט? אַ גרויסער ספֿק; ערשטנס, ווײַל זיי ווילן טאַקע אַליין דאָמינירן אין דעם טייל פֿון דער וועלט; און צווייטנס, ווײַל זיי האָבן הײַנט אייגענע קאָפּדרייענישן: טערקײַ מיט סיריע, און איראַן מיטן מערבֿ, צוליב איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.
דעריבער האָט מוכאַמעד מורסי זייער ווייניק צײַט אײַנצושטעלן דאָס לעבן אין זײַן לאַנד, וווּ דער דעפֿיציט פֿונעם נאַציאָנאַלן בודזשעט איז מסוכּן געשטיגן, און געשטיגן איז אויך די אַרבעטלאָזיקייט. עגיפּטן איז שטענדיק געווען און פֿאַרבליבן אַן אַגראַר־לאַנד, אָן אייגענע רעסורסן, וואָס איז אויפֿגעהאַלטן געוואָרן אויף די מיליאַרדיקע נדבֿות פֿון מערבֿ און קודם־כּל פֿון אַמעריקע. נישט אומזיסט קלײַבט זיך שוין קיין קאַיִר די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן. אויך וואַשינגטאָן האָט קיין אַנדער ברירה נישט; דאָרט פֿאַרשטייט מען, אַ פּנים, אַז נאָך אַלעמען, איז שוין בעסער אָנצוהאַלטן מיט דער איצטיקער מאַכט אַ וואָסער נישט איז שלום, איידער צו לאָזן עס אויף הפֿקר.
וואָסער וועג עס וועט אויסקלײַבן פֿאַר זײַן רעגירונג דער נײַער פּרעזידענט וועט שוין זײַן קלאָר במשך פֿון די נאָענטע חדשים. אַ סך אָפּציעס האָט ער נישט.