- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אונדז אין ריווערדייל האָבן מיר אַ כּשרע "דעלי," וווּ מ׳קען אָנפֿילן די בײַכער מיט "קאָרן־ביף" און פּאַסטראַמי, קישקע, לאָקשן־קוגל, קניידלעך מיט יויך, קנישעס און וווּרשטלעך; און אַלץ אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון כּשר, נישט געקוקט דערויף וואָס זיי זײַנען אָפֿן אום שבת. אפֿשר בין איך נישט גוט אינפֿאָרמירט, נאָר כּשר דאַרף, דאַכט זיך, אַרומנעמען דעם דין פֿון האַלטן שבת און יום־טובֿ, כּשרות, מיט שײַטלען און מיקווה, מזוזות און נטילת־ידיים. מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון דינים, מינהגים און ריטואַלן. האָב איך זיך גענומען נאָכפֿרעגן וועגן דעם רעסטאָראַן אין ברוקלין וואָס רופֿט זיך "טריף." ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָרט סערווירט מען שינקע מיט חזיר־פֿיסלעך, ווײַבראַטן מיט שפּעק, און ווער ווייסט וואָס נאָך. איך פּערזענלעך בין דאָרט נישט געווען, און איך גרייט זיך אַהין אַרײַנצושמעקן, בלויז אַ קוק טאָן אויף זייער "מעניו." איך געדענק, אַז אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, האָבן זיך געפֿונען צוויי געשעפֿטן אין גאַס. איינס האָט געהייסן "נאַטינג" ("גאָרנישט") און ס׳צווייטע געשעפֿט האָט געהייסן "נעקסט טו נאַטינג" (טיר בײַ טיר פֿון "גאָרנישט", דערנעבן "גאָרנישט", אָדער כּמעט "גאָרנישט"), געמיינט צו זאָגן אַז ס׳איז ביליק ווי באָרשט. איז מיר גאָר אײַנגעפֿאַלן אַ מאָדנער געדאַנק, נעמלעך, אַז אַן אַתּה־בחרתּנוניק, אַן אַבֿרהם אָבינוס אייניקל, וואָס דרייט זיך אַרום אויף גאָטס וועלטל אָן אַן "אָבֿינו־מלכּנו" און אָן אַ "שמונה־עשׂרה", קען גאָר אײַנפֿאַלן צו עפֿענען לעבן דעם טריפֿהנעם רעסטאָראַן נאָך איינס, און רופֿן עס "גלאַט־טריף." טראַכט איך זיך ווי וואָלט אויסגעזען, למשל, זייער "מעניו?" איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ער וואָלט באַשטאַנען נישט נאָר פֿון חזיר־פֿלייש, נאָר אויך פֿון קרוליקעס און זשאַבעס, קראָקאָדילן און וועווערקעס, באָטשאַנעס און די לאַכעדיקע היענעס. פֿאַרגעסט נישט, אַז אין כינע צי אין יאַפּאַן, כ׳בין נישט זיכער דערין, עסט מען געפּרעגלטע ראַצן און געזשאַרעטע שלאַנגען, געזויערטע יאַשטשערקעס און געזאָטענע ווערעם. אונדזער דיעטע באַשטייט פֿון כּשר למהדרין. דאָס הייסט, אַז דער שוחט מוז זיך באַנוצן מיט אַ כּשרן חלף בײַם שעכטן די בהמות מיט די עופֿות. ער מוז פֿעסטשטעלן, אַז די אינעווייניקסטע אבֿרים זײַנען נישט באַשעדיקט. מען טרייבערט די געשאָכטענע בהמות. דער משגיח פּאַסט אויף אויפֿן כּשרות. וועגן גלאַט־כּשר האָב איך שוין אַ מאָל געשריבן, אַז דאָס האָט בלויז צו טאָן מיט "ביזנעס." נישטאָ אַזאַ זאַך ווי "גלאַט." עס מוז זײַן אָדער כּשר, אָדער טריף. אין חומש ווערט באַנוצט דאָס וואָרט "טריף" צו באַצייכענען אַ לעבעדיקע זאַך וואָס איז געטויט געוואָרן דורך אַ ווילדער חיה. דאָרט שטייט געשריבן (שמות כ״ב, 30), אַז מיר טאָרן נישט אָנרירן "ובשׂר בשׂדה טרפֿה לא תּאכלו." ס׳הייסט, אַז צום טריפֿהנעם פֿלייש אין פֿעלד טאָר מען זיך נישט צורירן. לויט דער טראַדיציע שטייט געשריבן אין מישנה און גמרא, אַז טריפֿות באַצייכנט אַ בהמה, וואָס האָט אַזאַ פֿעלער צוליב וועלכן זי קען נישט לעבן מער ווי 12 חדשים (חולין מ"ב). למשל, אויב אַ לונג אָדער דער מוח איז באַשעדיקט, איז די בהמה טריף. בײַ ייִדן באַנוצט מען זיך מיטן וואָרט "טריף" אויף אַלץ וואָס מען טאָר נישט און אַלץ וואָס עס טויג נישט. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿלייש געקאָכט אין מילך איז אָסור. פֿאַראַן אַלערליי מיינונגען ווען ס׳קומט צו כּשרות און טריפֿס, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז דער שוחט קען אַליין קיין פּגימה נישט האָבן אַזוי ווי אַ בהמה, און זאָל גאָט אויסהיטן פֿון דרײַ פֿייען — פֿון פֿישער, פֿון פֿליישער און פֿון אַ פֿורמאַן. פֿון די אַלע דרײַ פֿייען קומט נישט אַרויס קיין צדיק, און אַזוי ווי מיר דערנערן זיך פֿון די בעלי־חי, צי אויף דער יבשה, צי אין ים, מוז מען זיי ווײַזן, אַז מיר פֿאָלגן נאָך די געזעצן און באַנוצן זיך מיט נטילת־ידיים איידער מ׳נעמט זיי אין מויל אַרײַן. די פֿרומע גלייבן, אַז די געזעצן פֿון כּשרות און טריפֿס שטאַמען נאָך אָפּ פֿון די ששת־ימי־בראשית. אָנהענגער פֿון די אַסימילאַטאָרן, רעפֿאָרמירטע און פֿונעם אַפּיקורסישן פֿליגל, האַלטן, אַז די געזעצן האָבן די פֿאַרצײַטיקע ייִדישע שבֿטים איבערגענומען פֿון די אַרומיקע פֿעלקער. האָב איך ווי נישט איז, אויסגעפֿונען אַז די מעניו פֿון "גלאַט־טריף," באַשטייט פֿון אַזעלכע מאכלים, מערסטן "אַ לאַ־קאַרט," ווי: אויב איר עסט חזיר, וועט איר זיך בײַ אונדז מחיה זײַן מיט דעם וואָס קוויטשעט. מיר סערווירן אויך צימעס, ווײַל צוליב דעם הייסן צימעס פֿלעגט מען פֿאַרנאַכלעסיקן די הייליקע קדושה. אויב איר זײַט גלאַט אַ גוי, אָדער אַ גוי־גמור, זאָלט איר וויסן זײַן אַז די גאַנדז בײַ אונדז איז כּשר, אָבער דער פּופּיק איז טריף. אויב איר זײַט אָנגעשטעקט פֿון אַפּיקורסות, האָבן מיר פֿאַר אײַך אַ מאכל פֿאַרן בײַכל, חזיר־פֿיסלעך, געפּרעגלט אין פּוטער, ווײַל אַז מ׳עסט חזיר זאָל שוין רינען פֿון מויל. אויב איר זײַט אַ טריפֿניאַק, אַ משומד, אַ כּופֿר, אַ הולטײַ, זײַט איר אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גאָלדגרוב. בײַ אונדז איז אַנשטאָט צו כליעבדזשען אַ שלעכטן באָרשט אַבי די שיסל זאָל זײַן טריף. אויב ס׳האָט זיך אײַך פֿאַרגלוסט צו עסן טריף־פּסולס, פֿאַרזוכט אונדזער שינקע. אויב איר זײַט פֿרום ווי אַ יאַטקע כּלבֿ, האָט איר אָנגעשפּאַרט אויפֿן ריכטיקן אָרט. בײַ אונדז איז כּולו טריפֿס, אַ מאכל וואָס באַשטייט פֿון שלימאַקעס געפּרעגלט אין חזיר־שמאַלץ. עס העלפֿט אײַך אויך אין היילן ווערעם. אויב איר זײַט געכאַפּט אין דער מעשׂה, לייגן מיר פֿאָר פֿיש, פֿישריבע, אַ קאַרפּנקאָפּ מיטן וויידל, שמאַלץ־הערינג, ביזמאַרק־הערינג, רויגן, געווענזלטע הערינג, גערייכערטע הערינג, פּיטלינג, מילץ, איקרע און קאַוויאַר. אויב איר זײַט אַ ייִד, נישט קיין געדאַוונטער, פֿאַרזוכט אונדזערע קריכעדיקע בעלי־חי. מיר סערווירן קראָקאָדילן, טשערעפּאַכעס געזאָטן אין פֿויגלמילך. איר קענט בײַ אונדז באַשטעלן קאַצפֿיש, פֿליאָנדרעס, שלײַען, שמערלינג און טריפֿהנעם לוויתן. מיר סערווירן אויך כרעמזלעך, זונטיקדיקן טשאָלנט, פּורימדיקן קויליטש, יום־טובֿדיקע לאַטקעס, שבֿועותדיקע בלינצעס און פּסחדיקע קניידלעך. פֿאַרפֿעלט נישט אונדזער גאַלע. בײַ אײַך רופֿט מען עס פֿוסנאָגע, וועמפּלעך, גראַשיצע, לונג און לעבער, מילץ און גענדזענע געפּרעגלטע גריוון אָדער גריווענעס, ווי מען רופֿט זיי דאָ. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרלאָזן זיך נישט סײַ אויף כּשר און סײַ אויף טריפֿס. זיי עסן אין אַלע רעסטאָראַנען איבער דער שטאָט. אָט למשל די כינעזישע רעסטאָראַנען זײַנען אַ ליבלינג צווישן ייִדן. שוין אָפּגערעדט פֿון יאַפּאַנער, איטאַליענער, עטיאָפּער און אינדיאַנער מאכלים. זיי זײַנען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדישן עולם. אָבער סײַ דער "טריף"־רעסטאָראַן און סײַ דער "גלאַט־טריף," וואָלטן זיכער צוגעצויגן אַ שלל מיט עסערס. די ייִדישע אַפּעטיטן איז נישט אָפּצושאַצן. ביי אונז ,איןSubmitted by interlingual on Sun, 2012-07-08 19:10.
ביי אונז ,אין וואהלין (פוילן) , פאר דער מלחמה פלעג מען זאגן: "ביליקער פון בארשט ". ’אז מע'עסט חזיר זאל רינען פון דער ּבארד (דאס איז קאמישער).’כליעבדזען’ איז נישׁטא ביי וויינרייך, אבער כליעפטשען קען זיין פון פויליש "chleptac" ביי אונז ,איןSubmitted by interlingual on Sun, 2012-07-08 19:10.
ביי אונז ,אין וואהלין (פוילן) , פאר דער מלחמה פלעג מען זאגן: "ביליקער פון בארשט ". ’אז מע'עסט חזיר זאל רינען פון דער ּבארד (דאס איז קאמישער).’כליעבדזען’ איז נישׁטא ביי וויינרייך, אבער כליעפטשען קען זיין פון פויליש "chleptac" |