|
דער איראַנישער הויפּט־פֿאַרמיטלער פֿאַר נוקלעאַרע ענינים, סאַיִד דזשאַלילי (רעכטס), און דער שעף פֿון אויסערן־פּאָליטיק בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, קאַטערין אַשטאָן (לינקס), בעת די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דער נוקלעאַרער פּראָגראַם אין איראַן, דעם 18טן יוני, אין מאָסקווע |
Credit: Getty Images |
די לעצטע פֿאַרהאַנדלונגען (אין יוני) צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און איראַן, האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיט גאָרנישט: ביידע זײַטן האָבן פֿאַרלאָזט מאָסקווע, וווּ די פֿאַרהאַנדלונגען זײַנען פֿאָרגעקומען, און אויף קיין טראָט זיך נישט גערירט צו פּועלן בײַ טעהעראַן אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם. וואָס אמת, די אייראָפּעער זײַנען ממש אַרויס פֿון די כּלים, פֿאָרלייגנדיק די אַיאַטאָלאַס צוצושטעלן זיי דעם באַרײַכערטן אוראַניום, אַבי זיי זאָלן צוזאָגן — נאָר צוזאָגן! — נישט צו באַרײַכערן דעם אוראַניום ביז 20% אויפֿן שטח פֿון איראַן גופֿא. אָבער די פּאַרלאַמענטאַרן פֿון איראַן האָבן געהאַט זייער באַדינג: פֿריִער שטעלט אונדז צו דעם אוראַניום, און דערנאָך וועלן מיר זען...
ס׳איז געווען צו דערוואַרטן אַ דורכפֿאַל אין די דאָזיקע פֿאַרהאַנדלונגען, ווײַל ס׳איז שוין גוט באַקאַנט די טאַקטיק פֿון טעהעראַן — ציִען די צײַט און דערווײַל פֿאָרזעצן די אַרבעט איבער זייער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
די באַזונדערקייט פֿון די מאָסקווער פֿאַרהאַנדלונגען באַשטייט אין דעם, וואָס דורכגעפֿאַלן זײַנען זיי פּונקט ערבֿ דעם 1טן יולי, ווען די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד מוזן אין גאַנצן אָפּשטעלן אײַנצוקויפֿן דעם איראַנישן נאַפֿט. אַזאַ באַשלוס איז נאָך אָנגענומען געוואָרן אָנהייב יאָר. נאָך מער: די אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס איז פֿאַרווערט געוואָרן אונטערצושרײַבן מיט די איראַנישע האַנדל־אַגענטן נײַע קאָנטראַקטן אויף צוצושטעלן נאַפֿט.
דעמאָלט, געדענקט זיך, האָט טעהעראַן געסטראַשעט אײַנצופֿירן אַ בלאָקאַדע אינעם אָרמוזער דורכגוס און דערמיט אָפּשטעלן דעם נאַפֿט־עקספּאָרט פֿון סאַודיע. טעהעראַן האָט אַפֿילו דאָרט דורכגעפֿירט אירע מיליטערישע מאַנעווערס, אָבער שפּעטער זיך באַרויִקט, מעלדנדיק, אַז פֿון די אייראָפּעיִשע סאַנקציעס וועט מער לײַדן אייראָפּע אַליין, איידער איראַן. צי איז עס טאַקע אַזוי?
אין גאַנץ אייראָפּע ווערט באַנוצט בלויז 9% פֿונעם איראַנישן נאַפֿט. וואָס שייך באַזונדערע אייראָפּעיִשע לענדער (בדרך־כּל, פֿון דרום־אייראָפּע), באַקומען זיי בערך 20% פֿון איראַן, וואָס איז שוין אַן ערנסטע ציפֿער. פֿון דעסטוועגן, איז דער הײַנטיקער מאַרק פֿון נאַפֿט־פּראָדוקטן אַזוי גלאָבאַליזירט געוואָרן, אַז צוצושטעלן אַ גרויסן פֿאַרנעם פֿון איין וועלט־ראַיאָן צו אַן אַנדערן, מיט דער הילף פֿון די מאָדערנע סופּער־טאַנקערן, איז גאָר נישט שווער און קאָסט נישט צו טײַער. דערצו האָט אייראָפּע שוין באַוויזן צו געפֿינען נײַע קוואַלן פֿון אימפּאָרטירן נאַפֿט. דעריבער וועט אייראָפּע נישט פֿילן קיין דעפֿיציט אין נאַפֿט־פּראָדוקטן אויך נאָך דעם 1טן יולי.
פֿון דער אַנדערער זײַט, וועט אויך איראַן נישט מסוכּן לײַדן פֿון דעם אייראָפּעיִשן עמבאַרגאָ, דערקלערן אייניקע עקספּערטן. זיי האַלטן, אַז איראַן האָט שוין געפֿונען אָדער וועט גיך געפֿינען נײַע קונים אויף איר נאַפֿט, פֿאַרלאָזנדיק זיך, קודם־כּל, אויף דער הילף מצד כינע. אַ קיצור, כּל־זמן דער עמבאַרגאָ קעגן איראַן וועט ווערן אַ מוז פֿאַר אַלע מלוכות, וועט טעהעראַן, סוף־כּל־סוף, אויסגלײַכן איר עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און זיך אומקערן צום פֿריִערדיקן ניוואָ. די רעגירונג האָט אַפֿילו געמאָלדן, אַז נאָכן אײַנפֿירן דעם אייראָפּעיִשן עמבאַרגאָ, וועט דאָס לאַנד פֿאַרגרעסערן איר נאַפֿט־אַרויסבאַקום אויף אַ דריטל.
אַוודאי איז דערווײַל נאָך שווער צו וויסן וואָס דער עמבאַרגאָ וועט ברענגען. ווי עס זעט אָבער אויס, האָבן די עקספּערטן אַ טעות, און איראַן, ווי שטענדיק, בלאָזט אָן אַ בלאָף. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז צוזאַמען מיט די אייראָפּעיִשע סאַנקציעס זײַנען אַרײַן אין כּוח (דעם 28סטן יוני) די אַמעריקאַנער סאַנקציעס. לעצטנס, האָט אויך דרום־קאָרעע, אַ וויכטיקער אײַנקויפֿער פֿונעם איראַנישן נאַפֿט, דערקלערט, אַז זי שטעלט אָפּ דאָס אײַנקויפֿן נאַפֿט בײַ איראַן. ווער זשע בלײַבט? כינע, יאַפּאַן און אינדיע. איין קלייניקייט: אייראָפּע האָט נישט בלויז אָפּגעשטעלט איר נאַפֿט־אימפּאָרט פֿון איראַן, נאָר אויך פֿאַרווערט אַלע אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס צו פֿאַרזיכערן די נאַפֿטשיפֿן, וואָס שווימען פֿון איראַן. אין שײַכות דערמיט, האָט כינע, יאַפּאַן און אינדיע געמאָלדן, אַז זיי זײַנען גרייט אויך ווײַטער אײַנצוקויפֿן נאַפֿט בײַ איראַן, אָבער איראַן מוז איצט אַליין צושטעלן דעם נאַפֿט אין זייערע פּאָרטן.
נאָך איין קלאַפּ פֿאַר איראַן איז דער פֿאַקט, אַז די וואַקסנדיקע ביז אַהער אינדוסטריע אין כינע און אינדיע גייט איצט באַרג־אַראָפּ; און אויב עס וועט אַזוי אָנגיין ווײַטער, וועט איראַן עס ממשותדיק דערפֿילן. אַזוי, אַז אַפֿילו די טיילווײַזע סאַנקציעס מצד אייראָפּע און די צוגאָב־סאַנקציעס פֿון אַמעריקע קאָנען ווירקן אויף איראַן אויף אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן אופֿן. ס׳איז קלאָר, אַז אויב ס׳וועט האַלטן אַזוי שמאָל, וועט עס באַלד דערפֿילן די באַפֿעלקערונג פֿון איראַן, ווײַל שנײַדן די אויסגאַבן אויף צו אַנטוויקלען די נוקלעאַרע פּראָגראַם, וועלן די אַיאַטאָלאַס אָפּהאַלטן צום סאַמע לעצטן מאָמענט.
וואָס זשע קאָן דאָ איראַן טאָן? פֿאַרשטייט זיך, אַז טעהעראַן קאָן פֿאָדערן בײַ דער פֿאַראייניקונג פֿון נאַפֿט־לענדער צו שנײַדן די קוואָטעס אויף אַרויסצובאַקומען נאַפֿט און העכערן דעם פּרײַז. אָבער אין דער אינטערנאַציאָנאַלער נאַפֿט־אָרגאַניזאַציע דאָמינירן די אַראַבישע לענדער, וואָס פּריידיקן דעם סוניטישן איסלאַם־נוסח. זיי וועלן דעם שייִטישן איראַן אַנטקעגן נישט גיין. בלײַבט נאָר איין זאַך: אָנצוהיצן די פּאָליטישע סיטואַציע ביז אַ מיליטערישן קאָנפֿליקט. ווי אַ תּירוץ צו אַזאַ קאָנפֿליקט קאָן אויסגעניצט ווערן דער בירגער־קריג אין סיריע.
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז איראַן פֿינאַנצירט אַסאַדס רעזשים, אָבער אויף אַן אָפֿענער שטיצע פֿונעם בלוטיקן דיקטאַטאָר וועט טעהעראַן נישט אײַנגיין. צי וועט איראַן זיך לאָזן אין דער אַוואַנטורע צו בלאָקירן דעם אָרמוזער דורכגוס? אינגאַנצן עס אויסשליסן טאָר מען נישט. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אַפֿילו אַ באַגרענעצטע מיליטערישע אָפּעראַציע, זאָל אַפֿילו זײַן אַ פֿאַרשפּילטע, לויט הײַנט איראַן. ערשטנס, וועלן באַלד אויפֿשטײַגן די פּרײַזן אויף נאַפֿט, און צווייטנס — איראַן וועט ווידער געווינען צײַט פֿאַר איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.