- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יענטל, דו האָסט אַ נשמה פֿון אַ מאַנצביל.
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) דער זיידע יודל — אַ מאָדנער רבֿ מײַן זיידע יודל איז געווען אַ זייער טשיקאַווער מענטש. ער האָט יאָרן לאַנג נישט געוואָלט ווערן קיין רבֿ. אין פּאַלאָנגע גופֿא איז ער געוואָרן אַ דיין, אַ מין געהילף צו אַ רבֿ. צי מע האָט טאַקע אין פּאַלאָנגע געדאַרפֿט צום רבֿ אַ דיין, ווייס איך נישט. אפֿשר דערפֿאַר, [ווײַל] ער איז געווען אַ חשובֿער מענטש, אַ געבוירענער אין פּאַלאָנגע, פֿון דורות פּאַלאָנגער, האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ דיין. די באָבע האָט די גאַנצע צײַט געוואָלט, ער זאָל ווערן אַ רבֿ, און בשעת אין איר געבורטסשטאָט, אין פּלונגיאַן — דאָרטן וווּ זי האָט זיך געהאָדעוועט — איז געוואָרן באַקאַנט די פּאָזיציע פֿון אַ רבֿ, האָט זי אַזוי לאַנג געטענהט צו איר מאַן, אַז ער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע און ער איז געוואָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן. ער איז געווען אַ געוויסע צאָל יאָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן — וויפֿל יאָרן, ווייס איך נישט. איך ווייס אָבער, אַז ער האָט זיך צעקריגט מיט זײַנע בעלי־בתּים איבער זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט יושר, מיט גערעכטיקייט. אפֿשר האָט דאָס געהאַט צו טאָן מיט קאַנטאָניסטן, אפֿשר מיט אַנדערע זאַכן. די באָבע האָט מיר קיין מאָל ניט דערציילט, פֿאַר וואָס ער האָט זיך צעקריגט, נאָר געענדיקט האָט זיך מיט דעם, אַז אין אַ זומער־נאַכט האָט ער געדונגען אַ בויד מיט אַ פּאָר פֿערד, אַרײַנגעפּאַקט אין בויד זײַנע קינדער (ער האָט שוין געהאַט אַ היפּשע צאָל קינדער), אַרײַנגעפּאַקט אין בויד דאָס ביסל בעבעכעס, וואָס מע האָט געהאַט, און אַוועקגעפֿאָרן צוריק צו זיך אין שטעטל פּאַלאָנגע. |