יענטל, דו האָסט אַ נשמה פֿון אַ מאַנצביל.
פֿאַר וואָס זשע בין איך אַ נקבֿה?
אין הימל מאַכט מען אויך טעותים.
י. באַשעוויס־זינגער
("יענטל דער ישיבֿה־בחור")
לאָזט זיך אויס, אַז אויב דאָס ווערטל "דער רבי הייסט פֿריילעך זײַן און ניט משוגע זײַן" איבערזעצן אויף ענגליש, קאָן מען עס גאָר פֿאַרשטיין אַזוי: "אַז דער רבי הייסט זײַן אַ גיי...", ווײַל — זײַן פֿריילעך, מיינט — be gay...
ניט לאַנג צוריק איז אין תּל־אָבֿיבֿ דורכגעגאַנגען דער יערלעכער פּאַראַד "פֿון שטאָלצקייט". דאָס מיינט, אַז די געיס, לעסביאַנקעס, טראַנסוויסטיטן, טראַנס־סעקסואַלן..., גייען אין די רייען אויף אַ פּאַראַד, כּדי צו דעמאָנסטרירן פֿאַר דער אַרומיקער וועלט, זייער שטאָלצקייט מיט דעם, וואָס זיי זענען ניט אַזעלכע ווי אַנדערע, טראַדיציאָנעלע סעקסועל־אָריענטירטע מענטשן.
אין דעם פּאַראַד, וועלכן ס׳האָט געעפֿנט דער מייאָר פֿון דער שטאָט, רון חולדאי, האָבן אָנטייל גענומען צענדליקער טויזנטער מענטשן, היגע און אויך ספּעציעל געקומענע אַהער טוריסטן. מע דאַרף צוגעבן, אַז אין יאָר 2012 איז תּל־אָבֿיבֿ אָנערקענט געוואָרן, ווי די סאַמע פֿרײַנדלעכע שטאָט אויף דער וועלט צו די מענטשן מיט ניט־טראַדיציאָנעלער סעקסועלער אָריענטאַציע. דאָס צווייטע אָרט אין דעם דאָזיקן אייגנאַרטיקן פֿאַרמעסט האָט פֿאַרנומען ניו־יאָרק און דאָס דריטע — טאָראָנטאָ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז פֿאַר אונדז, די ישׂראלים, אויך אַ סיבה צו זײַן שטאָלץ מיט זיך.
ניט לאַנג צוריק האָט מײַנער אַ באַקאַנטער באַרמען, מיך אײַנגעלאַדן צו זיך אין באַר, וועלכן ס׳האָבן געדונגען אויף אַ נאַכט די תּל־אָבֿיבֿער געיס, כּדי פֿריילעך צו פֿאַרברענגען די צײַט. שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ בילד: אין אַן ענגן זאַל טאַנצן אַ דרײַ הונדערט מאַנצבילן, אַ סך פֿון זיי נאַקעט ביזן גאַרטל. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע טרינקט ביר, בראָנפֿן, ווײַן. אייניקע נעמען זיך אַרום, אַנדערע קושן זיך. איך בין ניט, חלילה, קיין האָמאָפֿאָב, נאָר ווען כ׳האָב געזען ווי איין באַבערדיקטער מאַצביל, קושט זיך לײַדנשאַפֿטלעך מיט אַ צווייטן באַבערדיקטן מאַנצביל, איז מיר געוואָרן קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן.
אַזאַ פּאַראַדאָקס האָב איך באַמערקט. כאָטש די געיס פֿילן ניט אויס דעם געבאָט "פּריה־ורבֿיה", דאָך וואַקסט זייער צאָל פֿון יאָר צו יאָר. מע ווייסט שוין ניט פֿון וואָס פֿאַר אַ זײַט אויף זיי זיך צו ריכטן. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר דורך זיי וועט מען טאַקע לייזן די דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעם אויף אונדזער פּלאַנעט? נאָר אויב אַזוי, פֿאַר וואָס זשע איז דער פּראָצענט געיס בײַ ייִדן אַ סך גרעסער ווי די זעלבע ציפֿערן בײַ די כינעזער, למשל? ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין די געזעצן פֿון דער נאַטור און די וועגן פֿונעם אייבערשטן!
די איינגעשלעכטלעכע ליבע האָט מען באַזינגען אין דער ליטעראַטור, זי האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אויך אין קונסט. עטלעכע בײַשפּילן פֿון דער וועלט־פּאָעזיע. אַ שפּילעוודיק ליד "אַלי":
עס זינגט אַ סאָלאָוויי אַ ליד,
גאָלדענע פֿייגעלעך פֿליִען אין רוים
לייג זיך מיט דער פּלייצע אַרויף, אַלי,
דו ביסט דאָך ניט קיין פֿרוי...
דער גרויסער רוסישער פּאָעט סערגיי יעסענין, וועלכער האָט געהאַט אין זײַן לעבן דרײַ ווײַבער, דרײַ באַרימטע פֿרויען, האָט פֿון דעסטוועגן אין משך פֿון צוויי יאָר געפֿירט אַ ליבע מיט אַן אַנדערן רוסישן פּאָעט. מע זאָגט, אַז זײַנע שענסטע לירישע ליבע־לידער זענען געווען געווידמעט די מאַצבילן.
איך אַליין, ווען כ׳בין אַכט יאָר אַלט געווען, האָב איך זיך פֿאַרליבט אין מײַנער אַ קלאַס־חבֿרטע און פֿון דעמאָלט אָן ביזן פֿאַרענדיקן די שול, פֿלעג איך זיך פֿאַרליבן אין פֿאַרשיידענע מיידעלעך פֿון אונדזער שול. און פּלוצעם, ווען כ׳בין שוין געווען אַ סטודענט און, זײַענדיק אויף פּראַקטיק אין אַ שטאָטישער שול, איז מיר אַרײַנגעפֿאַלן אין האַרצן עפּעס אַ ייִנגעלע; ער האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן עראָטישע געפֿילן. נאָר ווײַל דער טאַטע פֿון דעם ייִנגעלע איז געווען אַ גרויסער טוער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, איז מײַן מאָדנער געפֿיל גיך דורכגעגאַנגען ביזן הײַנטיקן טאָג. דאָך קאָן איך זאָגן, אַז אַ דאַנק דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, בין איך ניט געוואָרן קיין ביסעקסואַליסט!
בײַ מרדכי צאַנין איז דאָ אַ דערציילונג "ווילדע ווינטן", לייען איך דאָרט: "...אין איינעם אַ פֿרײַטאָג, אין מיקווה לכּבֿוד שבת, האָט יצחק געזען די נאַקעטקייט פֿון וועלוולען און געפֿילט, אַז אָט די נאַקעטקייט זינגט צו אים שירה... זײַן ראָזלעך לײַב האָט אים באַגלייט ווי אַ שאָטן און געוועקט אין אים בענקשאַפֿט.
"אין איינער אַ נאַכט, אין דער אַכסניא פֿון די ישיבֿה־בחורים, ווען אַלץ איז געווען פֿאַרנורעט אין פֿינצטערניש, איז יצחק געטריבן געוואָרן צו וועלוולס געלעגער מיט אַ כּוח נישט צו באַצווינגען. אין האַלבן שלאָף האָט וועלוול אויפֿגענומען יצחקס צערטלעכקייט און אים געענטפֿערט ווי אַ באַצוווּנגענער..."
יאָ, די ישיבֿה־בחורים — דאָס איז שוין גאָר אַ באַזונדערע מעשׂה.
אַן אַנדער מין סעקסועלע מינאָריטעטן באַשרײַבט יצחק באַשעוויס־זינגער אין דער דערציילונג "אַנדרוגינוס":
"...די טיר טוט זיך אַ שפּאַר אויף און די כּלה לויפֿט אַרויס. דער חתן יאָגט נאָך איר. די געסט פֿרעגן וואָס איז דאָס? און דער חתן שרײַט: זי איז נישט קאַ׳ נקבֿה. וואָס איז זי? — פֿרעגט מען — אַ מאַנצביל? און ער ענטווערט: אַ טומטום אָדער אַן אַנדרוגינוס... מ׳האָט אַ כאַפּ געטאָן די שבֿחן און מע האָט זי גלײַך גענומען בודק זײַן. יאָ, דער לייבעלע איז נעבעך גערעכט. די שבֿח איז אַן אַנדרוגינוס, האַלב מאַנצביל, האַלב נקבֿה, נישט אַהין נישט אַהער..."
גענוג! לאָמיר ריידן וועגן פֿריילעכערע זאַכן.
אַנומלט איז מײַן טאָכטער געווען אויף אַ חתונה, אין נתּניה, וווּ עס זענען געווען צוויי כּלות. הייסט עס איין מיידל האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער מיידל. אַן אמתע ייִדישע חתונה! — מיט אַ חופּה, מיט אַ רבֿ, אַ פֿרוי פֿאַרשטייט זיך; מיט חופּה־וקידושין... כ׳וויל אײַך זאָגן, אַז ווען איין שיין מיידל קושט אַ צווייט שיין מיידל, איז דאָס גאָר אַן אַנדער זאַך — אַ נאָרמאַלער מאַנצביל פֿילט דערבײַ אַן עראָטישע דערוועקונג.
טאַקע וועגן אַזוינע ווײַבלעך האָט געשריבן די ייִדישע דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין:
פֿון ווײַטן זומער פֿליט צו מיר אַ הייס געלעכטער
פֿון צוויי קליינע צאַרטע פֿרויען.
זיי בלעטערן אַ בילדערבוך.
זייערע הענט באַגעגענען זיך אין בענקשאַפֿט.
די ווייכע אַקסלען זוכן זיך און צוקן.
איבער אַ דאָרשטיקער אָראַנזשן־רויטער לאַנדשאַפֿט
וועלבן זיך פֿאַרווירט די העלע לײַבער.
איבער זיי טורעמט מעכטיק אַ מאַן
מיט שווערער גראַציע,
ווי אַ פּרעכטיקע און איבעריקע דעקאָראַציע...
גאָלדענע צײַטן זענען אַ מאָל געווען! ווער פֿון אונדז האָט אין די ייִדישע שטעטלעך געהערט די ווערטער: געי, לעסביאַנקע, טראַנסוויסטיט, טראַנססעקס... אין גיכן קומט די צײַט פֿאַרן "פּאַראַד פֿון שטאָלצקייט" אין הייליקן ירושלים...
איז אפֿשר האָט טאַקע דער רבי געהייסן פֿריילעך זײַן און ניט משוגע זײַן, אָן אַ שום איבערזעצונג אויף דער ענגלישער שפּראַך?...