ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Val Vinokur.
The Trace of Judaism:
Dostoevsky, Babel, Mandelstam, Levinas.
Evanston, Ill.
Northwestern University Press, 2008.



ייִדישע אינטעליגענץ האָטּ ליב דאָסטאָיעווסקין. ניט געקוקט אויף זײַן אויסגעשפּראָכענער שׂינאת־ישׂראל, וואָס קומט אַרויס בולט אי אין זײַן פּריוואַטער קאָרעספּאָנדענץ, אי אין זײַנע געדרוקטע טעקסטן, איז דאָסטאָיעווסקי געווען אפֿשר דער סאַמע פּאָפּולערער רוסישער קלאַסיקער ניט נאָר בײַם אַסימילירטן רוסיש–ייִדישן עולם, אָבער אויך בײַ פֿרומע ייִדן ווי, למשל, אַהרן שטיינבערג און אַפֿילו בײַ ציוניסטן און העבראַיִסטן, ווי יוסף־חיים ברענער. אויף ייִדיש זײַנען דאָסטאָיעווסקיס ראָמאַנען אַרויס אין פֿאַרשידענע איבערזעצונגען אין בערלין, וואַרשע און ניו־יאָרק (הגם ניט אין סאָוועט־רוסלאַנד, וווּ מען האָט אים געהאַלטן פֿאַר טריף־פּסול!).
די ייִדישע ליבע צו דאָסטאָיעווסקין הייבט זיך אָן נאָך בעת זײַן לעבן. דער אַנטוישטער משׂכּיל אַבֿרהם־אורי קאָוונער האָט אָנגעשריבן דעם באַרימטן רוסישן שרײַבער אַ בריוו פֿון סיביר, וווּ מען האָט אים פֿאַרשיקט פֿאַר באַגנבֿענען אַ באַנק. קאָוונער האָט זיך געחידושט, ווי אַזוי פּאָרט זיך בײַ דאָסטאָעווסקין זײַן אַלמענטשלעכער הומאַניזם מיט דער שׂינאה צו דעם ייִדישע פֿאָלק. דאָסטאָיעווסקי האָט אים געענטפֿערט גאַנץ פֿרײַנדלעך, און סוף־כּל־סוף איז קאָוונער געוואָרן אַ קריסט און האָט זיך קונה־שם געווען אין דער רוסישער זשורנאַליסטיק.
פֿון דאָס נײַ האָט דאָסטאָיעווסקין "אַנטפּלעקט" ווי אַ רעליגיעזן פֿילאָסאָף דער רוסיש־ייִדישער קריטיקער אַקים וואָלינסקי (חיים פֿלעקסער) אויף דער שוועל פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אַ פּאָר צענדליק יאָר שפּעטער האָט די דאָזיקע ליניע ממשיך געווען דער ייִדישער דענקער אַהרן שטיינבערג. אין דער סאָוועטישער צײַט האָבן אַ וויכטיקן בײַטראָג צו דאָסטאָיעווסקי–שטודיעס געמאַכט דער היסטאָריקער פֿון רוסישער ליטעראַטור לעאָניד גראָסמאַן, וועלכער האָט אַנטדעקט קאָוונערן, און געאָרגי פֿרידלענדער, דער הויפּט–רעדאַקטאָר פֿון דער סאַמע פֿולער אויסגאַבע פֿון דאָסטאָיעווסקיס געזאַמלטע ווערק אין דרײַסיק בענד. הײַנט־צו־טאָג אַרבעטן אויף דעם דאָזיקן שטח יעפֿים קורגאַנאָוו און וולאַדימיר קאַנטאָר, וואָס טײַטשן דאָסטאָיעווסקיס ווערק אין דער ליכט פֿון די תּלמודישע חכמים און תּנ״כישע נבֿיאים.
דערפֿאַר האָט דאָס בוך פֿונעם רוסיש־שטאַמיקן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער וואַל ווינאָקור אַ בכּבֿודיקן ייִחוס. אַזוי ווי שטיינבערג, קאַנטאָר און קורגאַנאָוו, איז ווינאָקור אויסן צו דערווײַזן, אַז דאָסטאָיעווסקיס פֿילאָסאָפֿישע מיינונגען האָבן אַ טיפֿע קרובֿהשאַפֿט מיט דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק פֿונעם תּנ״ך און תּלמוד. זײַן וועגווײַזער אויף דעם דאָזיקן דרך איז דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער דענקער עמנואל לעווינאַס, וועלכער איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אויף דער רוסישער קלאַסיק און האָט זיך אָפֿטמאָל פֿאַררופֿן אויף דאָסטאָיעווסקין.
דער בשותּפֿותדיקער קאָנצעפּטועלער יסוד פֿון דאָסטאָיעווסקיס עטישע אויפֿנעמונגען מיט דער ייִדישער עטיק באַשטייט אין דעם פּרינציפּ, מען זאָל אָנערקענען דעם זעלבשטענדיקן מהות פֿונעם "אַנדערן" און טראָגן אחריות פֿאַר דער גאַנצער וועלט. אין אונטערשיד צו קריסטנטום, וואָס, לויט לעווינאַס אין ווינאָקורס אויסטײַטשונג, באַנעמט דעם "אַנדערן" ווי אַן אימאַזש, אַ מין "פּסל" אָדער "תּמונה", זײַנען די ייִדישע מיצוות געגעבן געוואָרן דורכן בת־קול, וואָס האָט ניט קיין גשמיותדיקן געשטאַלט. און אין דעם זין שטייט דאָסטאָיעווסקי נענטער דווקא צו די ייִדישע נבֿיאים איידער צו די קריסטלעכע הייליקע אָדער גריכישע פֿילאָסאָפֿן.
פֿון דאָסטאָיעווסקי גייט ווינאָקור אַריבער צו צוויי ייִדישע קלאַסיקער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, איסאַק באַבעל און אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. די ייִדישע טעמאַטיק פֿאַרנעמט יאָ אין זייער שאַפֿונג אַ געוויסן אָרט, הגם זייערע באַציִונגען מיט ייִדישקייט זײַנען געווען קאָמפּליצירט.
באַבעל, וואָס האָט געדינט ווי אַ קאָמוניסטישער זשורנאַליסט אין דער קאָזאַקישער רויטער אַרמיי בעת דער סאָוויעטיש־פּוילישער מלחמה אין 1920, איז געווען עדות פֿון בלוטיקע פּאָגראָמען סײַ דורך די רויטע און סײַ דורך די פּאָליאַקן. אין זײַנע טאָגביכער דריקט ער אויס אַ סך מיטלײַד פֿאַר די ייִדישע קרבנות, אָבער אינעם ליטעראַרישן נוסח פֿון דער "רײַטער־אַרמיי" איז דער ייִדישער אַספּעקט ניט אַזוי בולט. ווינאָקור טײַטשט אויס אַזאַ מין זײַטיקע פּאָזיציע פֿונעם דערציילער ווי אַ ליטעראַרישן אינסטרומענט, וואָס דערמעגלעכט דעם מחבר צו שילדערן דעם "צד־שכּנגד", דעם רוסישן קאָזאַק, און אַזוי אַרום צו באַשטעטיקן זײַן פֿולע און אומאָפּהענגיקע עקזיסטענץ. פֿון אַזאַ מין עטישער "פּשרה" וואַקסט אַרויס אַ נײַע מאָדערניסטישע עסטעטיק פֿון "אַמביוואַלענץ" וואָס שײַך דער נעגאַטיווער אָדער פּאָזיטיווער אָפּשאַצונג פֿון דער ווירקלעכקייט.
אַנדערש באַקומט זיך מיט מאַנדעלשטאַם. ווי אַ קינד האָט ער מורא געהאַט פֿאַרן "תּוהו־ובֿוהו" פֿון זײַן היימישער ייִדישקייט, אָבער מיט דער צײַט האָט ער אין זיך אַנטדעקט אַ שטאָלצן אינערלעכן "יהודי". דער דאָזיקער "יהודי" האָט גאָרניט געהאַט צו טאָן מיט פּראָסטע ייִדן (פּונקט אַזוי האָבן אין אַמעריקע די "יהודים", די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דײַטשלאַנד, געקוקט מיט ביטול אויף "ייִדן", די מיזרח־אייראָפּעיִשע שוועסטער־קינדער זייערע). אַזאַ מין פּאָעטישע המצאה האָט דערלויבט מאַנדעלשטאַמען צו פֿאַרנעמען אַ זײַטיקע פּאָזיציע אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור, און אַפֿילו צו מאַכן חוזק פֿון דער אויסגעשפּראָכענער ייִדישקייט פֿון קעגנער.
ווינאָקור דערקלערט אין דער הקדמה צו זײַן בוך, אַז ער האָט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דעם ענין פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט אין דער רוסישער ליטעראַטור. אַנשטאָט דעם, האָט ער בדעה זיך צו חקירהן אין טיפֿערע צווישן־באַציִונגען צווישן דער רוסישער און ייִדישער קולטור. זײַנע חידושים אין אויסטײַטשן די ראָמאַנען פֿון דאָסטאָיעווסקין, די מעשׂיות פֿון באַבעל און די לידער פֿון מאַנדעלשטאַם זײַנען טיפֿזיניק און פֿריש, אָבער דער שפּאַלט צווישן דעם עטיש–עסטעטישן רוחניות און פּראָסט־ייִדישן גשמיות לאָזט אים ניט משׂיג צו זײַן די גאַנצע סתּירותדיקייט און קאָמפּליצירטקייט פֿון דעם ענין פֿון רוסיש־ייִדישן קולטורעלן מגע־ומשׂא. עס איז אַוודאי צו פּרימיטיוו און גראָדליניק צו לייענען ליטעראַטור אונטער דעם קוקווינקל פֿון "וואָס איז גוט פֿאַר די ייִדן", אָבער מען דאַרף תּמיד האַלטן אין זינען, אַז אַן אַבסטראַקטע טעאָריע עקזיסטירט ניט אָן אַ קאָנקרעטן בשׂר־ודם.