װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ייִדישע פּאָעזיע בײַם "פּאָעממאָביל"

פֿאַר דער אַלטער "עלדרידזש־גאַס־סינאַגאָגע" האָט מען געטאַנצט לעבן דעם "פּאָעמעמאָביל"
פֿאַר דער אַלטער "עלדרידזש־גאַס־סינאַגאָגע" האָט מען געטאַנצט לעבן דעם "פּאָעמעמאָביל"
פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער איסט־סײַד זענען געבליבן, דער עיקר, בלויז בנינים, ווי דער אַלטער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי — הײַנט לוקסוס־דירות — און די "ביאַליסטאָקער היים", וואָס מען האָט לעצטנס פֿאַרקויפֿט. נאָך אַ שפּרודלדיק ייִדיש לעבן דאַרף מען שוין פֿאָרן צו אַנדערע ערטער אין ניו־יאָרק, און אויב מע וויל געפֿינען אַ ייִדיש־רעדנדיקע געגנט, קען מען דאָס נאָר טאָן אין ברוקלין. דאָרטן, וווּ מע האָט אַמאָל גערעדט ייִדיש אויף העסטער־גאַס, עסעקס־גאַס און דעלאַנסי, רעדט מען הײַנט כינעזיש. דער דערבײַיִקער "טשײַנעטאַון" (כינעזער שטעטל) האָט זיך פֿאַרברייטערט און אײַנגעשלונגען די ייִדישע איסט־סײַד.
אָבער עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע שילן אויף דער איסט־סײַד. טייל האָט מען, צום באַדויערן, פֿאַרקויפֿט און איבערגעמאַכט פֿאַר אַנדערע צוועקן ווי די "פּײַק־גאַס־שיל" וואָס איז הײַנט אַ בודיסטישער טעמפּל. אָבער אין אַנדערע, ווי די סטאַנטאָן־גאַס־שיל, דאַוונט נאָך אַ מנין ייִדן, אַ דאַנק אַ נײַער כוואַליע יונגע ייִדן אין דער געגנט. די עלטסטע אַשכּנזישע סינאַגאָגע אין מאַנהעטן איז די עלדרידזש־גאַס־שיל, געבויט אין 1887. דאָס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 125סטן געבוירן־טאָג! די פּרעכטיק שיינע סינאַגאָגע האָט מען במשך פֿון יאָרן רעסטאַוורירט און זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ מוזיי. צווישן די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי האָט מען יעדן סעזאָן אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער מוזיק. אין יוני, למשל, האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לעקטאָרן צו רעדן וועגן חיים גראַדע און י. באַשעוויס. הײַנט אַרבעטן צוויי יונגע ייִדיש־סטודענטן אין דער סינאַגאָגע איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די אַלטע פּראָטאָקאָלן און פּינקסים.
מיטוואָך, דעם 27סטן יוני האָבן עטלעכע אָרגאַניזאַציעס — די עלדרידזש־סינאַגאָגע, דער "באַוערי־פּאָעזיע־פּראָיעקט, און "סיטי־לאָר" — אויסגעפֿירט אַן אומגעוויינטלעכן פּראָיעקט. פֿיר ייִדישע פּאָעטן האָבן פֿאָרגעלייענט זייערע לידער אין דרויסן, אויף די טרעפּ פֿון דער סינאַגאָגע אין אָוונט, ווען ס‘איז שוין געווען פֿינצטער, און אַ "פּאָעממאָביל" (אַ לאַסט־אויטאָ וואָס פֿאָרט אַרום דער שטאָט צו פֿאַרשפּרייטן פּאָעזיע אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן) האָט פּראָיעקטירט זייערע לידער אויף ייִדיש מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג, בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר פֿון דער שיל. אַ גרויסער עולם פֿון פֿאַרבעטענע געסט און סתּם פֿאַרבײַגייער האָבן זיך צוגעהערט. די פֿיר פּאָעטן זענען געווען: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, מינדל רינקעוויטש, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און יואל מאַטוועיעוו. איך האָב פֿאָר געשטעלט די מחברים און געלייענט נאָך עטלעכע לידער אויף ייִדיש.
אויף דער הײַנטיקער גאַס פֿון דער עלדרידזש־סינאַגאָגע וווינען בלויז כינעזער. אַלע שילדן פֿון דער גאַס זענען געדרוקט אויף רק כינעזיש. מיר זענען אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן, איז דער מעניו געווען בלויז אויף כינעזיש, און קיינער האָט נישט געקענט רעדן קיין איין וואָרט ענגליש. פֿון דעסטוועגן, האָבן די כינעזישע שכנים פֿון דער סינאַגאָגע אויך זיך צוגעקוקט און זיך צוגעהערט, און ווען דאָס פּאָרל סרולי און ליסאַ האָבן געשפּילט קלעזמער־מוזיק, האָבן אַלע מיטגעטאַנצט. די לבֿנה האָט געשײַנט, די באַנען זענען געפֿאָרן איבער די קעפּ אויף דער "מאַנהעטן בריק", און די ייִדישע פּאָעזיע האָט מען נאָך אַמאָל פֿאָרגעלייענט אויף דער איסט־סײַד.

אַ סוף־וואָך אויף דער "ייִדיש־פֿאַרם"

ישׂראל באַס, אַגריקולטור-פֿאַרוואַלטער פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם"
ישׂראל באַס, אַגריקולטור-פֿאַרוואַלטער פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם"

"פֿאַר פּסח האָט מען פֿאַרזעצט 13 רייען פֿון ׳יוקאָן־גאָלד׳־אָרגאַנישע קאַרטאָפֿליעס. נאָכן רעגן האָבן זיי גיך זיך צעוואַקסן", האָט ישׂראל באַס מיר דערציילט "ווײַטער האָט מען פֿאַרזעצט קנאָבל און ווײַסע בוריקעס, וואָס האָט אַן אַלטן ייִחוס. לעבן דעם — שפּינאַט און פֿיר בייטן האָבער, דרײַ בייטן מייערן, און איין בייט ווייץ, קריפּ, זאָנישניק, האַרבוזיקלעך און נאָך בורעקעס."
באַס, אַ הויכער אָפּגעברענטער 23־יאָריקער בחור מיט אַ שטרויען היטל, באָרד, געלע ציצית מיט אַ קאַראָ־מוסטער, און חסידישע פּאות איז געשטאַנען לעבן אַ בייט קאַרטאָפֿל אין אַ פֿעלד, פֿיר־אַקער די גרייס, אַרומגערינגלט מיט ביימער. הינטער אים האָבן צוויי חסידישע בחורים אין אונטערלײַבלעך האַלב־ערנסט געסאַפּעוועט די קאַרטאָפֿל איידער זיי זענען צוריקגעגאַנגען צום משׂא־אויטאָ. אין דעם טאָג האָט זיך אַלץ געפֿירט ווי אין אַלע אַנדערע טעג אויף דער "ייִדיש־פֿאַרם" — אַן אַגריקולטורעלע אונטערנעמונג אינעם האָדסאָן־טאָל, אויף צפֿון פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.
דער ציל פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּשוטער, אָבער אין אונדזער צײַט, נאָוואַטאָריש — צו שאַפֿן אַן אָרגאַנישע פֿאַרם, וווּ מע רעדט ייִדיש. די פֿאַרם, אָנגעפֿירט פֿון באַס און זײַן שותּף נפֿתּלי איידלמאַן (דער זון פֿון דער "פֿאָרווערטס"־שרײַבערין רחל שעכטער), קען מען באַטראַכטן ווי אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, אינטערנאַציאָנאַלער באַוועגונג פֿאַר דויערנדיקער אַגריקולטור, אָבער זיי ווילן דערצו שאַפֿן אַן "אולפּן"־סבֿיבֿה פֿאַר ייִדיש. פֿאַר אַ יאָרן זומער האָט מען דורכגעפֿירט אַ פּרעלימינאַרע פּראָגראַם אויף "קים"־פֿאַרם אין רײַזערטאַון, מערילאַנד, און דעם זומער האָבן זיי צוגעצויגן אַ כאָפּטע פֿול־צײַטיקע אָנטיילנעמער, וועלכע וווינען און אַרבעטן אויף זייער שטח לעבן גושן, ניו־יאָרק. מע שטייט אויף גאַנץ פֿרי און די שטימונג איז אַ געהויבענע.
"איך קוק אויף דער ׳ייִדיש־פֿאַרם׳ ווי אַ פֿאַרברייטערונג פֿון דער וואַקסנדיקער לאַנדישער באַוועגונג וואָס פֿאַרבינדט רעליגיעזע אָדער גײַסטיקע קהילות מיט אַגריקולטור", האָט געזאָגט שאַמו פֿעניוועסי סאַדע, די דירעקטאָרין פֿון "אַדמה", אַ ייִדישע אַגריקולטור־אָרגאַניזאַציע אין קאָנעטיקוט. "זיי צעאַקערן אַ קולטורעל און לינגוויסטיש פֿעלד וואָס קיינער האָט נאָך נישט אויסגעפֿאָרשט. מענטשן הײַנט ווילן וויסן וועגן די מקורים און שורשים פֿון זאַכן — זאָל דאָס זײַן שפּראַך, קולטור אָדער עסן".
הײַנט שטעלט מיט זיך פֿאָר די "ייִדיש־פֿאַרם" אַן אוניקאַלן פּראָיעקט, אָבער במשך פֿונעם 19טן און 20סטן יאָהונדערט האָבן פֿאַרשיידענע ייִדישע אַגריקולטורעלע פּראָיעקטן זיך אָרגאַניזירט איבערן לאַנד; פֿון די הינער־פֿאַרמען אין רוזוועלט, ניו־דזשערזי, און פּעטאַלומאַ, קאַליפֿאָרניע, ביז דער פֿאַרמער־קאָלאָניע "קלאַריאָן" אין גאָניסאָן, יוטאַ. אין 1938 האָט דער זשורנאַל "טײַם" אָנגעגעבן אַ באַריכט, אַז אַן ערך 100,000 ייִדישע פֿאַרמער לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אַ סך פֿון די דאָזיקע פֿאַרמער האָבן פּשוט געוואָלט האָבן פּרנסה. אָבער די אַנדערע האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער פֿאַרמערײַ מיט אַן אידעאָלאָגישן ברען. אוטאָפּישע גרופּעס, ווי "עם עולם", בײַם סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָבן אינספּירירט דאָס שאַפֿן אַגריקולטורעלע קאָלאָניעס. אַן אַנדער באַוועגונג, טעריטאָריאַליזם, האָט געשטרעבט צו שאַפֿן אַ ייִדיש היימלאַנד מחוץ ארץ־ישׂראל. נפֿתּלי איידלמאַנס זיידע, דער ייִדישער לינגוויסט מרדכי שעכטער, האָט אָנגעפֿירט נאָך אין 1957 מיט דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", די הויפּט־טעריטאָריאַליסטישע אָרגאַניזאַציע נאָכן חורבן. שעכטער האָט דעמאָלט געטראַכט פֿון גרינדן אַ ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין ניו־דזשערזי, וואָס איז נישט רעאַליזירט געוואָרן. צוריקגערעדט, ווערט אפֿשר זײַן פּלאַן ערשט איצט מקוים.
די גרינדער פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם" זענען זיך מודה, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן זייער פּראָיעקט מיט טעריטאָריאַליזם איז אַ שוואַכע. אָבער אידעאָלאָגיע האָט יאָ געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג. אין 2009 האָט באַס שטודירט אין דעם ניו־יאָרקער שטאָטישן קאָלעדזש, און זיך אַליין געלערנט ייִדיש, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ניו־יאָרקער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה. ער האָט געפֿילט, אַז מע דאַרף געבן דער ייִדישער קולטור אַ שטויס פֿאָרויס, און נישט בלויז זיך צוזאַמענקומען און רעדן וועגן ייִדיש אויף ייִדיש. "דאָס פֿאַרברענגען צוזאַמען און טרינקען ביר און רעדן אויף ייִדיש, וואָלט נישט באַדאַרפֿט זײַן דער גרעסטער אויפֿטו פֿון ייִדישיסטן אינעם 21סטן יאָרהונדערט", זאָגט באַס.
בעת זײַן זוכעניש פֿאַר אידעען האָט ער אָרגאַניזירט אַ גרופּע צו באַטראַכטן דאָס ווערק פֿון חיים זשיטלאָווסקי, אַ גרונטלייגער פֿון ייִדישיזם. זיי האָבן זיך געטראָפֿן אין "יונה שימעלס קניש־בעקערײַ" אויף דער איסט־סײַד און זענען לסוף געקומען צום געדאַנק פֿון גרינדן אַ ייִדיש־רעדנדיקע פֿאַרם. "פֿאַרמערײַ נעמט אַרײַן אַלע אַספּעקטן פֿונעם לעבן", האָט באַס געגעבן צו פֿאַרשטיין, "מע וווינט צוזאַמען, מע קאָכט צוזאַמען, מע אַרבעט צוזאַמען, און מען איז גענוג איזאָלירט צו קענען זיך לערנען ייִדיש אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. מע קען שאַפֿן נײַע פֿרײַנד אין דער שפּראַך, נישט נאָר אַרום דער שפּראַך."
באַס האָט זיך באַקענט מיט איידלמאַנען, אַ רויט־בערדיקער 26־יאָריקער יאַט, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים. ער האָט זיך אינטערעסירט מיט די ענינים לגבי דער נאַטור און סבֿיבֿה, ווען ער האָט שטודירט אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט און איז אינספּירירט געוואָרן פֿון אָרגאַניזאַציעס ווי "טבֿע", "חזון" און "אַדמה". אָבער דער ייִדישער שפּראַך־עלעמענט האָט אויסגעפֿעלט אין די אַנדערע פּראָגראַמען, און דאָס האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין זײַן ייִדישקייט. אַ דאַנק סובסידיעס פֿון דער "נעמי־פֿונדאַציע", "בנימין שעכטער־פֿונדאַציע" און "פֿישמאַן־משפּחה־פֿונדאַציע", האָט מען זיך גענומען צום פּראָיעקט, און צו זוכן אַ שטח לאַנד צו באַאַרבעטן.
סוף־כּל־סוף, האָבן זיי זיך דערוווּסט וועגן אַ שטח וואָס געהערט צו דער משפּחה פֿון איוו יאַכנאָוויץ, אַ ייִדיש־לערערין און פֿאָרשערין, וועלכע פֿירט אַ ווידעאָ־קאָך־פּראָגראַם — "עסט געזונטערהייט!" — מיט נפֿתּליס מאַמע אויף דער "פֿאָרווערטס"־וועבזײַט. איר משפּחה פֿאַרמאָגט 225 אַקער לאַנד, וואָס איז אַמאָל געווען אַ ליובאַוויטשער באָנגאָלאָ־קאָלאָניע. וויכטיק פֿאַר זיי איז דער פֿאַקט, וואָס דאָס לאַנד האָט געהערט צו אַ משפּחה מיט ייִדיש־שפּראַכלעכע וואָרצלען.
די דרײַ פּרינציפּן פֿון "ייִדיש־פֿאַרם" זענען: צו שטיצן אַחדות צווישן ייִדיש־רעדערס, צו פֿאַרברייטערן די ראָלע פֿאַר מאַמע־לשון, און צו מוטיקן דעם סבֿיבֿה־אַקטיוויזם דורך דער אָרגאַנישער אַגריקולטור. אַלע דרײַ פּרינציפּן האָב איך בולט געזען ווען איך האָב פֿאַרבראַכט אַ שבת אויף דער פֿאַרם, אָנהייב יוני. איך בין אָנגעקומען פֿרײַטיק מיטן אויטאָבוס. דאָס פֿאַרם־הויז איז קליין, אָבער היימיש. בענדער פֿון זשיטלאָווסקיס ווערק ליגן אויף די פּאָליצעס צוזאַמען מיט מסכתּות פֿון תּלמוד און ביכער מיט אַזוינע טיטלען, ווי "געוויקסן וואָס מע קען עסן".
אָנטיילעמער אין דער "ייִדיש־פֿאַרם" בײַטן זיך יעדן חודש, אַפֿילו יעדע וואָך. ווען איך בין געווען, זענען אויך געווען אַרלען באַדען, אַ 66־אָריקער פּענסיאָנירטער שול־מדריך; מאַרשאַל זאַלץ, אַ 51־יאָריקער יאָגאַ־לערער פֿון בראַזיל; קאָווי ווײַנער, אַ סטודענט פֿון ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און שׂרה וואָלק, אַ 24־יאָריקע סטיפּענדיאַנטקע בײַ דער "ישיבֿת־הדר." באַס פֿירט אָן מיט דער אַגריקולטור־אַרבעט און איידלמאַן איז סײַ דער ייִדיש־לערער, סײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער דירעקטאָר, סײַ אַ מין רבי.
די באַטייליקטע האָבן באַצאָלט 2,400 דאָלער אַ חודש, אָדער 4,400 דאָלער פֿאַרן גאַנצן זומער. ליאַנאַ יעלען, אַ גראַדויִר־סטודענטקע בײַם "גאַלודעט־אוניווערסיטעט" אין וואַשינגטאָן, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים אין שיקאַגאָ און איז געקומען צו ניצן די שפּראַך אין אַ דאָרפֿישער סבֿיבֿה. די אַנדערע קענען ייִדיש אויף אַן אָנהייבערישער מדרגה. "איך קען אַ סך מענטשן אין דער ייִדיש־וועלט, און מיט ייִדיש קען איך אַרײַנטרעטן אין דער דאָזיקער וועלט", זאָגט וואָלק. "מײַנע טאַטע־מאַמע, זיידע־באָבע רעדן ייִדיש, ווי אויך מײַנע לערערס", האָט צוגעגעבן עזריאל געלבפֿיש, אַן 21־יאָריקער סטודענט פֿון ישיבֿה־אוניווערטסיט. — "ס‘איז אַ טייל פֿון מײַן ירושה".
אָפֿט קומען געסט, נישט פֿאַרבעטענע, און בלײַבן אַ טאָג, אַ סוף־וואָך, אַ חודש. אייניקע פֿון זיי זענען חסידים, אָדער געוועזענע חסידים — פֿרײַנד פֿון באַס און איידלמאַן. דער באַקאַנטער פֿרומער זינגער אלי ביר האָט פֿילמירט אַ מוזיק־ווידעאָ דאָרטן. כּדי צוצוציִען חסידים האָט "ייִדיש־פֿאַרם" געגעבן אַן אַנאָנס אין דער סאַטמערער צײַטונג "דער ייִד", אין וועלכן מע פֿאַרבעט די חסידים צו ניצן דאָס לאַנד ווי אַן אָרט צו פֿאַרברענגען. "די חסידים באַקענען זיך מיט אַן אַנדער מין ייִדיש", זאָגט באַס, "אָט זעט מען יונגע מענטשן וואָס טראָגן נישט קיין בעקעשעס, אָבער פֿילן זייער ייִדישקייט זייער שטאַרק". די מישונג פֿון מענטשן שפּיגלט אויך אָפּ דאָס געמיש פֿון סײַ פּראָגרעסיווע, סײַ טראַדיציאָנעלע עלעמענטן אין דער ייִדיש־קהילה. שבת האָט מען געדאַוונט לויטן אַשכּנזישן נוסח, ווי אַלע שטיבלעך אין ברוקלין, אָבער מענער און פֿרויען האָבן געדאַוונט צוזאַמען. אַזאַ פֿענאָמען וועט מען אין ערגעץ נישט געפֿינען אויף דער וועלט.
"ס‘איז נישט לײַכט צו זײַן אַ פֿאַרמער, און שווער צו זײַן אַ ייִד. נאָך שווערער צו זײַן אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִדישער פֿאַרמער" זאָגט באַס. "ס‘וועט זײַן שווער, אָבער מיר זענען איבערגעגעבן צום ציל. די ייִדן האָבן דאָך דאָס געטאָן זייער אַ לאַנגע צײַט."

עזרא גלינטער Forward