טײַערע חזנטע,
ווען מײַן 4־יאָריק זונדל וויל עפּעס, הייבט ער אָן שרײַען, וואַרפֿט מיט די הענט און מאַכט געוואַלדן — ביז מע גיט אים וואָס ער וויל. איך שעם זיך פֿאַר לײַט ווען מיר זענען אויף דער גאַס אָדער אין אַ געשעפֿט. מײַן מאַן און איך האָבן פֿאַרשיידענע מיינונגען ווי צו לייזן די פּראָבלעם. ער האַלט, אַז מע דאַרף אים פּשוט נאָכגעבן אין אַזאַ מאָמענט, און אויף אים שפּעטער אָנשרײַען. איך האַלט, מע זאָל אויף אים שרײַען דאָרטן אויפֿן אָרט, אַפֿילו אויב עס קומט פֿאָר פֿאַר מענטשן. וואָס פֿאַראַ עצות קענט איר אונדז געבן?
די מאַמע פֿון אַ שרײַענדיק קינד
טײַערע מאַמע,
איך וואָלט אויף אַ גאַנץ אַנדערן אופֿן באַטראַכט די פּראָבלעם. מיר דאַכט, אַז אויב אײַער זון הערט ווי מע שרײַט און געוואַלדעוועט אין דער היים, איז נישט קיין חידוש, וואָס ער שרײַט און געוואַלדעוועט ביז ער באַקומט וואָס ער וויל. איך וואָלט זיך אַוועקגעזעצט זאַלבע דריט און אַרום גערעדט דעם ענין. אויב אײַער זון וועט שרײַען ווײַטער, בייגט זיך אָן צו אים און דערמאָנט אים מיט אַ רויִקן שטילן טאָן, אַז מע טאָר נישט שרײַען. גיט זיך נישט אונטער. אין גיכן וועט ער פֿאַרשטיין, אַז זײַנע "קונצן" וועלן מער נישט צוציִען אײַער אויפֿמערק און וועלן אים נישט ברענגען די זאַכן וואָס ער וויל. איך ווינטש אײַך אַ רויִקע שטוב.
טײַערע חזנטע,
איך וויל פֿרעגן, ווי אַזוי צו באַשליסן ווי אויסצוגעבן געלט דעם זומער, בפֿרט אַז מע האָט נישט גענוג צופֿרידנצושטעלן יעדן איינעם? מײַן מאַן וויל פֿאָרן מיט דער גאַנצער משפּחה אויף אַ וואַקאַציע; צוליב דער שלעכטער עקאָנאָמיע זענען מיר נישט געפֿאָרן צוזאַמען אין ערגעץ שוין אַרום אַן אָנדערטהאַלב יאָר. מײַנע קינדער, 6 און 8 יאָר אַלט, ווילן גיין אין אַ זומער־קאָלאָניע מיט זייערע חבֿרים. די הוצאות אויף דעם זענען צו הויכע און אויב מיר שיקן זיי אַהין, וואָלטן מיר, מײַן מאַן און איך, נישט געהאַט גענוג געלט זיך אָפּרוען אַליין. מיך אַרט עס נישט — אַזוי צי אַזוי, אָבער איך בין געכאַפּט געוואָרן אין מיטן פֿון אָננעמען אַ באַשלוס. וועמען זאָל איך שטיצן, מײַן מאַן אָדער די קינדער?
פֿאַרכאַפּט אין אַ דילעמע
טײַערע פֿאַרכאַפּטע,
איר דאַרפֿט דאָס באַשליסן מיט אײַער מאַן. וואָס שייך דער זומער־קאָלאָניע, געדענקט, אַז אויב אײַערע קינדער פֿאַרברענגען דעם זומער דאָרטן און האָבן שטאַרק הנאה, וועלן זיי וועלן דאָרטן פֿאַרברענגען יעדן זומער מיט זייערע פֿרײַנד, און איר וועט דאַרפֿן האָבן געלט דאָס צו דעקן. קוקט איבער אײַערע פֿינאַנצן און גיט אַ קלער צי די זומער־קאָלאָניע איז טאַקע מעגלעך יעדן זומער. אויב נישט, אפֿשר זענען פֿאַראַן אַנדערע ספּעציעלע פּראָגראַמען, אין וועלכע מע קען פֿאַרשרײַבן די קינדער בײַ טאָג, און דערנאָך פֿאָרן אַלע צוזאַמען אויף אַ משפּחה־וואַקאַציע.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס איר וועט באַשליסן, וויכטיק איז דער פֿאַקט, אַז איר און אײַער מאַן זאָלן ווערן באַטראַכט ווי אַ געאייניקטע מאַנשאַפֿט.
טײַערע חזנטע,
מײַן שוועסטער קויפֿט אײַן געבוירן־טאָג־מתּנות פֿאַר מײַנע קינדער. זי און איר מאַן פֿאַרמאָגן אַ סך מער געלט ווי אונדזער משפּחה. דאַרף איך אויך אײַנקויפֿן מתּנות פֿאַר אירע קינדער ווען מיר האָבן ווייניקער?
מומע
טײַערע מומע,
איר דאַרפֿן טאָן עפּעס ספּעציעלס לכּבֿוד די געבוירן־טעג פֿון אײַערע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס. עס דאַרף נישט קאָסטן צו טײַער. אפֿשר קענט איר זיי פֿאַרבעטן אַהיים און אָפּבאַקן עפּעס מיט זיי צוזאַמען, אָדער שאַפֿן קונסטווערק צוזאַמען, אָדער דינגען אַ ווידעאָ. זיי דאַרפֿן וויסן, אַז זייער מומע געדענקט זייערע געבוירן־טעג!
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024